פארוואס זענען מענטשן עמאציאנעל קאנעקטעד צו חפצים?

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
156
רעאקציע ראטע
564
געהאלטן אינמיטן וואטשט א ווידעא ווי MARQUES גייט איבער וואס זענען די בעסטע סמארט פאונס פון 2024, יעדעס מאל וואס ער קלויבט אויס די געלעקסי אז דאס איז די בעסטע דיווייס אין א געוויסע הינזיכט, קומט מיר ארויף א מאדנעם גוטע געפיל.

פארוואס שפיר איך גוט אדער שלעכט אויב מיין טעלעפאן געווינט אן אויסצייכענונג? איך האב עס נישט פאבריצירט און נישט דיזיינט.

עס איז אפילו נישט קיין עפל דיווייס וואס ווי באקאנט זענען דא עפל "פענס" און דאס איז שוין א טראפ מער פארשטענדליך פארוואס איימיצער וואס איז א "פען" פון עפעס שפירט גוט ווען זיין טים, פירמע אדער פארטיי באקומט אן אויסצייכענונג.

איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו קויפן א גוגל-פיקסעל אויב זיי קומען מארגן ארויס מיט א דיווייס וואס איך וועל בענעפיטירן פון דעם.
איך האב א געלעקסי ווייל ס'איז א באקאנטע גאר גוטע טעלעפאן און פערטיג.

אבער פארוואס שפירט עס גוט אויב עס באקמט אן אויסצייכענונג בשעת ווען עס ליגט אין מיין הענט? אין רעאליטעט וואלט איך געדארפט קוקן דעם ווידעא בלויז צו זעהן וואס יא צו קויפן און וואס נישט, פארוואס ווערט עס פערזענליך?
 
ס'איז אפשר מער פון דעם.
נישט נאר אז די געשעפט דאלער פאר דאלאר איז געלונגען, נאר די פאפולאריטעט פון די פאון וואס די טראגסט ברבים איז פון א בעסערער קוואליטעט, און דאס פילט גאנץ גוט.

דאס גייט ביי אלע חפצים וואס א מענטש טראגט אפן, ווי א קאר, קליידער, ושאר מיני טשאטשקעס.
ווי די גמ' זאגט, ר' יוחנן קרי למאניה (כלים/קליידער) מכבדיתיה.
 
ס'פשט אז סאמסאנג האט פיין מצליח געווען אין זייער ברענדינג/מארקעטינג קאמפיין!

אויך איז דא די עלעמענט אז מ'איז פאקטיש צוגעבינדן צום כלי פאר זייער אסאך פונקציעס דורכן טאג, און מיט אסאך פון דיין פערזענליכע אינפארמאציע האסטו געלייגט טראסט אויף דעם כלי/ברענד, וואס לייגט אטאמאטיש צו אן עמאציאנאלע שיכט.
 
Back
Top