קלאוד סטארידזש: אויסוואלן און בעסטע פראקטיקן צו באשיצן דאטא

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
147
רעאקציע ראטע
400
אין אונזער היינטיגע דיגיטאלע וועלט, וואו טעכנאלאגיע איז א טייל פון דער טאג-טעגליכן לעבן, איז קלאוד סטארידזש א באגריף וואס איז זייער אין באניץ. דאס איז א גרינגע און צוטריטליכע אופן צו האלטן דאטא, אפילו אויב איר זענט נישט ביי אייער אייגענער קאמפיוטער.

רוב מענטשן באנוצן זיך מיט די באדינונגען פון איינע פון די באוואוסטע פירמעס ווי Google Drive, Dropbox, און OneDrive, הגם עס איז דא נאך אסאך אנדערע. די פירמעס האבן שטארקע זיכערהייטס מאסנאמען און זענען זייער פארלעסליך.

1. רעגולערע בעקאפס

אסאך מענטשן פארלירן זייערע וויכטיגע פיילס ווייל זיי האבן פארנאכלעסיגט צו זיכער מאכן אז זייער קלאוד ווערט כסדר Synced און Updated מיט די לעצטיגע פיילס. עס איז זייער וויכטיג זיכער צו מאכן אז די "וואלקן" ווערט כסדר אפדעיטעד.

2. דאפעלטע בעקאפס

כאטש קלאוד סטארידזש איז זעלבסט א בעקאפ פאר זיך, איז עס א גוטע געדאנק צו האבן מער ווי איין בעקאפ. דאס הייסט, שטענדיג האלטן אן עקסטרע קאפיע אויף נאך אן אנדערן סערוויס. ספעציעל אויב רעדט מע פון ביזנעס אינפארמאציע און נישט סתם פערזענליכע אינפארמאציע. מיין כלל איז: אויב איז עס וויכטיגע פיילס, האב מער פון איין בעקאפ. אויב האסטו נאר איין בעקאפ איז עס דיר נישט באמת וויכטיג.

3. קאאפעראציע און עדיטינג

געוויסע סערוויסעס קען מען ארבעטן צוזאמען, פיילס קענען ווערן געשיקט און עדיטירט אין ריעל-טיים אן דארפן איבערשיקן יעדס מאל מען מאכט א טויש. ווי אויך קענען עטליכע מענטשן ארבעטן אויף דער זעלבער פייל פון עטליכע דעווייסעס. אנדערע סערוויסעס איז נאר פאר סטארידזש. בעיקר פאר מענטשן וואס האבן ווייניג פלאץ אויף זייער קאמפיוטער אדער סמארטפאון.

קומט אריין מיטטיילן אייערע געדאנקען, פראגן און פארשלאגן אויף די נושא.
 
וואס איז די בעסטע/ביליגסטע קלאוד וואס די וואלסט רעקאמענדעד פאר אסאך גיג פון פיקטשערס?
 
וואס איז די בעסטע/ביליגסטע קלאוד וואס די וואלסט רעקאמענדעד פאר אסאך גיג פון פיקטשערס?
icloud געט 200 גיג פאר $3 א חודש איך האב זייער הנאה דערפון
ס׳זייער א געשמאקע סיסטעם נישט נאר פאר פיקטשערס איך בעקאפ מיין גאנצע פאון און קאמפיוטער, די וואטסעפ, אימעיל, פעססווארדס און לאקאלע פיילס.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז צוויי עקסטערע זאכן, קלאוד סטארעדש און בעקאפ.

קלאוד סטארעדש זענען די אלע באקאנטע אזוי ווי Google Drive, Dropbox, OneDrive, iCloud.
די אלע קומען געווענטליך מיט א גיטע collaboration אפציע פאר ביזנעס קאסטומערס, ווי גוגל שערד דרייוו אדער מייקראסאפט SharePoint.

ווען יעדער פון די אלע האבן זייער מעלות און חסרונות

בעקאפ איז גאנץ אן אנדערע מסכתא.
עס דארף זיין אפגעטיילט פון דע נעטווארק, די פעסווארד טאר נישט זיין געסעיווד אויף די קאמפיוטער (ווייל אויב יא ווען איינער האט עקסעסס צו דיין קאמפיוטער האט ער אויך עקסעסס צו דעם).

עס דארף האבן א קאפי פון אלע אלטע ווערסיעס פון פיילס.

און ווי ווייניגער מענטשן האבן עקסעס צו דעם אלטס בעסער.

פאפולערע בעקאפ פראוויידערס ביי די היימישע עולם זענען Acronis, Datto, Carbonite
 
לעצט רעדאגירט:
פאר מיינע בילדער ניץ איך iCloud און google Photos (סווערט געסעיוועד אויף ביידע)

פאר פיילס ניץ איך מעינלי גוגל דרייוו (נאך די אינצידענט ש שטיק צייט צוריק וואס פאר געוויסע אירע האט זיך אפגעווישט די גאנצע גוגל דרייו האבעך אריבערגעפירט אלע וויכטיגע דאקומענטן צו צוויי עקסטערע פיזישע לאקעל הארד דרייווס)
 
וואס איז די בעסטע/ביליגסטע קלאוד וואס די וואלסט רעקאמענדעד פאר אסאך גיג פון פיקטשערס?
דער עולם איז איטערעסירט? זאל איך מאכן א טשארט מיט פארשידענע פראוויידערס?
icloud געט 200 גיג פאר $3 א חודש איך האב זייער הנאה דערפון
דו צאלסט איבער לכאורה.
 
יאפ, ס׳וואלט געווען helpful, אויב שייך.
פאלגענד איז א ליסט פון פראוויידערס. די פרייזן זענען פארשידענארטיג און געוויסע האבן מער מעלות איבער די אנדערע וואס קען ווערד זיין די פאר דאלער.
סערוויס100GB500GB1TB2TB5TB
Google One (דרייוו)$19.99/יאר------$99.99/יאר---
Microsoft OneDrive$19.99/יאר---$69.99/יאר------
box$120/יאר------------
Dropbox---------$119.88/יאר---
MEGA---------$104.17/יאר---
IDrive$2.95/יאר$9.95/יאר------$99.50/יאר
pCloud---$49.99/יאר---$99.99/יאר---
Filen€17.99/יאר
בערך $19
€27.99/יאר
בערך $30
---€69.99/יאר
בערך $74
---
Proton Drive---$119.88/יאר$179.88/יאר------
Sync---------$96/יאר---
 
די סדר וואס איך האב אויסגעקליבן צו אויסשטעלן איז ווי פאלגענד:
די ערשטע פיר; גוגל, מייקראסאפט, באקס און דראפבאקס זענען די מערסטע באקאנט און ברייט באנוצט. די קומענדיגע פיר; מעגא, איידרייוו, פקלאוד און פיילען נוץ איך פערזענדליך און איך האלט אז זיי זענען טראסטבאר, האבן פארשידענע אויסוואלן, ברענגן עפעס צום טיש וואס די ערשטע פיר האבן נישט און זיי האבן נישט קיין גארביטש ווי עדס וכדו'.

אויב איז עס נוגע קען איך אריינגיין אין דעטאלן פון די מעלות פון יעדע.

נ.ב. אויב האסטו גענוצט מיין לינק, באקום סיי איך און סיי דו אביסל מער פלאץ. אויב נוצטו מיין Filen לינק זיך אויפצוסיינען, ביטע לאזט וויסן דא אדער אין אישי, ווייל נאך דריי ריפערעלס ארבייט עס מער נישט און איך וויל וויסן צו טוישן די לינק.
 
איך נוץ pcloud ס'איז זייער גוט ווייל דו צאלסט נאר איינמאל און דו האסט עס פארן לעבן, אבער ס'איז טייער, אבער וועסט נישט חרטה האבן אין די לאנג ראן ווייל ביסט secure מיט דיין storage
 
Idrive איז זייער ביליג אבער נאר פאר די ערשטע יאר סאו ס'איז גארנישט ווערד ווייל וועסט דעמאלס טראכטן פון אריבערגיין צו אצווייטן
 
איך נוץ pcloud ס'איז זייער גוט ווייל דו צאלסט נאר איינמאל און דו האסט עס פארן לעבן, אבער ס'איז טייער, אבער וועסט נישט חרטה האבן אין די לאנג ראן ווייל ביסט secure מיט דיין storage
וואס מיינט secured מיט דיין סטארעדש?

אלע זענען בעסער ווי גארנישט אבער קיינער איז נישט פארזיכערט.

עס ווענדט זיך אסאך וויאזוי די אקאונט איז אויפגעסעט
 
וואס מיינט secured מיט דיין סטארעדש?

אלע זענען בעסער ווי גארנישט אבער קיינער איז נישט פארזיכערט.

עס ווענדט זיך אסאך וויאזוי די אקאונט איז אויפגעסעט
אז דארפסט מער קיינמאל נישט מאכן א payment צו אנהאלטן דיין קאנטענט ס'איז דיינס.. (ס'איז פונקט אזוי ווי זיי האבן דיך פארקויפט א דרייו וואס ליגט ביי זיי) אחוץ וואס ס'הייסט זייער secure אפיציעל, און אויך ס'איז backed up אפאר מאל ביי זיי. און בד"וו ס'איז א שווייצער קאמפאני.
 
איך נוץ pcloud ס'איז זייער גוט ווייל דו צאלסט נאר איינמאל און דו האסט עס פארן לעבן, אבער ס'איז טייער, אבער וועסט נישט חרטה האבן אין די לאנג ראן ווייל ביסט secure מיט דיין storage
זיי האבן יעצט א 50% סעיל לכבוד סייבער מאנדעי.
 
די מערסטע סעקיורעד איז א לאקעל אפליין הארד דרייוו.
יעדע שטיק צייט אפדעיט מען עס מיט די לעצטיגע וויכטיגע פיילס
 
אז דארפסט מער קיינמאל נישט מאכן א payment צו אנהאלטן דיין קאנטענט ס'איז דיינס.. (ס'איז פונקט אזוי ווי זיי האבן דיך פארקויפט א דרייו וואס ליגט ביי זיי) אחוץ וואס ס'הייסט זייער secure אפיציעל, און אויך ס'איז backed up אפאר מאל ביי זיי. און בד"וו ס'איז א שווייצער קאמפאני.
אויב דו צאלסט נאר איינמאל, ווער גאראנטירט דיך אז זיי וועלן אינוועסטירען די געלט אין 2 יאר צי אפדעיטען מיט די נייסטע סעקיורטי פראטאקאלס?
און אניסטלי פארוואס זאלן זיי?
די סיבה איך האלט עס ביי גוגל און איך צאל יעדע חודש אפאר דאלער איז נישט נאר פאר די עצם סטארעדזש נאר אויכעט פאר די נייסטע סעקיוריטי סיסטעם פאר דיין דאטע
 
די מערסטע סעקיורעד איז א לאקעל אפליין הארד דרייוו.
יעדע שטיק צייט אפדעיט מען עס מיט די לעצטיגע וויכטיגע פיילס
גערעכט.
אבער מדארף אויך וויסען וויאזוי עס אויפציסעטען אז סזאל נישט זיי קאנעקטעד צו די מעין פרעים. ווייל אויב סאיז, האסטו גארנישט אופגעטוהן
 
Back
Top