פארוואס זאגט א מאן ליגנט פאר'ן ווייב?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
1,193
רעאקציע ראטע
3,804
פארוואס זאגט א מאן ליגנט פאר זיין ווייב אפי' ביי דברים של מה בכך?

לאמיר א מינוט איבערהאקן מיט אט די שאלה. מיר וועלן צוריקקומען צו די רעגולער פראגרעם גלייך דערנאך.

ווען דיין ווייב איז נישט צופרידן ווי אזוי דו ביסט, זי זאגט עס נישט, נאר דו שפירסט עס אין א יעדע שטריך פון דיין טאג אין איר אנוועזענהייט, דו שפירסט עס אין בעט, און וואו נישט. דו שפירסט עס אין די לופט, דיין גאנצע עקזיסטענץ איז גארנישט ווערד אין אירע אויגן, זי ווייזט עס מיט איר דימינער, רעדט צו דיר מיט א באפעלערישע שפראך כאב לבנו. מיטן מויל וועט זי דעם מאן אפי' קאמפלעמענטירן דא און דארט, אדער זיך זייער שיין באדאנקען פאר א זאך וואס דו האסט פאר איר אדער פאר די שטוב ארלעדיגט. איינס פון 100 מאל, אדער אפי' מער, וועט זי עס מיינען זייער אמת'דיג. אבער למעשה ווייסטו אז וואס דו ביסט, און וואס דו זאגסט, און ווי אזוי דו רעדסט, געפעלט איר בכלל נישט. ווען דו וועסט זיצן צווישן מענטשן אין איר אנוועזענהייט, צו ביי איר טאטן ביים טיש, און פעמים (רוב מאל, אויסער ווען עס האט שוין געפלאצט און דער מאן האט איר דעפאר אריינגעגעבן מנה אחת אפיים, וועט דאס אין די תקופה זיין עטוואס ווייניגער, אויב זוכט זי נישט קיין דירעקטע פריקציע) וועט זי דיר מאכן סימנים מיטן פנים צו זיין שטיל. האלט זיך דאס פיסק פארמאכט, פאר סיי וואספארא סיבה זי האלט אזוי אדער וויל אזוי.

וואס איז דער מעסעדזש וואס ער באקומט כסדר איבער און איבער? און וואס איז זיין עצה זייענדיג א פאסיווער מענטש (וואס איז א מחלה פאר זיך, וואס דארף געווידמעט ווערן אן עקסטערע ארטיקל, אבער דאס איז דער פאקט) אז דער אינגערמאן זאל נישט דארפן אדורך גיין די קאנפראטאציע Confrontation מיט איר? דו וועסט פרובירן איר צו מאכן צופרידן אפי' דו האלסט נישט דערביי. נאר אויב ביסטו א ש..לעס אינדיווידואל, וועט דיך בכלל נישט אנגיין וואס און ווען זי טראכט און דו וועסט ווייטער גיין דיין וועג צו עס געפעלט איר יא אדער נישט, און אפי' נישט שפירן די ווייטאג דערפון.

אבער אזוי ווי דער כל יכול האט דיר געגעבן געואלדיגע כשרונות, און דו קענסט נישט לאזן די כשרונות גיין אן אנערקענונג, דער דארף די אנערקענונג ווי וואסער אין א הייסע מדבר, וועט דער וועג פון באקומען זיין אנערקענונג באיזה אופן שהוא, יא א געזונטער וועג, נישט א געזונטער וועג, אנערקענונג דארף א יעדער מענטש און איבערהויפט אינדערהיים.

די מצב דערקייקלט זיך צו: אן אנזעצער, אין אירע אויגן, ווייל ער איז נישט די משה רבינו וואס זי האט געוואלט ער זאל זיין. א שלימזל וואס דערגרייכט נישט קיין שום תכלית מיטן טאג ווייל ער שטופט עס אדורך מיט גארנישט (אדער אפי' מיט עפעס, אבער פארט אונטער איר רוקן), א יעדעס מאל וואס עס מאכט זיך א זאך וואס ער וויל טוהן (נישט קיין שגץ שטיק חלילה, און אויך נישט קיין ווילדע שריט. למשל ער וויל נעמען לייסענס, און זי וויל נישט. אדער נישט די לייסענס איז וואס עס באדערט איר אזוי שטארק, נאר איינמאל ער האט שוין די לייסענס זאל ער נישט אונען זיין אייגענע קאר און ארום קורסירן די גאסן דערמיט, עס מאכט נישט קיין גוטער איינדרוק. אדער מאכן א חסד, אדער גמ"ח הצלה טריפ וכו').

אלץ נייער דרייווער, וויל ער דאך יא זייער שטארק האבן די מעגליכקייט צו מאכן דעם טריפ, די תאוה ברענט דאך אין א יעדע נייע דרייווער, זי וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין, און אויך קיינמאל נישט שפירן. ממילא אין אירע אויגן ווערט ער א בעיבי, א קליין קינד מיט שאיפות פון א דריי יעריגס (אדער אזוי קומט עס פאר אין זיין מיינד, וויבאלד ער רעדט נישט מיט איר דערוועגן, ער ווייסט דאך נישט פונקטליך וואס איר באדערט מיט די פאקטן, אין זיינע דמינות שטעלן זיך אויס 100'טער זאכן וואס עס קען אלץ זיין, און אלע ווערן אין זיין מח א פאקט אז ער ווערט ממילא קאנסידערט א קליין נאריש קינד אין אירע אויגן), אדער עס פאסט נישט פאר א בן תורה צו פארברענגען יעצט צוויי דריי שעה פאר א חסד, גמ"ח הצלה.

וועסטו נעמען דעם טריפ, אדער א ווילדערע אקציע, מאכן לייסענס אן איר וויסן?

ווענדט זיך, איז עס צוויי אזייגער און עס איז נאך דא גענוג צייט ביז מען קומט אן אהיים פון כולל, יאללאה, זי וועט קיינמאל נישט געוואויר ווערן, ויסעו.

לגבי מאכן לייסענס, עס איז שוין א גרעסערע זאך און שווערער, אבער אולי אולי אויב וועט זי זיך אזוי שטארק אנטקעגן שטעלן און ער וויל זייער שטארק קען פאסירן אז יא, וועט ער זיך שוין טרעפן א וועג עס צו מאכן אן איר וויסן. אזעלעכע עפיזאודס שפילן זיך איבער 100טער מאל אין א וואך, אדער חודש, אמאל גרעסער און אמאל קלענער. די פחד פון דיין טאטע; אאאפס, אנטשולדיגט! זיין נייע ווייב, פסיכאלאגיש, גייסטיש, ערלויבט זי איהם נישט די אלע זאכן, באהאלט ער עס אזוי ווי א בחור וואס באהאלט זיינע ציגארעטליך אין די ישיבה פון די מגי"ש, פון זיין טאטע, פון אלע פון וועמען ער האט מורא.

עס קומט צו א מצב אז דו ווייסט שוין נישט וואס ער מעג און וואס ער טאר נישט. איין זאך איז זיכער אז זיין ווייב איז נישט זיין שותף, מיט וועם ער קען מיט איר האבן א פרעגן און ענטפער סעשאן (יא, אדער נישט דיין שולד, אבער די וועג ווי אזוי ער פילט נאכן רעדן מיט איר סיי וואס, און סיי ווען, שפירט זיך אטאקירט און זיין ווערד אינעווייניג ביי זיך ווייניגער ווי א פעני, ווייל אזוי איז די דימינער, אזוי ווערט עס ביי דיר פערסיווד Perceived מאיזה סיבה).

אויטאמאטיש (סובקאנטשעס - Subconscious) נעמט ער אן א נייער מהלך: ער שעירט Share מיט איר גארנישט וואס ער טוהט, אפי' דאס מיינט אז ער גייסט פארלערנען א שיעור וועט ער עס מיט איר נישט מיטטיילן, ער ווייסט דאך נישט וואס יא צו שערן, און וואס נישט צו שערן.

די בעסטע דיפענס זיינע און ווערן וואס ווייניגער אטאקירט מיט די דימינער, איז נישט שערן קיין אינפארמאציע. אזוי נאך אפאר חדשים טרעפט ער זיך זיין אן אקאונטענט פאר אינגעלייט אן איר וויסן, מיט א באהאלטענעם טשעקינג אקאונט וואס די סטעיטמענטס דארף ווערן געשיקט צו א PO באקס.

דערנאך זוכט ער שוין אפיציעל א דזשאב, אבער אין די דזשאב האנט Job Hunt פראסעס איז זי נישט קיין שותף ביז ער ווערט פאסיוו אגרעסיוו און פלאצט אויס, און מיט א כעס גיט ער א זאג "איך גיי ארבעטן".

אין שאק, ווער, וואס, ווען, און ווי, פרעגט די אשת חיל, הייבט ער אן מאכן א מעשה אויפן פלאץ. ער וועט דאך נישט מודה זיין אז ער זוכט שוין עטליכע חדשים און וויל שוין ארויסגיין פון כולל אזא לאנגע תקופה.

"בי. ענד עיטש. האט מיך אויפגעזוכט, דוקא מיך, ווייל איך בין פון די איינציגסטע אינגעלייט וואס קענען ענגליש, און בי. ענד עיטש. האט זיך ארויסגעלאזט מיט א ריקרוטינג איינהייט אויפצוזוכן אינגעלייט וואס זענען גוט ראפינירט צו קענען פילן דזשאבס וואס דער עוורידזש אינגערמאן קען נישט ערפילן. מיינע פאטענטשעלס זענען אויסערגעווענליך". מיט א געמאכטע עקסטאז לייגט ער אראפ זיינע גאלדענע גליקן וואס ווארטן איהם אפ ביי די ארבעט, האפענדיג אז די חימה וועט נישט זיין אזוי שטארק.

דאס אז ער לערנט שוין נישט די לעצטע פאר חדשים און ער זוכט פון אונטער דער ערד ווי אזוי דעם טאג אדורכשטופן (אפי' ער האלט יא ביים לערנען, אבער די כולל דא גיבט זיך איהם נישט איין) טאר זי נישט וויסן, פאר צוויי סיבות, איינס זי טאר נישט וויסן אז ער האלט נישט ביים לערנען און אין די לעצטע פאר חדשים האט ער שוין נישט געלערנט קיין ווארט, און ווי אויך די געלט דארף ער דאך נישט, מיין טאטע באצאלט די רענט און די איבעריגע צווישן כולל געלט, און לערנען מיט בחורים געלט קומט דאך שיין אויס, סא וואס איז דאס גיין ארבעטן, פארוואס? (פון זי זאל זי וויסן אז דאס געלט קומט פון טעקס ריטורן סערוויסעס וואס ער מאכט די לעצטע פאר חדשים זיצנדיג אין כולל).

די מוח זאגט איהם, וואס בעצם וואלט ער ווען דאס געוואלט שרייען, דו שוטה איינע, איך דארף דען דאס געלט, איך דארף די סיפוק, איך קריג עס נישט אין די נייע כולל, איך קריג עס נישט אינדערהיים, איך שטופ דעם טאג פון ווען איך שטיי אויף ביז איך גיי שלאפן. דאס איז 15 שעה, א דאבעל לייף... וויפיל קען איך דערהייבן.

אבער א פיפעלס פליזער, א פאסיווער מענטש (ווי פריער דערמאנט, האט מען איהם געמאכט גלייבן אז ער איז א שרעקליכער משוגענער, וואס דאן האט ער נאך נישט געוואוסט ווי משוגע ער איז) וועט נישט וועלן איר וויי טוהן און סטרעיט מיט א בלעכענעם געזיכט איר זאגן שעפעלע טייערע דו האסט חתונה געהאט מיט א צווייטן נישט מיט וועם דו האסט געטראכט. און זי איז אריינגעפאלן, דער אמת ווערט ווידער באגראבן אונטער די באלאטעס, עס זאל ח"ו קיינמאל נישט ארויסקומען.

(א גלייכווערטל צום ענין: געפלויגן פון דזשעי. עף. קעי. קיין א"י מיט א קאנעקשאן דורך פאריז, איז אמאל א איד מיטן נאמען נוח קליין. אנקומענדיג אין עירפארט ווארט אין די האלוועי פון די טארמעק אן אפיציעלער באאמטער און פרעגט א יעדן איינעם צו ער הייסט מר. נוח קליין, פארשטייט זיך א יעדער ענטפערט ניין. ווען מר. קליין גייט אדורך און מען פרעגט אים איז יור נעים מר. קליין, זאגט ער אויכעט ניין.

פרעג איך איהם וואס הייסט, דו הייסט דאך יא קליין, ענטפערט ער בזה הלשון, א באאמטער זוכט מיך מיינט עס נישט קיין גוטס. קודם איז עס ניין.

דער פאקט איז אז דער באאמטער האט געוואלט צופירן מר. קליין צו זיין קאנעקשאן ווייל עס איז שוין שפעט, אבער ווען א באאמטער רופט, אפי' איינמאל מיינט ער שוין יא גוטס, ווערט עס בכלל נישט אנגענומען אז אפשר מיינט ער בכלל נישט קיין שלעכטס).

דער נמשל איז מובן מאליו, אפי' עס מאכט זיך אמאל אז די פרוי וועט אים באמת מיינען צו זאגן א גוט ווארט און באדאנקען פאר וואס ער האט פאר אירעט וועגן געטוהן, ווערט עס נאך אלץ נישט אנגענומען, וויבאלד אונטער איר ווערטער און אנוועזענהייט איז איר דימינער, און אירע ווערטער אנטקעגן דעם מאן אלץ שטייפעריש, איז איצט זענען די קאמפלימענטן שוין נישט עושה רושם, דער באאמטער וויל מיך גרינגער מאכן מיין פלייט קאנעקשאן, און אזוי מוז ער ענטפערן, אנטשולדיגט איך הייס נישט מר. קליין.

פארשטייט זיך אז די יסוד אין א גוטע שלום בית זענען נאר דריי פאקטארן פארהאן: קאמיוניקעשאן קאמיוניקעשאן און קאמיוניקעשאן.

אבער ווען די דריי פאקטארן זענען ווי אפגעהאקט פאר דעם אינגערמאן מאיזה סיבה שהוא (פאסיוו, צו די באקאנטע דיזיס פון זיין א פיפעלס פליזער) דער אינגערמאן האט נישט דעם אומץ צו זיין אפן און ארויסזאגן זיינע הרגשים אדער זיינע פארלאנגען, אבער אינעווייניג שפירט ער אז ער וואלט איר ווען דער'הרג'עט ווען ער קען ווען, ער זעהט אדורך אירע מדות משחתות, (וואס ווען ער זאל נאר זאגן פאר איינעם אז זיין ווייב איז א שלעכטקייט און א הערשער וועט מען זאגן אויף אז ער איז אויפ'ן קאפ געפאלן), אבער ווי נאר ער זאגט עס ארויס בפה מלא, מתוך כעסו, איז עס שוין א מעוות שלא יוכל לתקון, ער פון דעם מער קיינמאל נישט צוריקציען.

וועט דער אינגערמאן זיך ליבערשט פארבייסן די ליפן און נעמען די שטרוי אין מויל ווי איידער ריספאנדען, אבער דאן געשעהט א סטאונ-וואלינג ריספאנס אפעקט וואס איז ביטער פאר ביידע און ווי אויך פאר די איבעריגע בני בית, ואלה הצאן מה חטאו.

אבער די לאק-אפ Lock-up איז אזוי שטארק, און די תכונת הנפש פון די פאסיווע פיפעלס פליזער נפש קען נישט זאגן און וועט נישט זאגן, אפי' ער ווייסט קלאר אז די שוואכקייט ווערט גענוצט אנטקעגן איהם, פארט קען ער נישט זאגן קיין ווארט ווען עס קומט צו דיסקאסען, רעדן איז נישט שייך פאר איהם, ממילא איז נסתתמו טענותיו. ער ווערט שטום, מיט יסורי הנפש והגוף. אבער צוריקענטפערן א ווארט וואס ער וועט נישט קענען צוריקציען איז א מילתא דלא שכיחא, און וועט נישט פאסירן בשפו"א.

איין מעשה פון הונדערטער, וואס ברענגט קלאר ארויס די התנהגות אירע: א שטיק תקופה ווען דער מאן האט שוין נישט אויסגעהאלטן די גרינגשעצונג וואס די ווייב זיינע האט צו אים כסדר געוויזן, האט ער מחליט געווען אז ער גייט מאכן נייס, און פוקד זיין דעם ווייב בכל מה שביכולתו צו באקומען די שעצונג וואס ער גארט אזוי שטארק, צופעליג איז די החלטה געווען בימי נדותה, ווען ער האט נישט געקענט זיין עפעקשאנעט Affectionate צו איר, ממילא איז זיין איבערגעטריבענע געטריישאפט געוועזן ממש א מציאות לשמה שאינו מצפה לקבל שכר פיזית אויפן פלאץ נאר ערשט שפעטער. אין זיין מחשבה איז געווען אז זיין אינוועסטמענט וועט זיך שוין אויסצאלן אין צוויי וואכן ארום ווען זי וועט ווערן טהור.

ויהי היום, ל"ט איז דא, און ער קוקט שוין ארויס אויף דעם טאג בכליון עינים, ער איז געווען דאס וואוילסטע די לעצטע צוויי וואכן, איר באדינט און אינזינען געהאט 24/7 און געמאכט זיכער אז זי זעהט איין אין זיין געטריישאפט, זי האט אפי' רעסיפריקעיטעד Reciprocated, און געוויזן אז זי שעצט עס און האט הנאה פון זיין התנהגות.

והנה מען גייט אין מקוה אריין בשעה טובה. ל"ט איז דא!! אהיימקומענדיג פון מקוה, מאכט ער זיכער צו קויפן א געשמאקע שמאנטשקע, ער זעצט זיך מיט איר אויפן פארטש צו פארברענגען, מיט סתם שמועסן על דא ועל הא, כדי נישט צו כאפן שטופן, אלעס זאל צוגיין מיט א רואיגע צוגעגרייטקייט.

זיי לייגן זיך אריין אין בעט, ער באקומט די זעלעבע קאלטע באציאונג, גארנישט אנדערש. זי מאכט איהם פילן כאילו זי האט נישט קיין ברירה, פערטיג שוין, איך האב צו דעם נישט קיין נערוון. פארשטייט זיך וויאזוי ער האט דאן געשפירט איז געווען ניכר על פניו.

אזא מעשה! צוויי וואכן וואס ער ארבעט אזוי שווער איר צו מאכן פריארעטי Priority איינס און גיט אכטונג אז זי זאל זיין זיין די וויכטיגסטע זאך אין זיין טאג טעגליכע סדר היום און אזא ריספאנס Response, היתכן?

דאס ווייב זיינע באמערקט זיין דיסאפוינטמענט, און איז איהם מסביר בטוטו"ד "איך קען נישט נאכלאזן און זיין וואונערעבעל, ווייל דאן ווערסטו זייער קלעבעדיג און איך קען נישט לויז ווערן".


לאמיר מאכן א דעקלעראציע, אז די נאסע ליילעך פיפעלס פליזער, און פאסיווער נפש, אדער סיי וואספארא נאך שמות נרדפים מען האט ארויפגעשמירט אויף זיין חשבון נעמט דער אינגערמאן אן בביזוי. עס קען דאך גארנישט אנדערש זיין, אזוי טרעפט ער זיך נעבעך זיין א קראנקער זכר.
בעצם, וואס פארלאנגסטו פון איהם ער זאל נאך מיט דיר זיין אפן, פארשטיקענע פיש עסן און פון שטאט ארויסגעווארפן. דאן אויב וועט ער יא טוהן וואס ער האלט ביים טוהן וועט דאך ווייטער נישט זיין גוט, כדי צו האלטן די רואיגקייט איז בעסער מען זאגט נישט, אדער זאגן א ליגענט צו פארהוילן פון איר, האט איינער א בעסערע וועג? (אדרבה, קום אריין מיט איינס, אויסער געבן א טעראפי סעשאן).

דאן ווען דאס העלפט שוין נישט, הייבט מען אן ווערן אגרעסיוו און מען טרעפט זיך דאס פלאץ ווי עס טוהט איר וויי דאס מערסטע אז זי זאל דארט נישט וועלן אריינפאלן, און דארט הייבט מען אן האקן שטיקער.

למשל, דער אינגערמאן פיגערט אויס אז סטאונ-וואלינג טוהט איר זייער וויי, הייבט ער איר אן סטאונ-וואלן פאר א יעדע קלייניגקייט, וואונדער איבער וואונדער די דימינער, די ווייב Vibe, די שפראך לאזט נאך. אבער פארט זוכט דער אינגערמאן נישט צו דערצערענען זיין חשוב'ע לעבנס באגלייטערן וואס האדעוועט זיינע קינדער מיט אזא געטריישאפט, און דארף האלטן די שטוב רואיג בינו לבינו, זוכט ער נישט איבערצו'חזר'ן די לעצטערע יארן ווייטאג נאך וואס ער האט שוין אויסגעפיגערט אז זי שטייט שוין נישט אויף איהם אזוי שטארק.

באיזה אופן איז זי זיך מחזק, און גייט אן מיט איר סדר היום און לאזט איהם אטעמען ווי א נארמאלער מענטש, אבער די רוגזה און אנגעבלאזענע פנים איז נאך דא, זי ווייזט איהם די גרעסטע מאס אנגעווייטאגטקייט און דאס לאזט זי נישט נאך קיין איין רגע.

מפעם לפעם ווארפט זי איהם אריין אזאנע סטעיטמענטס ווי, אין ארדער איך זאל נישט משוגע ווערן און זיין אויף א ראולער קאוסטער מיט דיין געפירעכץ בין איך קאלט, איך ווער נישט אימאושענעל קאנעקטעד, און ממילא עקספעקט איך גארנישט קען איך ווייטער אנגיין מיטן טאג כאילו לא קרא כלום, איך קען נישט מיט דיין רייד מיטפארן.

א שמייכל פון איר צו באקומען איז נישט מעגליך אפי' ווען דער אינגערמאן טרייט צו זיין דאס בעסטע וואס ער קען. זי ווייסט דאס, אבער פארט וועט זי נאך אלץ נישט ווערן מרוצה. השערה: (עס מוז נישט זיין די ריכטיגע סיבה) ווייל איר מאניפולאציע האט זי פארלוירן, און ווייסט נישט ווי דער האלט און וואס ער טוהט. ער וויל איר נישט מיטטיילן אדער זאגן סיי וואס, נישט זיינע שוועריגקייטן און נישט זיינע סוקסעסן, א יעדעס ווארט וואס ער זאגט קען בעקפייערן פי כמה. בעצם איר אינטערסירט נישט זיינע אווענטורעס, זיינע סוקסעסן אדער דורכפאלן, איר אינטערסירט נאר איין זאך. בין איך סעקיורט? האב איך איהם נאך אין מיין האנט? איז מיין באקוועמע לעבן נאך אין טאקט, אדער איך דארף עפעס אויפגעבן?

א קליינע הסבר צו א חלק פון די פריערדיגע פאראגראף: אויב זאל דער אינגערמאן איר בעטן א טובה, פארשטייט זיך, נאך דעם וואס עס דאכט זיך איהם אז זי איז יעצט יא אין א גוטע געלוינטע גוסטע שוין פאר א וויילע, אדער ער האט נישט קיין ברירה און מוז אנקומען אין א זיינס א ביזנעס אווענטורע צו איר הילף, הייבט זיך אן חקירות ודרישות על מה ולמה, עס איז מיין נאמען, איך וויל וויסן וואס דו טוסט וכו', אזש עס פארגייט אים די אפעטיט און האט אפי' חרטה פארוואס ער האט דאס בכלל ארויפגעברענגט.

ער זעהט דאך שוין כי כלתה אליו הרעה... גארנישט, סתם, בלא בלא, ענטפערט ער עפעס א נארישע תירוץ וואס האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס. ווייל אויב זאגט ער איר יא די גאנצע ווארהייט, נישט קיין חילוק ווי גלענצענד עס זאל נאר זיין, וועט זי דאך איהם אפווארפן און פארווארפן נאכאמאל פון ביידע וועלטן.

לאמיר אביסל ברייטער אויסשמועסן דעם ענין. נישט איר זאלט מיינען אז מיר רעדן דא פון א מאן אן איריספאנסעבל חיה.

דער מאן איז א מוצלח אין ביזנעס שוין אריבער בערך 10 יאר, וואס סיי וועלכע מאן, און דאס פרוי לעבט א חיים טובים אויף דעם חשבון, געבויעט א נייע ריזיגע הויז, געקויפט א זומער היים אין די קאנטרי, חתונה געמאכט א קינד און געקויפט פארן אשת חיל א 20 טויזענט דאלער'דיגע נעקלעס (וואס זי האט זיך נאך פאר דעם קיינמאל נישט באדאנקט, ניטאמאל דערמאנט א דאנקבארקייט פאר די אלע זאכן. כאילו דער מאן האט דא געספענדט 2 דאלער פאר אן אייז קריעם, וואס פאר דעם וואלט איהם אויך געקומען אנערקענונג). אין נארמאלע אומשטענדן נוצט א אינגערמאן זיין ווייב'ס נאמען על דא ועל הא, פארשטייט זיך אדורך געשמועסטערהייט, אבער זי פרעגט נישט מיט חקירות ודרישות און דארף נישט פרעגן, און האלט אים אויך נישט פאר. עס איז פשוט אז דער מאן פארציילט וואס ער טוהט און מאכט, זיי שמועסן זיך אויס, נישט זי ווארפט איהם אפ, כאילו ער איז עפעס א נואף וואס בעהט ח"ו פאר זנות. ווען עס קומט אויס א רואיגע מינוט, וועלן זיי שמועסן אין דער נושא ווי צוויי שותפים שמועסן זיך אויס.

ער וועט איר דאן פונקטליכער מיט מער ישוב הדעת פארציילן ווי זאכן זענען און ווי זאכן האלטן וכו'. און ווען ער רופט זיין ווייב צו א קלאוזינג אונטערצושרייבן די דאקומענטן ווערט נישט קיין גאנצער איבערקערעניש איך גיי נישט, איך גיי יא, פארוואס, און דו האסט מיר יא געזאגט אזוי און אזוי, די חקירה'ס זענען ערגער ווי די אויספארשונג פון די אינקוויזיציע.

משא"כ, די פרוי פון וואס מיר רעדן דא אינעם ארטיקל, גייט עס צו אנדערש, ניין! איך וויל נישט, בשו"א, איך פארשטיי נישט, איך מעג פארשטיין וואס מען טוהט מיט מיין נאמען וכו' (זי האט אין ביזנעס קיינמאל אין איר לעבן געטון, און יעצט ביי די פערציג גייט זי אנהייבן קויפן ריעל עסטעיט אויף איר נאמען וואס איז זייער וויכטיג אז איר נאמען זאל זיין קלין און נישט יוטעלייזט).

איי אפאר חדשים צוריק ביסטו געשפרינגען פאר די נייע איידיע, יא, איך האלט פון די איידיע, טא שוויץ עס אויס און לאמיר וויסן ווען די מיליאנען זענען דא און ווען איך קען עס שוין נוצן.

אבער בינו לבינו, ווי איז דאס געלט פון די איצטיגע געשעפט, וואס טוהט זיך מיט די בילדינג, פארוואס דארף איך זיך מוטשען ווען דו האסט איבעראל ליגן געלט?

ד.מ. אזוי, אז אויב איז די איידיע אזא גוטע איידיע, לוינט זיך דאך צו משקיע זיין דערינען כח, מח, און געלט. דער מאן האלט שוין אינעווייניג מיט אריבער 5 מיליאן דאלער, פון ווי פונקטליך זאל ער נעמען דאס געלט פאר די געוואלדיגע איידיע, אויב נישט פון זיינע אלע ריסורסן?

דער אינגערמאן ציהט אבער ב"ה, אין די לעצטע פאר יאר האט ער שיין מצליח געווען ביז קאוויד. די איידיע האט זיך טאקע אנגעפאנגען אין קאוויד ווען זיין ביזנעס האט אנגעהויבן הינקען ווען אלעס איז געווארן געשפארט אין זיין אינדוסטרי פאר 10-15 חדשים.

זי האט ניטאמאל געוואוסט אז מען סטראגעלט אין ביזנעס, ווייל ווען יא איז דאך דער מאן שולדיג אז עס איז געקומען א קאוויד, און אויב איר קארטל וועט נישט ארבעטן אפאר מאל איז חס מלהזכיר. ממילא האט ער עס אדורכגעצויגן זייענדיג אין זיך און נישט גערעדט צו זיין ווייב דערוועגן, געעפענט א ריזיגער פאטענציאל מיט אלע שיטות פון זייער אסאך געלט בס"ד.

אבער בינו לבינו ווערט צומאל עטוואס טייט, די אינוועסטמענט דרעינט דאך בעפאר עס ברענגט. זי זעהט עס, זי שפירט אז ער איז טייט, אבער פארט הענגינג אין Hanging In נישט נאר טאמער ער דער אינגערמאן וואס וועט נישט וועלן וויי טוהן זיין ווייב און איר זאגען שעפעלע הער אויף ספענדן, ער וועט דאס נישט טוהן קיינמאל, און זי ווייסט דאס, ער וועט דאס נישט טוהן, איז וואס וויל זי פון איהם?

מיין נאמען א לאון? ח"ו, די בילדינגס געלט דארף דאך קאלעקטן, איך זאל דארפן צוזאמציען די פאסיק, נעה בשו"א, נאר טאמער וועט דער מאן קומען וויינען צו איהר און איר זאגן אז עס איז שווערע צייטן דאן וועט זי ווערן רואיג, ווייל דאן איז זי ווייטער אין קאנטראל, אבער וועט טרעפן א צווייטע סיבה אויף וואס צו קאפען.

דו האסט זיך אריינגעלאזט אין ווילדע געשעפטן, שרייט זי, דו גייסט בויען די עמפייער סטעיט בילדינג וכו' וכו', די איידיע וואס איז נעכטן געווען גאלד איז היינט א ווילדע געשעפט. ממילא איז גרינגער פאר דעם אינגערמאן אליינס צו שלעפן זיין וואגן און נישט זאגן אז ער איז טייט איצטערט. איי די קארטל ארבעט נישט דא און דארט, נא עס מאכט זיך פראוד אלערטס מיט פארשידענע אנדערע סיבות. איי זי זעהט דאך, קיין נאר איז זי נישט, אפי' זי שפילט טיפש. נא, דו זעהסט דאך, סא וואס איז דיין שאלה איצטערט, און ווען זי פרעגט עפעס דערוועגן וועט ער זיך ארויסדרייען און אפשר אפי' ווערן נערוועז ווייל זי בעט שוין ווייטער געלט פאר שטותים (ווי פלאוערס אויף די פארטש רעילינג אין קאנטרי).

די קאנווערסעישאנס פון איר איז נאר ארום איר קרעדיט קארד, איר קרעדיט קארד ארבעט נישט, עס ארבעט יא. "איך האב נעכטן באצהלט די ביל, עס דארף צו גיין, איך בין אין סטאר איך האב בזיונות כאחד השנארערעס, בלא בלא בלא. (נעמט אין אכט: אז אין איר באזיץ זינט פסח איז קיינמאל נישט געוועזן ווייניגער ווי 1500 קעש, און מאנכע מאל פון 10 טויזענט דאלער וואס איז אין באזיץ געוועזן וואס דער מאן האט אריינגעלייגט צו איר ס'זאל זיין). אויסער די קארטלעך האט מען שוין אראפגעספענדט איבער 20 אלפים מזומנים פון פסח ביז איצטערט. גיי ווייס.

עס איז נישט געגאנגען פאר די גוי'טעס (וואס מען האט א יעדן איינציגסטן טאג אין די קאנטרי און מען קען זיצן אין גאס מיט א רואיגקייט און פארברענגען מיט די גרעיט קאמפאני דארט), ווייל די גוי'טע באקומט א קוויק פעי מדי שבת בשבתו מער ווייניגער, און גראסערי אויכעט נישט. איז וואס יא? איך ווייס נישט.

אבער א פאסיווער מאנ'ס ריספאנס איז הא קעירס Who Cares עס איז דא נוץ, השערה נאך אמאל: אבער טרינקען דעם מאן דאס בלוט מדי יום ביומו איז נאר ווייל זי האט פארלוירן קאנטראל אויף איהם און דא באקומט זי די קאנטראל צוריק. דאס איז אין מיין מיינונג א הימל שרייענדע עולה.

עס זעהט אויס אז די פרוי האט א געשמאק אין בי.די.עס.עם. ווייל דער פאסיווער אינגערמאן פלאצט און ווערט פאסיוו אגרעסיוו, אויב איז זיין דיאגנאסיס ריכטיג, און דאן באקומט זי באצאלט איינמאל פאר אלעמאל.

איי נוץ קאפ א מינוט, דו ווייסט דאך פונקטליך וואס דא טוהט זיך, ער מוז דיר קומען זאגן טייערע רחל, עס איז שווערע צייטן, דו קענסט נישט ספענדן קיין פעני יעצט. און דאן וואס וועט זיין איר אנטווארט, נעם פון דא, נעם פון דארט, אבי איך זאל נישט דארפן זיך צוזאמציען, און קענען ספענדן פאר פלאוערס.

איצטערט פרעגסטו פארוואס דער אינגערמאן זאגט איר ליגענט? דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי ער זעהט זיך נישט ווערן אריינגעדרייט אין א סומאטוכע, און אנדערע ליגענטס זאגט ער ווייל ער דארף זיין אנערקענונג וואס ער באקומט נישט, ביז עס ווערט אן הרגל נעשה טבע שני אז ליגענט אן א טראכטן איז זיין איינציגסטע סורווייווינג מעקאניזאם און רואיגקייט.
 
@הק' לייביש שרייבער איך האב עס נאכאמאל געליינט גערינטלעך, איך פארשטיי נישט אלע משלים, און איך קאנעקט נישט צי ממש יעדע פרט
אבער איך מיין איך פארשטיי די נשמה דערפון, זאג מיר צי איך האב עס טאקע ארויס..

פונקט אזוי ווי אסאך פרויען (און מענער) האבן נאר חתונה צי זיין פון די נארמאלע וואס האבן חתונה,
און זיי ווילן האבן א בעבי ביי די יאר ווייל דאס איז נארמאל,
ווילן זיי אז זייער מאן זאל אויך זיין נארמאל,
ס'גייט זיי נישט אן זייער מאן'ס לעבן, שאיפות, דערגרייכונגען, ווי לאנג ער טוט זאכן אזוי ווי זי רעדט זיך איין איז נארמאל,
וועט ער באקומען זיינע "נארמאלע" סקעדזשאלט מישינערי סעקס סעשאנס, דעטס איט.

איך האב א חבר וואס האט זיך אריינגעלייגט און שדכנות א יאר נאך די חתונה. און ער האט אזאנס מצליח געווען, געריקט איין שידוך נאכן צווייטן, ער האט פארשטייט זיך געמאכט שיין געלט דערצי אויך.. זיין ווייב איז געווען אזוי פראוד פון אים, אז זי האט אים איין טאג סופרייזט!! זי קאלט אים אן "זעליג, איך האב געמאכט רעזיוועישאנס ביי ענטערפרייז פאר א רעינדש ראווער, פיק עס אויף, און אינז גיימיר גיין עסן לאנטש און א שיינע רעסטעראנט און NJ,
איך וויל סעלברעיטן מיט דיר דיין 100סטע שידוך,
וועקט'ס ענק אויף! נישטא קיין רעינדש ראווער און ס'נישטא קיין רעסטעראנט, אבל יש כן א ווייב וואס האט זיך אזוי געשעימט מיט איר מאן אז ער טוט שדכנות, אז זי האט אים אפילו געאפערט אז ער קען האבן א סמארטפאון אינדערהיים, ער זאל מיר נאר זיין נארמאל אויפן גאס..
איך מיין ח"ו זיי נישט אראפצירייסן..
און איך ווייס אויך אז מיט געדילד און אסאך אנקאנדישענעל לאוו צי איר קען מען טוישן זאכן, איך רעדט יעצט אבער פון די דיפאלד,
 
Back
Top