כוואליעס אפיעל: "כוואליעס" דארף אייער הילף

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
19
רעאקציע ראטע
358
ווי געשריבן נאך די צווייטע ״כוואליע״ גייט אונז אפקאסטן די הוצאות פון אויסשטעלן די אויסגאבע מיט די קלייניגקייטן ארום בערך $500 פּער ״כוואליע״.

אין די פארווארט צום ערשטן ״כוואליע״ האבן מיר געשריבן ווי פאלגענד:
"כוואליעס" צילט ארויסצוקומען יעדע פאר וואכן אין פארעם פון א פי-די-עף פייל, אן קיין גראנדיעזע גראפיקס אדער איבריגע דראמא.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז אפילו פאר א פשוט׳ע בלעטל מיט מינימאלע גרעפיקס פעלט זיך אויס איינער וואס קען מאכן די אויסלייג מיט indesign וואס אויף דערווייל האבן מיר נאכנישט קיין וואלאנטיר וואס קען די מלאכה, און אזוי אויך קאסט אפ די סאפטוועירס פאר אימעיל סערוויס, דעזיין, און שאר ירקות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת צו די חשבון פון $500 פער ״כוואליע״.

עס איז ווערט אנצוצייגן אז די אמת׳ע קאסטן פון יעדע ״כוואליע״ איז פיל מער אויב מען רעכענט די מארקעט פרייז פאר יעדע ארטיקל, פראפעסיאנאלע הגהה, עכטע קאסטן פון אויסלייג, און אדמיניסטראציע, מסתמא עטליכע אלפים פער אויסגאבע. נאר אויף דערווייל ווערט די חלק הארי נתנדב דורך די שרייבער און עורכים.

אלענפאלס, כדי צו דעקן די קאסטן האבן מיר מייחד געווען די לעצטע בלאט פון די אויסגאבע צו פארקויפן הנצחות און עדווערטייזמענטס.

פאלגנד זענען די הנצחה פרייזן:

  • גאנצע אויסגאבע מיט פולן בלאט הנצחה $500
  • 1/2 אויסגאבע מיט 1/2 בלאט הנצחה $250
  • 1/4 אויסגאבע מיט 1/4 בלאט הנצחה $125
חוץ מזה, וועלן מיר אויך אננעמען קלענערע נדבות לויט אייער מעגליכקייט.

מען קען קויפן די הנצחות און עדווערטייזמענטס אנאנימערהיייט אויף די פאלגענדע לינק:
https://ko-fi.com/chvalyes

אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים געבן די געלט, ביטע נוצט די קרעדיט קארד אפציע און לייגטס אריין אן אנאנימע נאמען און דיין אנאנימע אימעיל אדרעסס (נוץ נישט די PayPal אפציע ווייל מיר וועלן באקומען די נאמען אויף דיין PayPal אקאונט).

מיר ווילן זיך דערנאך פארבינדן אויף די אנגעגעבענע אימעיל אדרעסס צו נעמען די אינפארמאציע אויף די הנצחה אדער עדווערטייזמענט.

מען קען אויך געבן קלענערע נדבות אדער זיך אויפשרייבן פאר א מאנאטליכע מעמבערשיפ אויף די זעלבע אויבנדערמאנטע לינק.

מען דארף נאך האבן בערך $375 פאר די קומענדיגע ״כוואליע״ וואס וועט האפענטליך ארויסקומען לכבוד ט״ו בשבט און מיר קוקן זייער ארויס פאר אייער הילף.

העלפט ארויס פארשפרייטן די ״כוואליעס״ כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים מיטן פארשפרייטן די פאלגענדע לינק און קומט אריין מיט שיינע סכומים:
https://ko-fi.com/chvalyes
 
זכיתי לנדב ה’כוואליע’ לחודש שבט.
בשם כל הקהל הקודש א גרויסן דאנק פאר דיין ווארימע שטיצע!

דער באשעפער זאל העלפן זאלסט שטענדיג קענען געבן אויף גוטע פלעצער.
 
די ט״ו בשבט ״כוואליע״ איז שוין טאקע אויסגעצאלט אבער איר קענט נאך אריינכאפן מיטן אויסצאלן די פורים ״כוואליע״, מיר דארפן נאך $375 ארויסצוקומען לכבוד פורים.

העלפט ארויס פארשפרייטן די ״כוואליעס״ כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים מיטן פארשפרייטן די פאלגענדע לינק און קומט אריין מיט שיינע סכומים:
https://ko-fi.com/chvalyes

אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים געבן די געלט, ביטע נוצט די קרעדיט קארד אפציע און לייגטס אריין אן אנאנימע נאמען און דיין אנאנימע אימעיל אדרעסס (נוץ נישט די PayPal אפציע ווייל מיר וועלן באקומען די נאמען אויף דיין PayPal אקאונט).
 
איך פלעג אמאל דריקן א וועכנטליכע גליון פון א ישיבה
איך האב עס איינמאל געגבן פאר איינעם צו אויסשטעלן און איך האב עם געהבעטן זאל עס מאכן אויף אזא מין וועג איך זאל זיך אליין קענען שפילן דערמיט יעדע וואך
אפשר קען דאס זיין איין עצה צו שפארן נאך א ביסל?
 
אפיעל פאר די פורים ״כוואליע״

א הערליכע ״כוואליע״ גייט אנקומען אין אייער אימעיל קומענדיגע וואך דאנערשטאג לכבוד פרשת זכור און פורים.

מיר דארפן נאך בערך $375 צו קענען אויסצאלן די קאסטן פון אויסלייג און שאר ירקות. ביטע רופט אייך אן ווארעם און זייט מזכה טויזענטער אידן מיט די הערליכע אינהאלטספולע אויסגאבע.

Back
Top