- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 499
- רעאקציע ראטע
- 2,888
איך עפן דא א שנירל אן קיין גרויסארטיגע טעזעס אדער שיין באפיצטע ארטיקלען, ס'פשוט איך האב מיר געהאט א שמועס אין ביהמ"ד וואו די נושא עקאנאמיע איז אריינגעקומען און געווארן דעבאטירט, שנעל איינזעענדיג אז קיינער דארט האט נישט עכט קיין אהנונג וואס זיי רעדן האב איך געשטעלט אפאר בעיסיק פראגעלעך וואס איך וויל שוין לאנג פארשטיין, אבער אנשטאט קלארע תשובות בין איך נאר מער צומישט געווארן און געזען ווי גרינג עס איז צו 'וויסן' זאכן ווען מ'ווייסט גארנישט (#דאננינג-קרוגער)..
ממילא גיי איך דא אויך שטעלן מיינע פראגעס, ס'קען זיין זיי זענען עם הארציש און ס'קען זיין דאס זענען פון די סאמע עמודי עקאנאמיע - איך האב נישט קיין השגה און איך זאג קלאר אז עקאנאמיע איז צו מיר ווי נמרוד איז צו חרוסת, איך האב עס קיינמאל נישט אדורכגעטון און זיכער נישט שטודירט, דערווייל האב איך נישט דאס געדולד דערצו. פארט זענען דא טאג טעגליכע נושאים וואס איז אינטרעסאנט אויסצושמועסן און דעבאטירן - בפרט ווען זיי רירן אן פאליטישע סאמעטוכעס און פאליסיס. דערפאר אן קיין ווייטערדיגע הקדמות גיי איך דא ארויפברענגען געוויסע רויע פראגעס וואס מ'קען דיסקוסירן איבער עקאנאמיע און פאליסי, און יעדער איז מכובד צו מסביר זיין, אויפקלערן, לעקטשור'ן, פארשטיין געבן, אנאלאזירן, און פארשטייט זיך שטעלן אייגענע פראגעס וואס אנדערע וועלן האפענטליך קענען קלארער מאכן..
די ערשטע קשיא איז, וואס איז דאס עקאנאמישע וואוקס?
איך ווייס אויך ס'מעסט זיך דורך GDP (פער קעפיטע - צו זיין מער אקוראט..), אבער וואס גייט אריין און וואוקס אין ערשטן פלאץ? וויאזוי וואקסט די עקאנאמיע? ווען מענטשן ווילן מער לוקסוס איז דאס א גוטע זאך? ווען איך בין מחליט צו דרייוון א בעסערע קאר און איך קויף דאס האב איך דערמיט צוגעגעבן צו די עקאנאמיע? וואס וואלט געווען אויב איך בין צופרידן צו שפאצירן - און אלע מענטשן אין לאנד זענען - וואלט די עקאנאמיע נישט געווען אזוי גוט? פארוואס אבער פראדוצירן קארן אויב קיינער דארף זיי נישט? אין אנדערע ווערטער, איז וואוקס טאקע נאר דעמאנד וואס קען וואקסן - און ווען דעמאנד גייט שלאפן (אדער איז מסתפק במיעוט) איז די עקאנאמיע טאקע 'שוואך'?
איך בין אליין נישט זיכער וואס פונקטליך איך פוינט דא צו, איך האף מיטן זיך אויסטענה'ן קען איך אליין קלארער ווערן..
2. וואס איז די עכטע פראבלעם מיט טשיינע?
איז עס פראבלעמאטיש אז זיי נעמען צו די נידריגע דזשאבס - די דזשאבס וואס פארלאנגען מער פיזישע לעיבאר - און זיי קענען עס צושטעלן ביליגער און מער עפישענט?
קען די מערב וועלט נישט סאבסידייזן די פאזיציעס דורכן האבן א מער עדיוקירטע work-force און פראדוצירן מער high-skilled זאכן? אדער זענען די נידעריגע דזשאבס צענטראל צו אן עקאנאמיע (צו ווייל ס'נישט דא גענוג מענטשן פאר העכערע דזשאבס, צו ווייל ס'פארקויפט זיך נישט אזוי גוט אויפן אינטערנאציאנאלן מארקעט ווי די לאו לעוועל לעיבאר..)?
איז דא אן ארגומענט אז וויבאלד טשיינע דעוועלאפט זיך נאך האבן זיי אסאך מער שטח צו וואקסן און עקספלויטן - ווס די מערב וועלט וואס האט שוין א געבויטע אינפראסטרוקטור וכו' און קען שווער אדאפטן צו מאדערנערע צרכים? אין אנדערע ווערטער, קען מען עס אנקוקן ווי א אומפאמיידבארע פענדאלום אז לענדער וואס זענען אנדערדעוועלאפט האבן בהחלט מער עדווענטעדזש צו הייבן זייערע עקאנאמיע (און דערמיט זייער השפעה אין די וועלטליכע מארקעט) ווי לענדער וואס זענען שוין מער אוועקגעשטעלט?
און וואו קומט אריין די הויכע סטאנדארטן וואס די מערב וועלט האט (מינימום וועידזש, סעיפטי רעגולאציעס) אין בילד?
3. וואס איז די עפעקט פון א האוזינג מארקעט אויף אן עקאנאמיע?
מוז יעדע עקאנאמיע בהחלט האבן א buy to let אפטיילונג? וואלט דען נישט געווען בעסער ווען עס ליגט נישט אוועקגעפאקט געלט אין די פראפערטיס אן קיין אויפטו נאר יעדער האט די מעגליכקייט צו קויפן אן הויז פונקט ווי עסן? אין די סטאק מארקעט טוט די אינןןעסטירונג עפעס אויף פאר די עקאנאמיע, אין די האוזינג מארקעט אבער זיצט דאך לכאו' די געלט (פון די לענדלארדס) און די איינציגסטע זאך וואס עס טוט איז אז עס שרויפט ארויף דעמאנד און פרייזן.. נישט אזוי? וואס איז די ארגומענט אז ס'מוזן זיין לענדלארדס פאר די טובה פון אן עקאנאמיע (אויב אזא ארגומענט עקזיסטירט בכלל)? און פארוואס נישט טעקסן פראפערטיס - עכ"פ פון די צווייטע און ווייטער - אויף א ראטע אז עס זאל קאונטער באלאנסירן די עקספלויטאציע וואס עס טוט צו די עקאנאמיע?
מעגליך אז זיין א לענדלארד געבט יא עכט צו עפעס וועליו צום הויז/מארקעט, וואס איז דאס - אויב יא? איז עס טאקע אויף די זעלבע ראטע וואס די פרייזן פארן? וואלט א 10 פראצענט מארדזשין נישט געדעקט פאר די (מעגליכע) סערוויס פון זיכער מאכן אז די הויז איז אין גוד שעיפ און מעקלען די טענענטס?
4. וואס איז די ראלע פון לאקאלע סערוויסעס אין א מארקעט?
אינפארט און עקספארט פארשטיי איך איז די מעין אנווייזונגען איבער אן עקאנאמיע, וויפיל זיי קענען ארויספארקויפן ווס וויפיל זיי קויפן און צאלן פאר אנדערע לענדער דאס איז זייער א מאכטפולע מעסטער צו זען די רעלאטיווע רייכטום פון איין לאנד אנקעגן אן אנדערע. וואו קומט אבער אריין לאקאלע ביזנעסער/סערוויסעס אינעם בילד? ווען איך רוף דעם גראז שניידער און איך בין צופרידן אז מיין גראז איז שיין, וואס איז דא 'פראדוצירט' געווארן אז מ'זאל עס קענען רעכענען אלס 'וואוקס'? די פראבלעם באמת איז אביסל באקאנט אויף די פארקערטע וועג, אז GDP קען נישט רעכענען די זאכן וואס זענען נישט מאנעטייזד, א שטייגער ווי די וועליו פון זיין א מאמע און קעירן פאר קינדער וכדו', איך פרעג אבער פארקערט - אפי' ווען מ'מעסט דאס יא, וואס איז די ברייטע 'וועליו' דערפון עס צו רעכענען אלס 'וואוקס' בפרט רעלאטיוו צו אנדערע לענדער?
גענוג געווען פאר יעצט.
קומטס אריין מיט תשובות, ווייזט מיר אויף מיין עם הארצות ביטע, און מאכטס מיר קלוגער.
און ווי געזאגט האף איך אז אויב די פראגעס זענען נישט גענוג קלאר וועט עס קלארער ווערן ווען מ'שמועסט זיך אויס.

לעצט רעדאגירט: