א פריש-באקומענער טעקסט (איבערגעטייטשט אין אידיש)

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
763
רעאקציע ראטע
1,862
איך בין ארום גענומען מיט מענטשן, אבער איך שפיר נאך אינגאנצן אליינס. איך ווייס נישט ווי אזוי צו בריקן די געפיל. איך פרוביר צו דערגרייכן, איך שמועס, איך ענגעידזש, אבער די געפיל פון קאנעקשאן בלייבט אויסער מיין דערגרייכונג.

עס איז מאדנע און זייער ווייטאגליך, די הרגשה צו זיין אין א געזעלשאפט פון מענטשן, אבער פארט זעהט מיך - די עכטע מיך - קיינער נישט, און קיינער פארשטייט מיר נישט. איך האלט נישט אויס די הרגשה.

העלף מיר!

וואס ענטפערסטו אויף אזא טעקסט ?
 
אזוי ווי משה גאבע האט געענטפערט...

הו דע העל אר יו...?
איך ווייס דאך ווער עס איז. און איך האף אז מיטן איגנארירן וועט עס נישט גיין צו א סטעף וואס איך וויל נישט טראכטן פון. ידינו לא שפכה את הדם הזה.
 
ער איז נישט אליינס, עס איז דא אסאך אזאלכע

עכט קאנעקטן מיט חברים וכדו' איז עס בעיקר מיט די וואס מען איז אויפגעוואקסן אין חדר און ישיבה. די וואס קומען צו שפעטער געשעהט ווייניגער א עכטע אמת'ע קאנעקשאן

אויב וואוינט ער / דרייט זיך אין א פלאץ וואס ער האט נישט קיין שייכות מיט זיינע חברים פון די יונגע יארן, איז זייער מעגליך אז דאס איז די סיבה.

איי געס מיט די ווייב איז ער אויך נישט מורא'דיג נאנט, אדער איז דאס נישט גענוג פאר אים.

פארוואס האלט ער עס נישט אויס? זאג אים אז רוב פון די אלע וואס פרעטענדירן אז זיי האבן עס, האבן עס עכט אויך נישט . ווער זאגט עס איז דא אזא מושג בכלל
 
איך בין ארום גענומען מיט מענטשן, אבער איך שפיר נאך אינגאנצן אליינס. איך ווייס נישט ווי אזוי צו בריקן די געפיל. איך פרוביר צו דערגרייכן, איך שמועס, איך ענגעידזש, אבער די געפיל פון קאנעקשאן בלייבט אויסער מיין דערגרייכונג.

עס איז מאדנע און זייער ווייטאגליך, די הרגשה צו זיין אין א געזעלשאפט פון מענטשן, אבער פארט זעהט מיך - די עכטע מיך - קיינער נישט, און קיינער פארשטייט מיר נישט. איך האלט נישט אויס די הרגשה.

העלף מיר!

וואס ענטפערסטו אויף אזא טעקסט ?
שלעפ אים ארויס פאר א שפאציר אדער צו א רעסטעראנט
רעד פון אלעס אין די וועלט חוץ זיינע פראבלעמען
סגייט נישט סאלווען זיינע פראבלעמן אבער ער וועט עט ליסט פילן אז ער האט צו וועם צו רעדן

פארוואס נישט רעדן פון זיינע פראבלעמען איז גאנץ פשוט
ווייל קענסט עס לכאורה נישט סאלווען און אריינקריכן אין די לאך אן קענען העלפן קען נאר ערגער מאכן

עדיט: איך מיין נישט צוזאגן זאלסט נישט אויסהערן זיינע פראבלעמן פומקט פארקערט ער דארף פילן אז איינער הערט אים אויס
איך רעדט נאר פון וואס די רעדסט אוואדאי פארדריי נישט סתם די שמועס ווען ער האלט זיך אינמיטן אויסגיסן דאס הארץ
אבער פרוביר נישט צו סאלווען זיינע פראבלעמן נאר אויב די קענסט טאקע
 
איך ווייס דאך ווער עס איז. און איך האף אז מיטן איגנארירן וועט עס נישט גיין צו א סטעף וואס איך וויל נישט טראכטן פון. ידינו לא שפכה את הדם הזה.
אויב ביסטו דא זיך שואל עצה צו זיין וויאזוי צו רעאגירן, אפשר געב אביסל מער דעטאלן איבער אים מען זאל בעסער קענען פארשטיין די סיטואציע.

איז ער איינער מיט וועם דו ביסט פרעמד, עטוואס נאנט, גאר נאנט?

שפירט ער איינזאם צוליב פראבלעמען וואס ער גייט דורך אדער עפעס אנדערש?

אויב פראבלעמען; איז עס נפשיות'דיג, מערידזש, געזונט עפעס אנדערש?

איז ער אויסגעשפילט פון זיין סביבה? האט ער חברים, איז ער אין א גוטע רילעישאנשיפ מיט זיין משפחה?

אביסל מער אינפארמאציע וועט געבן א בעסערן בליק.
 
מיין עצה אויף דעם איז, ער זאל זיך אויסלערנען צו זיין מער desirable, און ווערן א מענטש וואס אנדערע ווילן האבן אין זייער לעבן דארך, העלפן מענטשן מיט זייערע שאיפות, אזוי וועט ער בויען טיפע און און שטארקע קשרים וואס ער זוכט באמת.

לאמיר מסביר זיין:
דער סוד צו בויען טיפע קשרים ליגט אין מאכן זיך פאר א ווערדפולע טייל פון אנדערע מענטשנ'ס לעבן. עס איז נישט גענוג צו זיין סתם פריינטליך אדער צו שמועסן - דו דארפסט ווערן איינער וואס אנדערע ווילן האבן אין זייער לעבן.

ווי אזוי טוט מען דאס? דורך אקטיוו זוכן וועגן צו העלפן אנדערע מיט זייערע ציהלן און שאיפות. ווען דו ווערסט דער מענטש וואס העלפט אנדערע דערגרייכן זייערע חלומות, וועלן זיי נאטירליך וועלן האלטן א שטארקע פארבינדונג מיט דיר.

און לאמיר קלאר מאכן: איך רעד דא נישט פון סתם העלפן, וואס טוט ער שוין טוסט מסתמא שוין גענוג. איך רעד דא פון ווערן א באדייטפולער טייל אין יענעמ'ס וואקסן און לעבן, צו העלפן זיי דערגרייכן זייערע טיפסטע שאיפות און חלומות. ווען דו ווערסט אזא כח אין יענעמ'ס לעבן, וועט יענער נאטורליך נישט וועלן אפלאזן די רילעישענשיפ מיט דיר, ווייל דו ביזט געווארן אן irreplaceable טייל פון זייער וועג צום הצלחה.

דו מוזט אריינלייגן ספעציפישע כוחות אין די באציאונגען. זוך ארויס וואס יעדער איינער וויל דערגרייכן אין לעבן, און טראכט ווי אזוי דו קענסט זיי העלפן דערמיט. ווען דו ביזט אקטיוו אין העלפן אנדערע וואקסן און מצליח זיין, וועלן זיי זיך נאטירליך ציען צו דיר און וועלן וועלן אנהאלטן א שטארקע פארבינדונג מיט דיר.

דו דארפסט ווערן א מענטש וואס אנדערע זעען אלס א וויכטיגער טייל פון זייער צוקונפט און זייער הצלחה. דורך דעם וועסטו בויען די טיפע, באדייטפולע קשרים וואס דו זוכסט.

און נאך עפעס וויכטיג: פרוביר ביסלעכווייז זיך צו עפענען און טיילן דיינע אייגענע געדאנקען און געפילן מיט אנדערע. ווען מען טיילט זיך מיט עכטע געפילן, עפנט זיך אויף די טיר פאר טיפערע פארשטענדעניש און נאנטקייט, דו מוזט קענען ווייזן פאר נאנטע דיינע געפילן און Vulnerabilities, אנשטאט צו באהאלטן דיינע סודות.

נאך א נקודה: פראביר אז די טיפע רילעישענשיפס זאל זיין פון Quality און נישט Quantity, דערצו, אנשטאט צו פרובירן פארטיפן יעדע באציאונג, קענסטו זיך קאנצעטרירן אויף עטליכע מענטשן וואס האבן ענליכע ווערטן און אינטערעסן ווי דיר. אפטמאל איז בעסער צו האבן א פאר שטארקע, טיפע פריינטשאפטן איידער אסאך אויבערפלעכליכע באציאונגען.
 
לעצט רעדאגירט:

כבוד מסתת הרים,
כ'האב באמת הנאה פון די וועג וויאזוי האסט געשריבן
אבער, חס ושלום, desirable? לכאורה איז ער שוין אין די לאך, ער דארף דאס נישט, ער דארף ווערן נאנט מיט זיך און אביסל נאנטע.
העלפן אנדערע זיך אליין צו בויען איז א לאך וואס איז זייער שווער ארויסצוקריכן און ס'זייער דקות'דיג.
די ווייטאג איז אומבאשרייבליך, loneliness, איז א זאך וואס אונז אלע האבן פון מאל צו מאל, אבער זיך כסדר טרעפן אין אזא לעכל....
אדרבא, לייבוש אפשר זאגסטו, איז ער א מענטש וואס טרייט צו זיין likeable?
 
לעצט רעדאגירט:
אן עצה וואס איז גוט פאר א יעדעם, גיי דאווען אין א קליינע שוהל און דאווען (שמועס/ טשיל וכו׳) דארט א יעדע שבת קביעות׳דיג, נאר א שטיק צייט (בערך א יאר) בויעט זיך אליינס די רילעשענשיפס מיטן עולם, זיי ווערען אזויווי דיין קלאס אין ישיבה.
 
כבוד מסתת הרים,
כ'האב באמת הנאה פון די וועג וויאזוי האסט געשריבן
אבער, חס ושלום, desirable? לכאורה איז ער שוין אין די לאך, ער דארף דאס נישט, ער דארף ווערן נאכט מיט זיך און אביסל נאנטע.
העלפן אנדערע זיך אליין צו בויען איז א לאך וואס איז זייער שווער ארויסצוקריכן און ס'זייער דקות'דיג.
די ווייטאג איז אומבאשרייבליך, loneliness, איז א זאך וואס אונז אלע האבן פון מאל צו מאל, אבער זיך כסדר טרעפן אין אזא לעכל....
אדרבא, לייבוש אפשר זאגסטו, איז ער א מענטש וואס טרייט צו זיין likeable?
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער האסט נישט גוט ארויסגעהאט וואס איך וויל זאגן, desirable און likable איז צוויי פארשידענע סארט זאכן, און איך האב פראבירט דאס אנווארענען, און פארקערט איך שטעל זיך פאר אז ער ווייסט גוט ווי צו זיין likable, אבער וואס פעלט עם אז צו זיין desirable, וואס איז ווען א מענטש פילט אז ער דארף דיך האבן אין זיין לעבן, און ער פילט אז דו ביסט א חלק פון זיין אייגענע הצלחה, איך האב נישט די ווערטער צו דאס ארויס ברענגען בעסער, אבער כ'האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין.
 
לאמיך בעסער קלאר מאכן מיין כוונה:

ווען איך רעד פון זיין "desirable" מיין איך נישט חלילה צו פרובירן געפעלן פאר יעדן איינעם אדער זיך אוועקגעבן פאר אנדערע. איך רעד פון עפעס אסאך טיפער - צו זיין א באדייטפולער טייל אין יענעמס לעבן, איינער וואס איז אזוי וויכטיג פאר זיי אז זיי ווילן דיך האבן אין זייער לעבן נישט ווייל דו פרובירסט זיי צו געפעלן, נאר ווייל דו ביזט א כח וואס ברענגט זיי פאראויס אין לעבן.

ח"ו איך רעד נישט פון זיין א people's pleaser!

א וויכטיגע זאך איז טאקע צו זיין סעלעקטיוו מיט וועמען מען פארברענגט. מען דארף זיך דערווייטערן פון מענטשן וואס ציען אראפ, אדער וואו די רילעישנשיפ איז איינזייטיג - וואו זיי באקומען מער ווי זיי געבן. אזעלכע באציאונגען זענען טאקע שעדליך, און איך זאג קלאר אז א רילעישנשיפ וואס יענער באקומט ארויס מער פון וואס דו באקומסט ארויס זאלסטו אפלאזן, און שנייד ארויס מענטשן וואס זענען נישט א גוטע רילעישנשיפ,

די עיקר איז צו טרעפן די ריכטיגע מענטשן וואס פארשטייען דיר, וואס שעצן דיר, און מיט וועמען דו קענסט בויען א באציאונג וואס איז באזירט אויף אמת'ע פארשטאנד און קעגנזייטיגע שעצונג. עס איז נישט וועגן זיך מאכן געפעלן, נאר וועגן ווערן אזוי וויכטיג אין יענעמס לעבן אז די באציאונג ווערט נאטורליך שטארק און טיף, וואס דאס איז וואס פעלט יענעם..
און א חלק פון דעם איז אויך צו זיין Vulnerable און קענען משתתף זיין די פערזעליכע סודות וואס מאכט דיך פילן weak, פאר איינער וואס ביסט זייער נאנט מיט, און אזוי וועט יענער אויך פילן באקוועם, צו מיטטיילן זיינע געשיכטעס, וואס פארשטערקערט די בונד
 
איך וויל נאך עפעס צולייגן וועגן אויטענטישקייט:

ווען איך זאג מען זאל זיין א באדייטפולער טייל פון יענעמס לעבן, מיין איך נישט מען זאל זיך טוישן אדער פארשטעלן. פארקערט - מען דארף בלייבן געטריי צו זיך, צו די self worth, און צו וועם מען איז באמת. און פארקערט, נאר דורך זיין דער אמת'ער דו, מיט self worthiness קענסטו האבן א ריכטיגע, טיפע השפעה אויף אנדערע.

אויב דארפסטו זיך פארשטעלן אדער טוישן ווער דו ביסט כדי צו האלטן א רילעישנשיפ, איז דאס א סימן אז ס'איז נישט די ריכטיגע רילעישנשיפ פאר דיר. די טיפסטע און שטארקסטע קשרים קומען ווען ביידע זייטן קענען זיין אינגאנצן עכט, אן קיין שום פארשטעלונג.
 
אלו ואלו דברי אלוקים אחרים

אלעס איז טאקע זייער וואוילע און שיינע ענטפערס, אבער די אונטערשלאגע זעה איך נישט צו זיין אדרעסירט אין קיין איין ענטפער. ואלו הם, לולי דמסתפינה, ואשר חנן לי ה' אותו אדבר.

אויב איינער פון מיינע טייערע ליינער טרעפט אין מיינע ווערטער עטוואס ריכטיגקייט, און עס קען זיי אפשר לעכטיג מאכן די אויגן, יהא זה חלקי מעמלי.

ווען איינער שפירט זיך אליין, אפילו ווען ער איז אינטעגרירט אין סוסייעטי, קען דאס פיל מאל מיינען מערערע ענינים, טיף און ברייט.

עס קען מיינען, למשל, אז לויט זיין אייגענעם ערך פילט ער נישט אז ער האט דערגרייכט זיין פאטענציאל. ער קען געפאלן זיין אין געוויסע מקומות אדער נישט דערגרייכן אומקום וואס איז פאר אים זייער וויכטיג, און שיצט זיך אפ לויט וויאזוי ער מיינט אז אנדערע טראכטן אויף אים. אבער דאס איז נישט דייקא זיין אמת'ע שאצונג.

כדי לסבר את האוזן וועל איך ברענגען א קאנטראַסטישע משל:
א אינגערמאן האט חתונה געהאט אין א רייכער, וואוילער בעלבת'ישער שטוב. אלע שוואגערס זענען שם מויל מאכערס, מיט רינדיגע בייכער און עטוואס דיסענט פרנסה. דער אינגערמאן פרובירט זיך אריינצופיטן אין די סביבה מיט אלע כוחות – ביים גוטן און ביים בייזן – אבער עס גייט אים נישט. איין דזשאב ארבעט נישט, א צווייטער אויך נישט. ער עפנט א ביזנעס, אבער דפוק'ט עס אראפ איידער ער האט געהאט א שאנס זיך צו באזעצן.

נאכדעם פון א תקופה פרובירט ער נאכאמאל, און נאך אפאר יאר באווייזט ער צו בויען א שיינער ביזנעס. ער הייבט אן שפירן אז ער קען שוין אריין גיין אין די ליגע פון זיינע ארומיגע. אבער ויהי היום, קומט קאוויד, און ער געפינט זיך נאכאמאל אין דער ערד, צוזאמען מיט די גאנצע פרנסה און סטאנדארט וואס ער האט אויפגעבויעט.

די ארומיגע טוישן נישט זייער אטיטוד. זיין ווייב שרייט: "איך דארף אפאר צענט!" און ער האט נישט צו געבן. זי וויינט: "מיינע ברידער טוען די זעלבע זאך און קענען שטעלן צו געלט; וואו ביסטו?"

דער אינגערמאן איז א געשמאקער, קליגער מענטש, אבער ער פילט זיך איינגעשפארט אין זיין אייגענעם מח. וואס קען ער טון? ער קען נישט רעדן מיט קיינעם. ער האט שוין גענוג מאל פרובירט און געפאלן, און ער פארשטייט נישט פארוואס דאָס געשעט מיט אים.

דווקא א גרויסער אווענטוריסט מיט ריזיגע איידיעס, אבער די איידיעס פון מכח אל הפועל ארויסברענגען האט ער נאך נישט מצליח געווען. ער זעצט זיך אפ מיט ווייטאג, אבער רעדן, זיך אפהערן? נישטא ווער עס זאל צוהערן.

אבער... דאס איז בלויז איין וועג פון מזל.
יעדער מענטש, אין זיין אייגענעם וועג, קען זיך טרעפן אין דער זעלבער סיטואציע, נאר מיט אן אנדער סארט מעשה. אבער זהו מער ווייניגער דער צושטאנד.

ער האט קיינעם נישט וואס זאל וועלידעיטן זיינע אייזערנע כשרונות. ער ווארט פאר א גוט ווארט פון די ארומיגע, אבער ער באקומט עס נישט – ווייל עס איז נישטא אויף וואס. איז, ווי אזוי קען ער נישט זיין אליין?

ווייל אפילו ווען ער שמייכלט און שמועסט מיט מענטשן, ווייסט קיינער נישט וואס ער שפירט דארט טיף אינעווייניג, און וואס ער לייגט זיך אריין אין בעט אונטער זיין דאכענעס, ווען ער איז אליין מיט זיינע הרגשים. ער איז אליין אויף דער וועלט, אן איינער צו טיילן זיין צער – פיזיש און גייסטיש.

ווען א מענטש ווערט אפגעפרעגט ביי זיך זיין אייגענע ווערד און פילט זיך "זערא בילאו זערא," ווי אזוי זאל ער נישט ווערן א חוזק, נישט נאר פאר אנדערע, נאר אויך פאר זיך? ווי געשמאק ער פרובירט זיך צו האלטן אין פובליק, פילט ער זיך נאך אלץ אויסגעלאכט – אין זיך און צווישן זיך.

ער זיצט צווישן זיינע ארומיגע, און ער זעט נאר צרות צרורות. איז וויאזוי ווילסטו אז ער זאל פילן באקוועם מיט זיי? ער זעט זיי אלץ מצליחים און זיך אלץ דער וואס פאלט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ.

איז דאס נישט די טראגישקייט פון זיין?
 
לעצט רעדאגירט:
זייער ריכטיג ארויסגעברענגט די פראבלעם, די שאלה איז וואס טוט מען יעצט, זאל ער 'באצווינגען' אלע זיינע ארומיגע צו איינזען זיינע כישרונות?
קען מען דאס בכלל טוהן?
 
לייבוש, 'קיינער זעט נישט מיין עכטע מיך', וואס מיינט ער צו זאגן, קיינער זעט נישט איין אין מיינע כישרונות אדער I wanna be seen?
מ'רעדט פון געפילן פון א מענטש, און די נקודה איז עס נישט אפצולערנען ווי א שטיקל גמרא, נאר אים בעסער צו פארשטיין פרעג איך עס.

און פארשטייט זיך אז אפילו נאכ'ן פארשטיין פינקטלעך וואס ער האט געמיינט גייט נישט זיין די ענטפער וואס גייט זיין די כמים קרים על נפש עיפה... ווייל אין אמת'ן גערעדט, די ריכטיגע ענטפער צו א מענטשנ'ס פראבלעם ליגט אינעם מענטש אליין! דורך זיך אליין פארשטיין, וכו קען מען אנקומען דערצו כידוע. און, האבן א נאנטע חבר/טערעפיסט וכדומה, וואס קען פארשטיין און אויסשמועסן און בעיקר זאגן ווי א מענטש איז סטאק אין לעבן, איז געווען העלפפול פאר מיר און נאך.
 
אלו ואלו דברי אלוקים אחרים

אלעס איז טאקע זייער וואוילע און שיינע ענטפערס, אבער די אונטערשלאגע זעה איך נישט צו זיין אדרעסירט אין קיין איין ענטפער. ואלו הם, לולי דמסתפינה, ואשר חנן לי ה' אותו אדבר.

אויב איינער פון מיינע טייערע ליינער טרעפט אין מיינע ווערטער עטוואס ריכטיגקייט, און עס קען זיי אפשר לעכטיג מאכן די אויגן, יהא זה חלקי מעמלי.

ווען איינער שפירט זיך אליין, אפילו ווען ער איז אינטעגרירט אין סוסייעטי, קען דאס פיל מאל מיינען מערערע ענינים, טיף און ברייט.

עס קען מיינען, למשל, אז לויט זיין אייגענעם ערך פילט ער נישט אז ער האט דערגרייכט זיין פאטענציאל. ער קען געפאלן זיין אין געוויסע מקומות אדער נישט דערגרייכן אומקום וואס איז פאר אים זייער וויכטיג, און שיצט זיך אפ לויט וויאזוי ער מיינט אז אנדערע טראכטן אויף אים. אבער דאס איז נישט דייקא זיין אמת'ע שאצונג.

כדי לסבר את האוזן וועל איך ברענגען א קאנטראַסטישע משל:
א אינגערמאן האט חתונה געהאט אין א רייכער, וואוילער בעלבת'ישער שטוב. אלע שוואגערס זענען שם מויל מאכערס, מיט רינדיגע בייכער און עטוואס דיסענט פרנסה. דער אינגערמאן פרובירט זיך אריינצופיטן אין די סביבה מיט אלע כוחות – ביים גוטן און ביים בייזן – אבער עס גייט אים נישט. איין דזשאב ארבעט נישט, א צווייטער אויך נישט. ער עפנט א ביזנעס, אבער דפוק'ט עס אראפ איידער ער האט געהאט א שאנס זיך צו באזעצן.

נאכדעם פון א תקופה פרובירט ער נאכאמאל, און נאך אפאר יאר באווייזט ער צו בויען א שיינער ביזנעס. ער הייבט אן שפירן אז ער קען שוין אריין גיין אין די ליגע פון זיינע ארומיגע. אבער ויהי היום, קומט קאוויד, און ער געפינט זיך נאכאמאל אין דער ערד, צוזאמען מיט די גאנצע פרנסה און סטאנדארט וואס ער האט אויפגעבויעט.

די ארומיגע טוישן נישט זייער אטיטוד. זיין ווייב שרייט: "איך דארף אפאר צענט!" און ער האט נישט צו געבן. זי וויינט: "מיינע ברידער טוען די זעלבע זאך און קענען שטעלן צו געלט; וואו ביסטו?"

דער אינגערמאן איז א געשמאקער, קליגער מענטש, אבער ער פילט זיך איינגעשפארט אין זיין אייגענעם מח. וואס קען ער טון? ער קען נישט רעדן מיט קיינעם. ער האט שוין גענוג מאל פרובירט און געפאלן, און ער פארשטייט נישט פארוואס דאָס געשעט מיט אים.

דווקא א גרויסער אווענטוריסט מיט ריזיגע איידיעס, אבער די איידיעס פון מכח אל הפועל ארויסברענגען האט ער נאך נישט מצליח געווען. ער זעצט זיך אפ מיט ווייטאג, אבער רעדן, זיך אפהערן? נישטא ווער עס זאל צוהערן.

אבער... דאס איז בלויז איין וועג פון מזל.
יעדער מענטש, אין זיין אייגענעם וועג, קען זיך טרעפן אין דער זעלבער סיטואציע, נאר מיט אן אנדער סארט מעשה. אבער זהו מער ווייניגער דער צושטאנד.

ער האט קיינעם נישט וואס זאל וועלידעיטן זיינע אייזערנע כשרונות. ער ווארט פאר א גוט ווארט פון די ארומיגע, אבער ער באקומט עס נישט – ווייל עס איז נישטא אויף וואס. איז, ווי אזוי קען ער נישט זיין אליין?

ווייל אפילו ווען ער שמייכלט און שמועסט מיט מענטשן, ווייסט קיינער נישט וואס ער שפירט דארט טיף אינעווייניג, און וואס ער לייגט זיך אריין אין בעט אונטער זיין דאכענעס, ווען ער איז אליין מיט זיינע הרגשים. ער איז אליין אויף דער וועלט, אן איינער צו טיילן זיין צער – פיזיש און גייסטיש.

ווען א מענטש ווערט אפגעפרעגט ביי זיך זיין אייגענע ווערד און פילט זיך "זערא בילאו זערא," ווי אזוי זאל ער נישט ווערן א חוזק, נישט נאר פאר אנדערע, נאר אויך פאר זיך? ווי געשמאק ער פרובירט זיך צו האלטן אין פובליק, פילט ער זיך נאך אלץ אויסגעלאכט – אין זיך און צווישן זיך.

ער זיצט צווישן זיינע ארומיגע, און ער זעט נאר צרות צרורות. איז וויאזוי ווילסטו אז ער זאל פילן באקוועם מיט זיי? ער זעט זיי אלץ מצליחים און זיך אלץ דער וואס פאלט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ.

איז דאס נישט די טראגישקייט פון זיין?
א מענטש דארף קענען זיין שוואכקייטן פונקט ווי זיין שטארקקייטן, אז ער איז נישט מצליח אפילו מיט'ן זיין א מוכשר, איז פשט אז אין געוויסע הינזיכטן וואס פעלן אויס פאר הצלחה איז ער הונטערשטעליג און ער דארף דאס שטודירן און דערגיין מיט אן אויפריכטיגע בליק.
נאכ'ן קומען צום מסקנא איז דא צוויי אפציעס, אדער זיך אליינס פארבעסערן און שטערקער ווערן אין די הינזיכטן וואו ער איז שוואך דורך זיך לערנען פון די וואס זענען גוט דערין (רעסורסן פעלן נישט היינט צוטאגס - ער זאל בעטן עי איי אים צו לינקן צו די בעסטע מענטאר'ס אינעם נושא), אדער עס אוטסורסן, צי דורך אויפנעמען ארבעטער וואס קענען די מלאכה, אדער פשוט נעמען א שותף וואס איז שטארק אין די פעלדער.

(בנוגע וויפול ער ווייסט וועגן זיינע כשרונות וואס ער שפירט אז אנדערע אנערקענען נישט גענוג, איז וויכטיג צו פארשטיין א פשוטע מציאות וואס אסאך בעלי כשרון ליידן פון, והיינו, אז דיין כשרון וועט נאר אנערקענט ווערן ווען ס'גייט עפעס אויסמאכן פאר אנדערע, סתם די מציאות אז איינער איז א בעל כשרון, לדוגמא, א גוטע פיאניסט, אבער ער שפילט קיינמאל נישט פארנט פון אנדערע, וועט קיינמאל נישט ווערן אנערקענט, זאל ער זיין דער בעסער שפילער.)

אויך איז וויכטיג צו שטענדיג זיין בהכנעה פאר אנדערע מיט אן אוזן קשבת און נישט אייביג וועלן זיין דער דעה זאגער נאר ענדערש דער נאשער אין אמת'דיג זיך וועלן לערנען פון אנדערע, דאס זעלבסט ברענגט שעצונג. ווי די באקאנטע ווארט גייט; זע אז דו זאלסט נישט זיין דער קלוגסטער אינעם צימער, און ביסטו יא, דאן זוך דיר אל צווייטע צימער.
 
יעצט רעדסטו שוין נישט וועגן Loneliness, דאס איז א שמועס וועגן איינער וואס פעלט Validation אדער Recognition און אויף דעם וואלט איך געזאגט אז ער זאל ארבעטן אויף Self Value אדער self Expectance, אן דארפן די באשטעטיגונג פון אנדערע, און אויך ווי @זית רענן האט שוין געשריבן בטוב טעם
 
ווי באלד ער דארף די וועלידעישאן, און זעהט ווי נישט נאר ער קען עס נישט באקומען, נאר ער דיזערווט עס נישט. דאן ווערט ער משוגע לאונלי.
 
א מענטש דארף קענען זיין שוואכקייטן פונקט ווי זיין שטארקקייטן, אז ער איז נישט מצליח אפילו מיט'ן זיין א מוכשר, איז פשט אז אין געוויסע הינזיכטן וואס פעלן אויס פאר הצלחה איז ער הונטערשטעליג און ער דארף דאס שטודירן און דערגיין מיט אן אויפריכטיגע בליק.
נאכ'ן קומען צום מסקנא איז דא צוויי אפציעס, אדער זיך אליינס פארבעסערן און שטערקער ווערן אין די הינזיכטן וואו ער איז שוואך דורך זיך לערנען פון די וואס זענען גוט דערין (רעסורסן פעלן נישט היינט צוטאגס - ער זאל בעטן עי איי אים צו לינקן צו די בעסטע מענטאר'ס אינעם נושא), אדער עס אוטסורסן, צי דורך אויפנעמען ארבעטער וואס קענען די מלאכה, אדער פשוט נעמען א שותף וואס איז שטארק אין די פעלדער.

(בנוגע וויפול ער ווייסט וועגן זיינע כשרונות וואס ער שפירט אז אנדערע אנערקענען נישט גענוג, איז וויכטיג צו פארשטיין א פשוטע מציאות וואס אסאך בעלי כשרון ליידן פון, והיינו, אז דיין כשרון וועט נאר אנערקענט ווערן ווען ס'גייט עפעס אויסמאכן פאר אנדערע, סתם די מציאות אז איינער איז א בעל כשרון, לדוגמא, א גוטע פיאניסט, אבער ער שפילט קיינמאל נישט פארנט פון אנדערע, וועט קיינמאל נישט ווערן אנערקענט, זאל ער זיין דער בעסער שפילער.)

אויך איז וויכטיג צו שטענדיג זיין בהכנעה פאר אנדערע מיט אן אוזן קשבת און נישט אייביג וועלן זיין דער דעה זאגער נאר ענדערש דער נאשער אין אמת'דיג זיך וועלן לערנען פון אנדערע, דאס זעלבסט ברענגט שעצונג. ווי די באקאנטע ווארט גייט; זע אז דו זאלסט נישט זיין דער קלוגסטער אינעם צימער, און ביסטו יא, דאן זוך דיר אל צווייטע צימער.
די פשט איז נישט דוקא כדי זיך צו מאכן באליבט ביי די ארומיגע, נאר פשוט עס איז א וועיסט און טיים; דו פארברענגסט צייט צו שמועסן מיט מענטשן און דו ביסט גארנישט קונה דערמיט

דער אמת איז אבער אז די עטיטוד איז שוין א רעסעפי פאר לאונלינעס. מאוסט מענטשן זענען אומאינטערסאנט, זאגן כסדר איבער די זעלבע פאר 'ליינס' זייערע, און זייער איידיע פון א גוד טיים איז נישט דוקא צו קונה זיין נייע אינפארמאציע נאר סתם צו שטופן די צייט מיט איבערקייען אלטעס. פאר איינעם וואס קאנעקט נישט דערצו איז שווער טאקע זיך צו באפריינדן מיט אסאך מענטשן.

די מהלך אז דאס האט צו טון מיט וואלידעישאן איז א אינטערעסאנטע, נאר איך בין נייגעריג צי דאס איז טאקע ריכטיג. א גוטע טעסט וואלט געווען צו זעהן אויב דער זעלבער מענטש, אין אנדערע מצבים ווען עס גייט אים יא גוט, טרעפט פלוצלינג יא גוטע חברים. איך בין מער נוטה אז עס האט מיט א מענטש'ס נאטורן ווי מיט זיינע אומשטענדן
 
די פשט איז נישט דוקא כדי זיך צו מאכן באליבט ביי די ארומיגע, נאר פשוט עס איז א וועיסט און טיים; דו פארברענגסט צייט צו שמועסן מיט מענטשן און דו ביסט גארנישט קונה דערמיט
סאציאלעזירן איז נישט קיין וועיסט אוו טיים אזוי לאנג וואס עס ברענגט דיך א תועלת אין לעבן (אין דעם פאל זיך פילן אנגענומען אינעם געזעלשאפט), פארשטייט זיך אז בעסער דריי זיך מיט קלוגערע מענטשן כדי צו קענען קונה זיין פון זיי ווי מער, פון פשוטע מענטשן קען מען אויך קונה זיין געוויסע זאכן וואו זיי זענען אויסגעקאכט אין (כמעט יעדער האט זיך זיין נאטירליכע נייגונג צו עפעס וואס ער איז מער באהאוונט ווי א צווייטן, הגם וואס דאס איז נישט אייביג רעלעוואנט צו דיר, איז עס גענוג אינטערסאנט אויף צו נאשן פון יענעם מפעם לפעם.)

אויך דארף מען פארשטיין אז פונקט ווי דו ווילסט זיך נישט לכתחילה דרייען מיט מענטשן וואס זענען ווינציגער קלוג ווי דיר, וועלן די וואס וואס זענען קלוגער ווי דיר/אדער מער סוקסעספול אויך נישט לכתחילה זיך וועלן דרייען מיט דיר, ממילא דארפסטו זיי קענען געבן דיין אוזן קשבת והכנעה אז זיי זאלן פילן ווי דו גיבסט זיי אויך עפעס.
 
Back
Top