קאמענטארן אויף אוואטארס

וואלווי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
439
רעאקציע ראטע
1,555
שעפטאל, דאס בילד ביסטו? אדער דאס איז אויך א קאזין...
 
@מי אני ווער האט דיך אוועקגעשלעפט דאס בענקל? אדער האסטע אן אבסעסיע צו הכנותן קאנטעקטלעס? 😆
די אַוואַטאַר קומט פון די סטענפארד ענציקלאפעדיע פון פילאזאפיע. עס איז מיוסד אויף די באקאנטע דער טראכטער סקולפּטור פון אגוסט ראָדין.
The Thinker.jpg

מ'וועט מוזן זאגן אז סטענפארד האט צוגענומען דאס בענקל, מכח דעם ווייל שטיין איז בתוך זייער נאמען: Stan(d)ford...

כידוע, איז ווען מ'איז מסיך רגלים, איז דאס בעסטע צו סקוואַטן ווי איידער זיצן. אזוי גייען די פּריימעיטס פון וועלכע מ'קומט.
 
לעצט רעדאגירט:
און אז די אוואטאר איז מקושר צו פילאזאפיע און ״הכנות״, האט דאך לודוויג וויטגענשטיין גע׳טענה׳ט אז אלע פילאזאפישע שאלות וחקירות זענען לבסוף נאר שאלות און פראבלעמען אין (געמיינזאמע) שפראך. און עס איז דאך באקאנט אז לשון איז וואס מ׳נעמט אָן בקאנווענשאן והסכמה - דאס איז וואס מאכט ״שפראך״ זאל זיין ״שפראך״ (עיין לדוגמא במו״נ ח״ב פ״ל). און דא זעהט מען הומאריסטיש ווי אין וויאזוי מ׳נוצט די ווארט ״שׁיט״, בהסכמה אין סלענג, גייט זיך משתנה זיין לפי וואס די הסכמה איז. און הסכמה בלשון איז די שורש פון פילאזאפיע לפי וויטגענשטיין הנ״ל…
IMG_8215.jpeg

דאס דערמאנט פון דר. הערי פרענקפורט׳ס ערענסטע דיון להגדיר וואס פונקטליך מיינט ״בּולשׁיט״, און ווי דאס באדייט לגמרי נישט קערן איבער עפעס איז אמת צי שקר, נאר שטופן א נערעטיוו אפגעזעהן פון אלעם, לעומת ״שקר״ וועלכעס איז א מכוונ׳דיגע כובש זיין דאס אמת.

דאס ברענגט אויך ארויס א משל פון וואס דר. יצחק אסימאוו האט געזאגט אז הומאר קען שנעל ארויסברענגען שטארקע פילאזאפישע געדאנקען.
 
איך בין נייגעריג וואס ליגט אינטער א בילד וואס איינער לייגט אלץ זיין פראפייל בילד דא אויף קרעמל?
וואס האט דיר געמאכט דאס אויסוועלן?
 
Back
Top