פון וועם באהאלט איך מיך?!

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
447
רעאקציע ראטע
2,821
דיין הארץ וויל גאולה, (נאכלאזן געוויסע חומרות, הלכות ה'סיסטעם, וכדו') אבער דו פיהלסט סטאק מיט א ווייב און קינדער אין די מוסד. ס'איז נישט כדי אויפצוגעבן דעס פאר דעס.

סאו, דו שטופסט ווי ווייט מעגליך, וואס מ'קען אלס טוהן און די ווייב ווארפט נישט ארויס פון שטוב, און די קינדער פון חדר. במילא שרייבסטו דא וואס דו ווילסט באמת.

אבער שעפטי איז אין א פלאץ ווי ער קען באמת טוהן וואס ער וויל. די משפחה איז מער ווייניגער אקעי מיט וואס ער טוהט. חברים האט ער אין אסאך מינע מחנות. [סיסטעמייזד גראופע'ס, (-חסידישע, ליטווישע), אויפגעקלערטע (- כולל סאך דרגות ביז כפירה), טשילער'ס, טריפּערס, דערהויבענע, משוגענע צדיקים א.א.וו]

נישט אלע (געוועזענע) חברים קענען אלע קאלירן פון שעפטי. אבער מ'מאכט א סטעיטמענט דא און דארט במחשבה דיבור ומעשה ביז מער און מער מענטשן זעהן. בשעת ער פארברענגט בעיקר מיט זיין אמת'ע סוג חברים.

א שידוך גייט ער מיט איינעם ווי עם, פון די זעלבע גראופע חברים. זעלבע וועליוס ווי עם.

וואס קען זיין די דאון סייד אויב שעפטי קומט ארויס מיט זיין געהעריגן נאמען?

אוי וויי. דו שרייבסט אויף קרעמל? יא. דו ווייסט מענטשן שרייבן דארט כפירה! יא, כ'ווייס, (איך פערזענדליך ליין עס נישט, אבער) ס'שטערט מיך נישט. הייסט'עס ביסט אויפגעקלערט.. בכלל נישט. איך הער אויס מיין הארץ און טוה ווי אזוי איך פיהל איז ריכטיג און גוט. ווער איז דיין רב?! כ'האב נישט קיין רב. קיין "שגץ" בינעך נישט, קיין "להכעיס'ניק" זיכער נישט. כ'בין סך הכל נישט אויף די סיסטעם'ס חיצוניות'דיגע דרגא.

כ'זעה נישט קיין שום וועג אז כ'זאל איין טאג זיין אינטרעסירט צוריק אריין גיין אינעם סיסטעם, וואס פונקטלעך האבעך דארט פארלוירן? געשמאק'קייט? חברים? געלט? פרייהייט? מנוחה?
???

וואס קען איך פארלירן?
כ'פארזעה עפעס?
 
איך אין דיין מצב וואלט מיך נישט געזוכט צו באהאלטן
 
Back
Top