בשייכות מיט די שמועס אין דערנעבנדיגן סייקאדעליקס אשכול, וואונדער איך זיך פארוואס רעדט קיינער נישט פון קעטאמין ketamine?
קעטאמין איז די אייציגסטע לעגאלע און FDA באשטעטיגטע סייקעדעליק אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער נישט יעדער איז איינשטימיג אז עס באלאנגט אין איין קאטעגאריע מיט קלאסישע סייקאדעליקס אסאך באטראכטן עס בלויז ווי א פארמעסיוטעקל מעדיצין. עס איז נישט ממש טריפיש און פראדוצירט נישט קיין עקסטרעמע 'אלטערד סטעיט אוו קאנטשעסנעס' אדער עגא טויט.
קעטאמין איז א אנעסטעטיק דיסאסאסיאטיוו סובסטאנץ וואס איר אריגינעלע באנוץ איז געווען אלס אן איינשלעפונגס מעדיצין, אבער איז דורכאויס די יארן אנדעקט געווארן אלס א אפעקטיווע מעדיצין פאר מענטאל העלטה שוועריגקייטן איבערהויפט דעפרעסיע ווי עס קען וואונדערליך העלפן, אין איז אפעקטיוו גאר שנעל, אנדערש פון טראדיציאנאלע אנטי דעפרעסיע/ענקזייעטי מעדיצינען וואס קענען געדוירן וואכן ביז עס הייבט אן ארבעט.
עס איז אויך אנדערש פון קלאסישע סייקאדעליקס מיט דעם אז עס איז נישט קיין הילוסאנאזשען נאר א דיסאסאסיאטיוו, מענטשן באריכטן שפירן ווי מען שוועבט אדער אפגעריסן פונעם קערפער, איז אסאך מער סעיף און האט נישט די ריזיקע פון א 'שלעכטע טריפ' אויך ארבעט עס נישט אויף די 'סעראטאנין' סיסטעם ווי אנדערע סייקאדעליקס נאר אויף 'גלוטימעיט', א אנדערע ניוראטראנסמיטער מח קעמיקאל.
מען קען עס נעמען פארשידענע וועגן, אין מויל אלס טאבלעט אדער אינטערווינעס / אינטערמוסקולער וואס איז די מערסטע אפעקטיוו און אנגענומען פאר טערעפיוטישע באהאנדלונג און געוויסע פראפעסיאנאלן זאגן אז טאבלעטן זענען גאר שוואך קען אינטערווינעס. עס זענען פארהאן אנליין סערוויסעס וואס פרעסקרייבן און שיקן אהיים ארעל טאבלעטן ווי אויך צענדליגע קעטאמין קליניקס אין די ניו יארק סיטי און אפסטעיט וואס זענען געשטעלט בלויז פאר דעם. עס איז כהיום זייער טייער, די אינטערווינעס קליניקס רעכענען ארום $500 פאר אן איינצעלנע באהאנדלונג אין רוב מענטשן דארפן נעמען ארום 5-10 איינשפריצונגען פאר א פולע באהאנדלונג.
אין אייוועלט איז דא עטליכע פלעצער שמועסן וועגן דעם מיט מענטשן וואס באריכטן גונסטיגע רעזולטאטן.
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז די מעדיצין, ווי אלע סייקאדעליקס איז די מערסטע אפעקטיוו מיט סייקאטעראפי אינטעגרעישאן פארדעם און נאכדעם.
דא איז א אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט בנימין טעפער פון בארא פארק וואס פראקטיצירט קעטאמין (נישט IV) צוזאמען מיט טעראפי.
View: https://youtu.be/lLKGpk4BiT4?si=c4Cvx6bsyLvCHMe8
פאר די וואס קלערן אז עס איז בלויז צוקערלעך קעגן די אויטענטישע סייקאדעליקס, האב איך געהערט פון א פראמינענטע סייקאדעליקס עדיוקעיטאר און פראקטיצירער וואס האט שוין געארבעט אסאך מיט כל מיני סובסטאנצן, ווען אנגעפרעגט וואס איז זיין מערסט באליבסטע סייקאדעליק סובסטאנץ האט ער געזאגט אז קעטאמין איז וואס ער וואלט געקליבן ווען ער האט ווען א שאנס צו קלייבן בלויז איינס און דאס איז וואס האט אים גאר אסאך געלערנט אין געטראגן ווייטער אין לעבן.
אויב איינער האט ערשטהאנטיגע ערפארונג מיט קעטאמין ביטע אריינקומען.