פי-אר בזיונות, טעותים און דורכפעלער פון גרויסע (און קליינע) קאמפאניס

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
120
רעאקציע ראטע
299
ברוכים הבאים!

מאכט זיך אמאל אז א קאמפאניע טוט עפעס און עס ברענגט אומגעוואונטשענע פי-אר. אמאל פרובירט מען צו מאכן אן אינטערעסאנטע, הומאריסטישע עד און עס לאנדט פלאך, פון א פשוטע טעות ביז אומוויסענדיג אריין טרעטן אין א קאנטראווערסיאלע סטעיטמענט. אמאל איז עס א סאציאלע מידיע קאטאסטראפע, און צומאל בייסט מען אריין אין ראדיאקטיווע מאטריאל.

האסטו געזען א פי-אר דורכפאל וואס האט געצויגן ברעמען? טיילט מיט און לאמיר זיך אונטערהאלטן מיט די גוטע, די שלעכטע, און די גאר דורכפאלענע טעותים געמאכט דורך עטליכע פון דער וועלט'ס גרעסטע פירמעס.
 
די קאמפאניע מאטטעל האט ארויסגעגעבן א רייע קינדער דאלל'ס מיט די פיגורן פון א 'בייזע רוחות' מאווי. אויף די פעקעדזשינג האבן זיי בטעות געדריקט די וועב אדדרעס פון אן אמת'ע 'בייזע רוחות' וועבזייט אנשטאט די ריכטיגע.

#ס'גרויסע בושות.
 
דאס איז מער educational ווי לאכעדיג

פאר סיי ווער דא ס׳פירט אן א גרויסע קאמפעני וועלכע סערווד אויך די ברייטע וועלט און נישט נאר אונזער עולם- אויב ער וויל זיך לערנען אויף יענעם׳ס בּאָרד פון וועלכע סאָרט דיזעסטערעס מיסטעיקס זיך אפצוהיטן, איז דעיס לכאורה א גוטע summary
View: https://youtu.be/fAVTnfy-F8c?si=u42YMlEkhy59K4M5

(חוץ די לעצטע איז גראדע יא אביסל לאכעדיג 😃)
 
איינס פון די הילכיגסטע פי. אר. דורכפעלער איז געווען די פעפסי־רעקלאמע מיט קענדאל דזשענער.

די רעקלאמע אין 2017 ווייזט א מארש פון פראטעסטירער, צווישן די פראטעסטירער זעט מען די באקאנטע מאדעל קענדאל דזשענער באטראכטן די פראטעסט און שפעטער ווי זי שטעלט זיך צו צום פראטעסט. צום סוף גייט זי צו א פאליציאנט אין שפיץ פון די פראטעסטירער און גיט אים א קען פעפסי ווי צו ווייזן אז מען קען זיך פארטראגן. ער נעמט די פעפסי, און יעדער שאלט.

גלײך נאכן פובליצירען האט די רעקלאמע באקומען א שטורעם פון שארפע קריטיק. מענטשן האבן געהאלטן אז עס האט אויסגעקוקט ווי די רעקלאמע טריוויאליזירט די Black Lives Matter באוועגונג.

בערניס קינג, די טאכטער פון מארטין לוטער קינג ז״ל, איז געווען צווישן די וואס האבן קריטיקירט די רעקלאמע. זי האט געטוויט: “אויב נאר טאטי וואלט געוואוסט וועגן די כח פון #פעפסי.”
1731697657094.png
 
Back
Top