פילן אויסגעבּרענט

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
497
רעאקציע ראטע
1,830
@שטייגער׳ס תגובה
דא האט מיר דערמאנט וועגן די וואונדערליכע
פארשונג וואס איז געמאכט געווארן איבער
Burnout

Brené Brown
האט געהאט אן אינטערוויו מיט צוויי פארשער:

Brené with Emily and Amelia Nagoski on Burnout and How to Complete the Stress Cycle

און זיי רעדן ארום וואס איז גורם, ווי אויך וואס העלפט ארויס, ווען א מענטש ליידט פון Burnout

אין אנדערע ווערטער: ווען איינער פילט ווי ער האט נישט כח מער אנצוגיין - ווייל זיין ״געזעלין אינעווייניג האט זיך אויסגעלאזט״ - ער האט פארלוירן זיין חיות און מוט,

קומט עס אפט מאל פון זיך איבערשטרענגען און געבן פון זיך אָן א גבול -

אויב מ׳געט אויס מער כח ווי מ׳האט, און מ׳לייגט זיך אריין מיט געטריישאפט און מער הארץ ווי מ׳באקומט צוריק

אויב ארבעטסטו כסדר שווער, און דו נעמסט נישט א בּרעיק זיך אויסצולופטערן און אויפפרישן די כוחות איז עס א שטארקע ריסק אריינצופאלן אין burnout

און דעמאלס וועט א בּרעיק שוין אויך נישט זיין גענוג דיר צוריקצוברענגען צו די אמאליגע פרישקייט.

איינע פון די עצות וואס די פארשער געבן (וואס דו קענסט טרעפן אין די לינקס פון אויבן ^ אין זייער בוך & אינטערוויו) איז צו לאכן!

די הסבר איז זייער אינטרעסאנט.

זיי זאגן אז צו פילן אויסגעברענט
קומט פון כסדר לעבן אונטער די סטרעס אז
מ׳דארף זיין גרייט אויסצולעשן פייערס…

ביי חיות זעהט מען אויך אזא סארט גרייטקייט צו פארטיידיגן זייער לעבן מיט אלע כוחות- ווען זיי אנטלויפן פון א צווייטע חי׳ וואס וויל זיי פארציקן.

אבער די חכמה וואס ליגט אין די בריאה איז געוואלדיג: ווען די סכנה ענדיגט זיך, און די געראטעוועטע קרבן קומט אן פארסאפּעט אין א הייל ווי זיי זענען ענדליך באשיצט, איז דא א ספעציעלע סיגנאל וואס נאטירליך שיקן זיי עס צו זייער nervous system צו לאזן וויסן אז יעצט איז מען שוין safe און מ׳קען אויפהערן פרודיצירן cortisol

וואס איז די סיגנאל? די חי׳ נעמט זיך טרייסלען און אפשאקלען כאילו א רעגן האט זיי באגאסן און אזוי ווערט זייער נערוועס סיסטעם גרייט זיך צו קענען אפרוהען.

אבער מיר מענטשן וואס לעבן אין די היינטיגע סינטעטישע וועג - ווייט פון אמאליגן שטייגער וואו מ׳האט געאקערט און געפלאנצט און געווען איינס מיט נאטור - האט עס גורם געווען אז מיר האבן פארלוירן די נאנטע קאנטאקט מיט זיך אליין, צו פילן ווען מ׳דארף רוען, ווען מ׳שטרענגט זיך איבער, און היינט מיזן מיר געדענקען צו העלפן די נערוועס סיסטעם וויסן אז מ׳מעג זיך שוין אפרוען - כדי די קאָרטיסאל פרודוקציע זאל זיך קענען אפשטעלן.

ס׳דא עצות (איך מיין זיי רעכענען אויס 8 אינ׳ם אינטערוויו) איינס: איז זיך אביסל שאקלען (נישט ווי ביים דאווענען- נאר כאילו מ׳וויל ארויסשאקלען די סטרעס פון די הענט און פיס און דעם גאנצן קערפער

אבער ס׳איז אויך דא א shortcut וואס מ׳קען נעמען - צו בארוהיגן די נערוועס סיסטעם פון פּרודיצירן קארטיסאל -

זיי זאגן די ווירקזאמע עצה איז דורך לאכן! 😂

פארוואס?

ווייל דעמאלס כאפט די נערוועס סיסטעם אז די ״סכנה״ איז פאריבער.

ווייל בשעת א סכנה איז נישט מעגליך צו לאכן. ממילא העלפט לאכן פארמיידן די ריסק פון אויסגעברענטקייט

ווען דו האסט צייט פאר געלעכטער, זאלסטו וויסן אז נישט נאר איז דאס לאכן געזונט, אבער ס׳איז אויך א רפואה בּעפאר די מכה.
 
לעצט רעדאגירט:
שכח @אנטוישטער יונגערמאן פארן בחן'טן שנירל (זויווי אלעמאל)

דעם סוד פון אפשאקלען די סטרעס האבעך באמערקט ביי אייוואסקא צערעמאניעס און שפעטער ביים באטראכטן ווי אזוי די קליינע הינט שאקלן און טרייסלן זייער גוף.

זיך ווארפן איז גאר ווירקזאם, כ'וואלט רעקאמענדירט פאר יעדעם און פאר זיך עס צו טוהן ביינאכט פארן גיין שלאפן. (מ'קען עס טון אין א צימער ווי קיינער זעט נישט).

טאנצן
אין געוויסע שבטים איז די מנהג אז די גאנצע שבט טאנצט יעדע נאכט (מיט מוזיק)

טאנצן קען געניצט ווערן אלץ א מיטל אפצושאקלן סטרעס און שלעכטע ענערגיע כנ"ל.
און ס'איז אויך אן אויפן זיך אויפצוהייבן פון נידריגע (-לאו) ענערגיע צו הויכע ענערגיע. (נידריגע ענערגיע איז צובראכנקייט, אנגעווייטאגט, שרעק, צוקלאפט'קייט, וכדו'. הויכע ענערגיע איז פריילעך, זארגלאז, זיך שפירן שטארק, רצון, וכדו')

כ'האב אמאל געהערט פון ר' איתמר גינזבורג אז פאר א מיטינג קען מען טאנצן אפאר מאל זיך 'אויפצופרישן', והיינו הך.
 
א דאנק פאר דיינע רעקאמענדאציעס. טאנצן האט אומצאליגע בענעפיטן. איך וואלט גע׳חלש׳ט צו מאכן א טאגטעגליכע מנהג יעדן אוונט אנצוצינדן מוזיק און טאנצן מיט די משפחה (אדער כאטש יעדע מוצאי שבת, ווי איך האב געהערט ס׳דא וואס טוען דאס און ס׳איז א מחי׳- זיי ריקן די שבת טיש אין א זייט און מ׳מאכט א טאנץ אראפ און ארויף דעם צומער לעבעדיג) מיין דירה איז אביסל פארשטיפּט אבער אז ס׳דא א ווילן איז דא א וועג. מיין חבר האט מיר דערציילט ער איז אהיימגעקומען פון ארבעט איין טאג און זיך גענומען טאנצן מיט די קינדער, זיי האבן עס אזוי ליב געהאט (און איך גלייב ס׳האט זיי געהאלפן איינשלאפן אסך גרינגער) און זיין ווייב האט זיך אויך געגלוסט צו טאנצן, און זיי האבן אינאיינעם מקיים געווען עבדו את ה׳ בשמחה אויף א וואונדערליכן אופן
 
ס'איז אינטערסאנט אז ביי חסידים זענען איינס פון די באקאנטע מנהגים געווען זיך צו שאקלן ביים דאווענען, טאנצן און זיין בשמחה (ארומלאכן).
קען טאקע זיין אז דאס איז געווען א מיטל צו זיין מער אין א גדלות המוחין פלאץ.

איך לכשעצמי פארמאג א פריוואטע אפיס פון עטליכע הונדערט סקווער פוס, ומזמן לזמן צינד איך אן גוטע קארדיו מוזיק און מ'כאפט א פיינעם טענצל.
 
מערקווירדיגע מעשיות פון דר. מאטעי וואס ברענגען ארויס ווי וויכטיג ס׳איז זיך צוצוהערן ווען דיין קערפער בעט דיר אז ס׳דארף א ברעיק און קיינמאל נישט ווארטן ביז ס׳דארף ״שרייען״ (הער צו ווען ס׳שושקעט צו דיר״) ווייל חס ושלום איבערציען די שטריקל ברענגט נישט קיין גוטע תוצאות

View: https://m.youtube.com/watch?v=c6IL8WVyMMs
 
Back
Top