Psychiatry | א מאניפולעישאן טול

בְּתוֹךְ עַמִּי

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
39
רעאקציע ראטע
135
כ׳בין נייגעריג צו נאך איינער דא קען רילעטן צו דאס וואס איך בין לעצטענס געווארן aware איבער די טכסיסי מלחמה וואס ווערט באניצט דורכן סיסטעם צו האלטן די קראוד קאנטראלירט און צו אינטערדריקן דעם אמת פון ארויפשווימען…

און די געמיינע רשעות דערפון איז, אז ס׳מלובש אין אן אומשילדיגע מעדיקל פראפעשאן וואס רופט זיך: ״סייקייעטרי״!!

איך האב אליין בייגעוואוינט און ווי אויך געהערט פון מענטשן איבער מערערע פעלער ווי ״געטרייע״ מענטשן וואס זארגן זיך פאר דעם אינדיווידועל וואס גייט נישט מיט מיטן סיסטעם בלינדערהייט, פראבירן אים/איר צו באצווינגען צו נעמען מעדעקעישן פארן בלויזן חטא פון זיך עקספרעסן אויף א וועג וואס טריגערט די וואס דינען דעם סיסטעם און פארן עקספאוזען און ארויסשלעפן דעם אמת פון אינטערן קארפעט…
 
ווען מיין קאזין איז ארויס פון ישיבה און געוואלט גיין ארבטן אלץ בחור האט די רבי פון זייערע חסידות גע'עצה'ט מיין פעטער ער זאל אים שיקן צו א פסאקייטריסט צו גיין אויף פּילן און צוריק גיין אין ישיבה, מיין פעטער האט געטענהט אז אויב נישט גייט זיין בחור זיכער "סנעפּן".

דער בחור האט געזאגט לא מיט אן ענדע אלף! געארבעט, געמאכט געלט, און פיין חתונה געהאט און האט א שיינע שטוב!

(בדוו. כ'רעד נישט קעגן פילן, הגם כ'פיהל אז געוויסע פילן שלעפן איין מענטשן מאכן אנדערע פשוט אז דער מענטש זאל האבן מער דאופעמין.
אזוי צו אזוי. כ'קען מענטשן וואס זענען אראפ פון פילן פאר 12 טעג נאר צו טרינקן טיי און האבן מער קיין פילן נישט געדארפט!)
 
איך האב נאכנישט געהערט אזעלכע מעשיות, אבער איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי "עסקנים" האבן פרובירט צו ציען אין דעם דירעקציע אבער האבן געזעהן אז דער מאן דהוא איז נישט דער טייפ וואס מ'קען טוהן מיט אים וואס מ'וויל.
 
יא, ליידער איז עס זייער מצוי.

פארציילט מיר לעצטענס א פרוי אז צוויי וואכן נאך די חתונה איז זי אהיים צו די מאמע און געזאגט אז זי וויל נישט וואוינען מיט אים, ער איז נישט די מאן וואס זי וויל. ער איז נישט פאר איר.

האט איר די מאמע גענטפערט אז זי איז יעצט פשוט איבערגעשטרענגט פון די חתונה. זי זאל זיך בארואיגען אין אלעס וועט זיין מסודר. זי האט איר געלייגט אויף פילן און צוריק געשיקט צו איר מאן.

היינט האלט מען עטליכע יאר שפעטער מיט עטליכע קינדער און די פרוי בעט פאר א גט.

יעצט אבער, איז זי זייער סיריעס און זי לאזט זיך נישט ארומ׳חוש׳ן.
 
דאס הארץ ווערט צוריסן יעדעס מאל איך הער אזעלכע שוידערליכע וועגן ווי עלטערן זענען ליידער מפקיר די אייגענע קינדער

דערמאנט פון יפתח און זיין טאכטער 💔
 
קען מען דען נאך צוויי וואכן זיין מיט א מענטש וויאזוי יענער איז?

קען זיין יענער איז געווען א צורידערטע משוגענער, אבער אז מ'רעדט פון א עווערעזש מענטש איז עס נישט קיין יושר אפצופסלען נאך 2 וואכן אן געבן א טשענס עכט צו זעהן וואס יענער איז.
 
פאר דעים איז דא בירט קאנטראל, אז ס׳זאל נישט ווערען קיין מעות לא יוכל לתקן, איך האלט אז א יעדע נייע פארל מוז גיין אויף בירט קאנטראל פאר לפחות צוויי יאר.
 
איינער איז געקומען צום גארליצער רב זצ”ל און געזאגט אז זיין זון איז משוגע געווארן, ער פרעסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס.
זאגט אים גארליצער רב ווען ער פרעסט שיקסעס און טאנצט מיט חזירים איז ער טאקע משוגע, היות ער טוט וואס ער טוט, האט ער פשוט א יצר הרע!
 
Back
Top