קאנטשעס ווס. סובקאנטשעס מיינד - איז עס טאקע ווס. אדער ארבעט עס צוזאמען?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
די קאנטשעס מיינד און די סובקאנטשעס מיינד זענען צוויי אספעקטן אין דעם מח וואס ארבעטן צוזאמען אבער זיי פארפיגן אנדערשט

קאנטשעס מיינד:
דאס איז די חלק פון דעם מח וואס בייאבאכט די יעצט. עס האנדעלט מיט די וואכע מחשבות, עס איז ניט מיט די מציאות'ער אין וואס מען געפונט זיך, דעסידזשענס, און ווי אויך וואלענטערי עקשאנס.

ווען די מח איז פארנומען מיט עפעס טראכטן, אדער דילן מיט אן פראבלעים וואס דארף ווערן פארהאנדלט, אדער גאר מאכן אן החלטה איבער סיי וואס. דאן ניצט דער מענטש זיין קאנטשעס מיינד. עס פראסעסירט אינפארמאציע וואס די ביסט איצטערט עוסק. למשל די ווייסט איצטערט דעם ארטיקל, אדער וואס זאל איך איצטערט עסן וכדו'

סוב קאנטשעס מיינד:
דאס איז די חלק וואס אפערירט אונטער דעם לעוועל פון זיין אין די מציאות און קענען טייטלען מיט די פינגער אז דער מח האנדעלט איצטערט דערמיט.
די סוב קאנטשעס מיינד איז די חלק פון די מח וואס איז דער בארד דרייוו וואס לייגט אוועק זכרונות פון די אלטער אמאל. עקספיריענסעס, געוואוינהייטן, אימאושענס וואס זענען נישט אויף די אויבערפלאך פון דיין מחשבה, אבער נאך אלץ וועט די אימאושענס טריגערן געוויסע ביהעיווערס. למשל זאכן וואס די וועסט אןצטראכטן דערוועגן דרייוון א קאר אויף א דאס וואס די פארסט דעראויף א יעדען איינציגער טאג שוין פאר לאנגע יארן. אדער פיצן די ציין (פאר ווער עס טוהט דאס טעגליך) דאס ווערט געפיטערט צו דיין געוויסען אונטער דיין באוואוסטזיין. און ווי אויך אטעמען, אדער הארץ קלאפענישן.

די סוב קאנטשעס מיינד, איז אויך א שטארקע גורם צו דיינע קאנטשעס החלטה'ס און אויפ-פירונגען. למשל אנגעוואנדענע עקספיריענס וואס ליגט אין דיין מח הארד-דרייוו וועט פארמירן דיין עטיטוד און רעאקציעס צו סיטואציעס אין מהלכים וואס די כאפסט ניטאמאל אז זיין זענען אין דיר איינגעקריצט.

שטודיעס אויף די קאנטשעס און סובקאנטשעס מיינד איז געווארן שטודירט אין אסאך באזונדערע תחומים. בתוך פסיכיאלאגיע, נוראו סייענטס, און קאגנעטיוו סייענטס. די שטודיעס האבן געברענגט מהלכים וויאזוי די צוויי זאכן וואס איז לכאו' א תרתי דסותרי ארבעטן דיקע יא צוזאמען. און וויאזוי דאס אפעקטירט ביהעיווער, און ווי אויך וויאזוי צו אריין טיפן אין די סוב קאנטשעס מיינד.

פרידיען טעאריע:
זיגמונד פרויד איז געוועזען איינע פון די גאר פריע טיעלעדזשיסטן פון טאקע אט די נושא ווי אזוי די קאנטשעס מיינד און די סובקאנטשעס מיינד ווירקן צוזאמען אין די צייט וואס עס איז באהאלטן פון די אויבערפלאך פון די מח. ער האט געהאלטן אז די סובקאנטשעס מיינד סארטירט און לייגט אוועק זכרונות און ווי אויך ווילן, דעזייערס, וואס אינפלוענצירט אונזער ביהעיווער נישט וואוסענדיג וואס און פארוואס. אין פאקט איז זיגמונד פרויד'ס אויסטרעף דער מסודר אויף מאדערנע פסיכיאלאגיע טעראפיע ווי אריין קריכן אין די סובקאנטשעס מיינד דורך טאקטיקן וואס ער רופט פרייע אסוציעאציע Free Association אין אנאלעזירן חלומות.

וואס איז דאס פריי אסוציעאציע און אנאלעזירן חלומות?

דאס איז א סארט מהלך אין פסיכאלאגיע טעראפיע וואס ארבעט ווי פאלגענד:
דער פיסכעלאג וואס ארבעט מיט זיין פאציענט, מאכט דעם מענטש רעדן פון על דא ועל הא אן אריין טראכטן קיין איין רגע אין וואס ער רעדט. דער געדאנק איז אז די מחשבה קען אנהייבן וואנדערן פריי אן קיין שום אבליגאציע צו רעדן צו דער זאך. פרוביר עס וועסטו זעהן אז באהאלטענע מחשבות און הרגשים וועלן ארויס טריפן בשעת די טוהסט דאס. די מחשבות וועלן געווענליך זיין פון די סארט וואס זענען אינערליכע קאנפליקטן וואס עס האט זיך אין דער אריין געזעצט וואס איז קיינמאל נישט געסעטעלט געווארן אין דיר, אדער גאר געוועזענע טראמאוס וואס די האסט נישט דערמיט געהאנדעלט און געלאזט אויסוועפן פון דיין מח.


וויאזוי ארבעט דאס ?

אין א געווענליכער סעסיע וועט דער טעראפיסט פרעיגן וואס זענען די בילדער וואס די קענסט מיר אראפלייגן אן טראכטן וועגן א בילד, אדער וואס פאר א מחשבה וועט ארויף קומען אין דיין מח ווען איך וועל דיר פרעיגן וואס טראכסטו יעצט אן געבן צייט צומטאץראכטן וואס צו ענטפערן (אבער שנעל וואספארא בילד אדער מחשבה זעהסטו/ווירבעלט יעצט אין דיין דמיון). דער טעראפיסט וועט צו הערן צו זיין ענטפער און בייהילפיג זיין צו צוזאם שטעלן די רענדאם בילדער/מחשבה וואס איז די ערשטע אויפן אויבערפלאך ארויף געקומען און עס פרובירן צו שטעלן אין א מציאותדיגער פערספעקטיוו וואס האט אינעם לעבן פונעם פאציענט פאסירט גוט אדער שלעכט. אויב איז א שלעכטע מציאותב וועט מען עס ארויף לייגן אויף די קאנטשעס מיינד און דילן דערמיט כאילו דאס האט איצטערט פאסירט און ארויס רעדן און אויס וואשען פונעם סוב קאנטשעס מיינד.

וואס איז איז די אויפטוה און צו וואס העלפט דאס?

ווען א מענטש ווייסט נישט וואס עס דריקט איהם/איר אדער ער האט א שלעכטע ביהעיווער וואס איז אומבאקוועם פאר זיך אוןצםאר אנדערע ארום איהם/איר קען די סארט פרייע אסאציאציע העלפן דאס אינדענטיפיצירן און ארויס האקן פון זיך.

למשל:
א פאציענט קען זיך נעמען רעדן פון זיין טאג און פתאום פלוצלינג דערמאנט ער/זי זיך פון א קינדערישע אימאושענאל זכרון וואס האט מיט איהם/איר פאסירט 30 יאר צוריק וואס האט א שייכות צו א געוויסע פאסירונג. קען דער טעראפיסט זעהן דערפון אז די זכרון די מעשה שטערט איהם היינט 30 יאר שפעטער און דערפאר וועט ער/זי טוהן דאס און דאס. אדער איצטיגע הרגשים וואס ער/זי איז מאדיש וועגן יענע פאסירונג.


און דאס זעלביגע איז מיט חלומות אנאליז אויב מיר וועלן האבן געדולד וועלן מיר פותר חלומות זיין א גוטע נאכט. לאמיר גיין אביסעל חלומ'ן
 
Back
Top