- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
קרעדיט אידיש מוזיק ליריקס
באפאסט דורך: מאטי אילאוויטש
געזונגען דורך: מאטי אילאוויטש
הער: השגות - פועל ישועות
איך פאָר דארט אינדערווייטן
צו די פופציג שטאַטן
שאפן געלט לשמחת בני.
געווען איין קורצן פרייטאג
דער שבּת איז פרי-צייטיג
מיין קאַר געבליבן שטעקן ערגעצוואו.
א פרעמדע געגנט איז-עס
איך זוך עפעס מזוזות
א אידיש הויז וואו איינשטיין דארטן קען-מען.
מיט מיין רענצל, מיינע זאכענעס
טרעף איך דארט א מכניס
אורח, וואס ער טוט מיך שיין אויפנעמען.
ער ווייזט מיר אבער 'שנעל'
געקלינגען שוין דעם בעל
'איך גיי שוין אין שוּל', איז זיין קלאגע.
איך צינד מיין שבת פלאמ'ל
איך טוה שנעל אן מיין שטריימל
מיטן גאנצן ירושלמי'דיגן טראגע.
מיטן זאקן, קאפל ווייס
מיטן קאפטן איך גיי אין גאס
יעדער גיבט מיר שלום מיט די האנט.
און שול איך זיץ ביים עק
און מען שיקט מיך גלייך אוועק
א צדיק דארף דאך זיצן אויבן ביי דעם מזרח וואנט.
מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב
המה מעידים – ישועות אן א צאל.
ס'איז א טעות בעלמא
כ'בין א פשוט'ער ירושלמי
וואס זאמלען אפאר טאלער דא איך פרואוו-עס
אבער ווי מער איך טו זיי ראטן
אז 'אנכי הקטן'
ווערן זיי מער קראנק פאר מיין עניוות.
איך וועל מודה זיין און שטימען
איך האב גראדע ליב באקומען
דעם כבוד וואס פאר מיר דא אין שטאט-איז.
כדי זיך נישט צו שפירן שלעכט
האב איך געטראכט מיט רעכט
אז אפשר איז דאס גאר השגחה פרטית.
דא געבליבן שטעקן
ווי א צדיק זיך אנטפלעקן
מקיים בין איך לַחֲשׁוב חֶשְׁבּונות.
זיך לאזן פון די טיטלען
דערנאך וועט קומען קוויטלען
וואס דאס קומט דאך אינאיינעם מיט פדיונות.
איי... איך צעפלאם זיך ווי א פייער
מיט א מלאכ'דיגן שלייער
ביז פארטאג'ס א קה אכסוף נועם.
איך האב גע'דרש'נט און גע'חידוש'ט
געפראוועט און גע'קידוש‘ט
געפירט א שלש סעודות ביזן זמן רבינו-תם.
"מנוחה ושמחה..."
***
אינדרויסן א בהלה
תיכף נאך הבדלה
אין גאנצן געגנט טוט מיין נאמען שמ‘ן.
קומען אידן מיט משפחות
נאך עצות און הדרכות
פריוואטע אודיענצן זיי אויפנעמען.
א מלווה מלכה א וואש
נאר פאר דעי מיט א טאש
איך זינג און טאנץ, און גיב אויך כוס של ברכה.
ביז אינמיטן די נאכט,
דארטן פארבראכט
און איך באדאנק זיך פאר די העפליכע משפחה.
איך שטיי שוין ביי די טיר
דער בעל אכסניא קמט צו מיר
מיטן אשת חיל און א קינד.
זי פלאצט אין א געוויין
אונזער קינד איז זייער קליין
און איז לעצטענס זייער נישט געזונט.
פאר א יעדן, ברכות טיילסט
דו בעטסט, בענטשט, און היילסט
און דא איר פאקט זיך שוין די פעק.
וואו גייט איר ארויס
רבי, היילטס אים אויס
און מיין הארץ פאלט צוזאם פון שרעק.
צעלאזט ווערט מיין רחמנות
א קינד מיט שווערע סכנות
ווי קען איך היילן מיט מיין פורים-שטיק?
ווען איך ווייס דאך אזויפיל
איך האב בלויז געשפילט א שפיל
איך האב איבערגעצויגן שוין דעם שטריק.
איך מאך צו מיינע אויגן
איבער'ן קינד געבויגן
אוי באשעפער, וואס האב איך געטון?
איך בעט דיך טאטע טייערע
צערייס זיי די גזירה
אויב נישט פאר מיר, טו עס פאר מיין זוהן.
איך האב עס אמת'דיג געמיינט
איך האב באמת מיטגעוויינט
'א גאנצע רפואה, כ'זאג אייך צו.'
און ווי נאר די נאכט פאלט אונטער
א שטערקערער געזונטער
קינד וועקט זיך אויף אינדערפרי.
אן אמת'ע געוויין
א תפילה עכט און ריין
קיין חילוק וויאזוי, ווער און ווען.
איז העכער אלע וויצן
אויסהיילן און באשיצן
זיך אליין, און יענעם, עס קען!
מנוחה ושמחה – א ישועה מיר האבן דא
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב
המה מעידים – ישועות אן א צאל.
באפאסט דורך: מאטי אילאוויטש
געזונגען דורך: מאטי אילאוויטש
הער: השגות - פועל ישועות
איך פאָר דארט אינדערווייטן
צו די פופציג שטאַטן
שאפן געלט לשמחת בני.
געווען איין קורצן פרייטאג
דער שבּת איז פרי-צייטיג
מיין קאַר געבליבן שטעקן ערגעצוואו.
א פרעמדע געגנט איז-עס
איך זוך עפעס מזוזות
א אידיש הויז וואו איינשטיין דארטן קען-מען.
מיט מיין רענצל, מיינע זאכענעס
טרעף איך דארט א מכניס
אורח, וואס ער טוט מיך שיין אויפנעמען.
ער ווייזט מיר אבער 'שנעל'
געקלינגען שוין דעם בעל
'איך גיי שוין אין שוּל', איז זיין קלאגע.
איך צינד מיין שבת פלאמ'ל
איך טוה שנעל אן מיין שטריימל
מיטן גאנצן ירושלמי'דיגן טראגע.
מיטן זאקן, קאפל ווייס
מיטן קאפטן איך גיי אין גאס
יעדער גיבט מיר שלום מיט די האנט.
און שול איך זיץ ביים עק
און מען שיקט מיך גלייך אוועק
א צדיק דארף דאך זיצן אויבן ביי דעם מזרח וואנט.
מנוחה ושמחה – א גרויסע גאסט מיר האבן דא
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב
המה מעידים – ישועות אן א צאל.
ס'איז א טעות בעלמא
כ'בין א פשוט'ער ירושלמי
וואס זאמלען אפאר טאלער דא איך פרואוו-עס
אבער ווי מער איך טו זיי ראטן
אז 'אנכי הקטן'
ווערן זיי מער קראנק פאר מיין עניוות.
איך וועל מודה זיין און שטימען
איך האב גראדע ליב באקומען
דעם כבוד וואס פאר מיר דא אין שטאט-איז.
כדי זיך נישט צו שפירן שלעכט
האב איך געטראכט מיט רעכט
אז אפשר איז דאס גאר השגחה פרטית.
דא געבליבן שטעקן
ווי א צדיק זיך אנטפלעקן
מקיים בין איך לַחֲשׁוב חֶשְׁבּונות.
זיך לאזן פון די טיטלען
דערנאך וועט קומען קוויטלען
וואס דאס קומט דאך אינאיינעם מיט פדיונות.
איי... איך צעפלאם זיך ווי א פייער
מיט א מלאכ'דיגן שלייער
ביז פארטאג'ס א קה אכסוף נועם.
איך האב גע'דרש'נט און גע'חידוש'ט
געפראוועט און גע'קידוש‘ט
געפירט א שלש סעודות ביזן זמן רבינו-תם.
"מנוחה ושמחה..."
***
אינדרויסן א בהלה
תיכף נאך הבדלה
אין גאנצן געגנט טוט מיין נאמען שמ‘ן.
קומען אידן מיט משפחות
נאך עצות און הדרכות
פריוואטע אודיענצן זיי אויפנעמען.
א מלווה מלכה א וואש
נאר פאר דעי מיט א טאש
איך זינג און טאנץ, און גיב אויך כוס של ברכה.
ביז אינמיטן די נאכט,
דארטן פארבראכט
און איך באדאנק זיך פאר די העפליכע משפחה.
איך שטיי שוין ביי די טיר
דער בעל אכסניא קמט צו מיר
מיטן אשת חיל און א קינד.
זי פלאצט אין א געוויין
אונזער קינד איז זייער קליין
און איז לעצטענס זייער נישט געזונט.
פאר א יעדן, ברכות טיילסט
דו בעטסט, בענטשט, און היילסט
און דא איר פאקט זיך שוין די פעק.
וואו גייט איר ארויס
רבי, היילטס אים אויס
און מיין הארץ פאלט צוזאם פון שרעק.
צעלאזט ווערט מיין רחמנות
א קינד מיט שווערע סכנות
ווי קען איך היילן מיט מיין פורים-שטיק?
ווען איך ווייס דאך אזויפיל
איך האב בלויז געשפילט א שפיל
איך האב איבערגעצויגן שוין דעם שטריק.
איך מאך צו מיינע אויגן
איבער'ן קינד געבויגן
אוי באשעפער, וואס האב איך געטון?
איך בעט דיך טאטע טייערע
צערייס זיי די גזירה
אויב נישט פאר מיר, טו עס פאר מיין זוהן.
איך האב עס אמת'דיג געמיינט
איך האב באמת מיטגעוויינט
'א גאנצע רפואה, כ'זאג אייך צו.'
און ווי נאר די נאכט פאלט אונטער
א שטערקערער געזונטער
קינד וועקט זיך אויף אינדערפרי.
אן אמת'ע געוויין
א תפילה עכט און ריין
קיין חילוק וויאזוי, ווער און ווען.
איז העכער אלע וויצן
אויסהיילן און באשיצן
זיך אליין, און יענעם, עס קען!
מנוחה ושמחה – א ישועה מיר האבן דא
אור ליהודים – ליכטיג איבעראל.
שומריו וזוכריו - סימן טוב ומזל טוב
המה מעידים – ישועות אן א צאל.