אפגעטיילט פון דא
-
איך האב דורכגעקוקט די מבוא פון די מחזור המפורש דעם יו"ט ביים דאווענען. עס האט מיר נישט אנגעפילט די גאנצע צייט פארשטייט זיך, אבער איך האב זייער הנאה געהאט פון די ידיעות און אינטרעסאנטע שיטות און קאנטראווערסיעס וואס ער ברענגט ארויף, בעיקר בשייכות זאגן פיוטים ביים דאווענען א.א.וו.
ער שרייבט אין זייער א נייטראלע טאן און ער ברענגט פארשטייט זיך נישט קיין נישט היימישע, אבער זייער אסאך אינפארמאציע דארט איז מיר געווען ניי.
עס האט מיר געכאפט א שטיקל תשוקה צו פארשטיין מער איבער די היסטאריע און התפתחות פון די גאנצע פיוטים געזאגעכטס.
ווער זענען די פייטנים געווען?
ווען, פארוואס, און אויף וועלכע אופן, האבן זיי מחבר געווען די פיוטים?
וואס זענען געווען די פארשידנארטיגע וועגן וויאזוי מ'האט זיך באצויגן דערצו און וויאזי מ'האט עס געזאגט דורכאויס די דורות?
וועלכע זענען נתקבל געווארן און וועלכע נישט?
איך פארשטיי עס זענען דא אסאך חומר געשריבן אויף דעם (א שטייגער ווי פון ד"ר דניאל גולדשמידט, שד"ל, ר' וולף היידנהיים, יו"ט ליפמן צונז),
אויב איינער האט א גוטע ליקוט אדער ספר צו רעקאמענדירן - פאר אן אריינפיר און איבערבליק אויף דעם נושא - וואס מ'קען ליינען יו"כ אין שול, וואלט איך זייער הנאה געהאט.

לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר: