קאמישע געדאנקן

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
250
רעאקציע ראטע
1,589
- דיסקלעימער, אויב זענט איר פון די חברה וואס זענען אלערדשיק צו א שטיקל ניבול פה, דאן ביטע יאג ארויס פון דא (קענסט נוצן דעם איגנאריר קנעפל, אדער גאר דעם באריכט קנעפל), ווייל דער שנירל גייט פארמאגן שיינע גרויסע שטיקער דערפון... נישט ווייל איך בין דוקא א מומר לניבול פה (וואס קען מעגליך זיין אמת, אבער ס'איז נישט די סיבה אויף אהער), נאר פשוט ווייל מטבע הקאמעדיע, נעמט דער קאמעדיק דוקא דעם ערנסטן, פארמאכטן, באהאלטענעם און אפגעהיטן סוד און עפנט אויף דעם זיפפער דערפון, פארנט פונעם גאנצן פני קהל ועדה און שטעלט אים אוועק מיט אלע זיינע פארבן, אזוי אז דער עולם זאל זיך צעגיין אין א געלעכטער'ל.

מאכט זיך אמאל וואס מ'טראכט א שטיקל קאמישער געדאנק וואס האט נישט געהעריג קיין פלאץ וואו עס צו מיטטיילן ביים היימישן ציבור, ס'איז נישט קיין אפיציעלע מלתא דבדיחותא ווערטל, נאר ענדערש אן אבזערוואציע וואס קען ווען אפשר געזאגט ווערן ביי א קאמעדי שאו, אבער נישט אויף אידיש און אודאי נישט דורך א היימישער וואס דארף נאך שידוכים און מוסדות טון מיט די קינדער, ממילא בלייבט נאר איבער צו עפענען א שנירל המיוחד לכך און ווען ס'קומט אמאל אונטער עפעס א געדאנקעלע קען מען עס אהער אריינשליידערן.

וויל איך אנהייבן אזוי.
אמאל טרונקט מען צופיל ליקוויד, מער פון וויפול די בלעדערישע כלים קענען אנטהאלטן און די נאכווייען שפעטיגן נישט צו קומען, דער זכר ביים אינטערשטן שטאק הייבט אן פארפירן, ער זעצט און דרוקט אויף כח, ס'נעמט זיך ציען אזאנע מאדנע דינע מוסקלען וואס מ'האט ניטאמאל געוואוסט אז זיי עקזיסטירן, זיי ציפן ארום אלל אווער דע פלעיס אינעם שטח, אזוי אז דער טרונקער דארף שנעל מאכן א חשבון וואו איז דער נענטסטער ביה"כ און וואס איז די שנעלסטע וועג אהין, נאכ'ן אנקומען אהין, און ס'איז א זיצעדיגע ביה"כ, וועט זיך געווענליך פונקט מאכן פראבלעמען מיט'ן זיפפער, ענדליך מ'האט געעפנט דאס געשעפט'ל, האט מען פון גרויס בהלה נישט געהעריג ארויסגערוקט דעם אבר קטן, ס'האט זיך אוועקגעזעצט אויף אן ענגל וואס גייט כמעט גראד און מ'רעליסט באלד דעם גאנצן וואסער טאנק, אבער דער קרעפטיגער קילוח פארט גראד אריין אינעם וואנט אריין קעגן איבער, און דער פראבלעם ווערט צווייפאכיג, קודם כל שפריצן צוריק די ניצוצות און מ'העט נאך ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פאר'ן גיין מיט א געלן העמד, והשנית וועט מען אים חושד זיין אז ער איז א כרות שפחה און מ'וועט נאך מוציא לעז זיין אויף די קינדער (פרעג מיך נישט פונקטליך פארוואס, זוי שטייט בפירוש אין גמרא). עכ"פ בלייבט נאר איבער איין ברירה און דאס איז צו מאכן שנעל אן עושה שלום און דאס ברויך מען טון גאר פלינק כדי צו מינימיזירן די דעמעדש, (און אך און וויי אויב די טיר איז צו נאנט צום טוילעט שיסל), און נאכדעם ווי נאר די קילוח לאזט אביסל נאך קומט מען שטייטליך צוריק צום מקום המיוחד פון וואו ס'פישט זיך אמבעסטן כאיש כגבורתו ואיש לפי אכלו תחת היא.

(בעצם וואלט געווען א צווייטע ברירה, והיינו, מיט די הענט מסדר זיין די ענינים, פארשטייט זיך נאר באופן וואס אשתו בעיר וואס דאנסמאל פארמאגט ער דעם פולקאמער פת בסלו פעקידש, נאר אויב איז דער עניין א ווייכער, קען עס מרוב חוזק הקילוח מאכן אזא שפריץ ארום איבעראל ביז ס'קומט אן צום געאייגנט פלאץ, און אויב טרעפט מען זיך אן אין א שטיין, קען עס גורם זיין א פליטה שלא במקום מצוה וואס טאקע אויף די שאדנס וואס ער מאכט אן וועט ער נישט זיין חייב מטעם cum ליה בדרבה מיניה, אבער אויף די דמי ולדות וועט ער זיין לכאורה חייב כנלע"ד וה' הטוב יכפר)
 
Back
Top