קרעמל קאפ-וויי

פעדער

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
23
רעאקציע ראטע
255
אין דער אידישע וועלט מאכט זיך אמאל אז עס פארמירט זיך א קרעמל אין קאווע שטיבל צו אין פאליש, וואו עס טרעפן זיך צוזאם אלע סארטן מענטשן און נאטורן. איינער טראכט אזוי און איינער אזוי, יעדער לאזט הערן זיין מיינונג, זיינע ערפארונגען און זיינע עצות.

צומאל מאכט זיך אז צוליב אזוי פול פארשידנארטיגע און פולפארביגע עצות און מיטטיילונגען, איז נישט דא צו געפונען איינער וואס זאל שענקען אויערן וועלכע זאלן זיי אלע ארייננעמען און אפגעבן זייערע פארדינטע שעצונג און אנערקענונג. אלע שטייען און שרייען אויף אלע וואס שטייען און שרייען, די מעלער זענען צו פארנומען און לאזן נישט די אויערן צוקומען צום ווארט.

דאס שאפט א שטיקל צעמישעניש, איינער רעדט פון הודו און דער אנדערע טענ'ט צוריק וועגן כוש. דער שמועס דערקייקלט זיך און נעמט העכטס-קאמישע דרייען, אז ווען איינער זאל שטיין אין דער זייט און זיך צוהערן צו אזא שמועס וועט ער זיך טרעפן שטיקן פון געלעכטער.

אלזא, האט איר דא א שטיקל פון א שמועס וואס איז אויפגעכאפט געווארן, און אדרבה, לאזט מיך הערן וואס איר זאגט דערצו.

"יענקל: וואס זאגסטו אויף ביידן? זיי זאגן אז ער האט זיך אפגעזאגט פונעם פארמעסט, ווייל ער וויל קענען לויפן נאכאמאל אין פיר יאר ארום....
חזקי: האהאהא... אייגענס?
יענקל: (א דריי-פערטל שמייכל און א בייג אראפ דעם קאפ)
חזקי: איך האלט קענסט אריין גיין אין דער ליין, ערענסט גערעדט.
יענקל: כ'בין שוין לאנג אין דער ליין.
חזקי: קוקט אויס ס'רוקט זיך נישט, הא?
יענקל: יא יא, כ'בין פונקט צוויי וואכן צוריק געווען אין גראסערי...
חזקי: וואס צוויי וואכן צוריק? איך קום יעצט פון גראסערי, זאגסט מיך? כ'בין געשטאנען דארט ביז יציאת נשמה...
יענקל: וואס? איינער איז אוועק?
חזקי: ניין די טיפש, שוין ס'גוט. וואס נאך איז נייעס? כ'אב געהערט אז....
יענקל: וואס? דו האסט שוין אויך געהערט? מזל טוב, דו ווייסט מ'קען קיינעם נישט טראסטן היינטיגע צייטן, ס'האבן זיך געענדיגט די גוטע צייטן.
חזקי: וואס רעדטסו? געהערט וואס?
יענקל: וואס הייסט וואס?
חזקי: וואס האסטו גערעדט?
יענקל: שוין ס'גוט
חזקי: וואס הייסט ס'גוט? וואס איז געשען? עפעס איז געשען?
יענקל: ניין, כ'אב געמיינט דו ווייסט וועגן דעם, שוין, נעווער מיינד.
חזקי: האלא, וואס גייט פאר? וואס האט פאסירט? עפעס גייט פאר?
יענקל: ניין, אלעס איז גוט באכאשעם. נו, וואס נאך איז נייעס?... וואס טוט זיך אין ארץ ישראל?
חזקי: מיינסט ס'גייט נאך איינעם אן? אלטע נייעס דאס...
יענקל: ס'צעפראסקעטע היצן אינדרויסן...
חזקי: וואס האסטו געוואלט? ס'זאל שנייען יעצט? כ'מיין ס'זומער יעצט, ניין?..."
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס ביסטו געקומען צום דאקטער?
ווייל איך האב ציטוהן מיט די נערווען
איך הער נישט וואס זאגט איר?
ווייל איך האב ציטין מיט די נערווען
רעד העכער איך הער נישט וואס זאגט איר
(הייבט אן שרייען) ווייל איך האב ציטין מיט די נערווען
וואס שרייט איר אזוי איר האט ציטין מיט די נערווען?

(איינער פון די אלטע אידישע פלעיס)
 
לעצטער געדאנק, א שמועס צווישן זעמל און דעם אנדערן
 
אין דער אידישע וועלט מאכט זיך אמאל אז עס פארמירט זיך א קרעמל אין קאווע שטיבל צו אין פאליש, וואו עס טרעפן זיך צוזאם אלע סארטן מענטשן און נאטורן. איינער טראכט אזוי און איינער אזוי, יעדער לאזט הערן זיין מיינונג, זיינע ערפארונגען און זיינע עצות.

צומאל מאכט זיך אז צוליב אזוי פול פארשידנארטיגע און פולפארביגע עצות און מיטטיילונגען, איז נישט דא צו געפונען איינער וואס זאל שענקען אויערן וועלכע זאלן זיי אלע ארייננעמען און אפגעבן זייערע פארדינטע שעצונג און אנערקענונג. אלע שטייען און שרייען אויף אלע וואס שטייען און שרייען, די מעלער זענען צו פארנומען און לאזן נישט די אויערן צוקומען צום ווארט.

דאס שאפט א שטיקל צעמישעניש, איינער רעדט פון הודו און דער אנדערע טענ'ט צוריק וועגן כוש. דער שמועס דערקייקלט זיך און נעמט העכטס-קאמישע דרייען, אז ווען איינער זאל שטיין אין דער זייט און זיך צוהערן צו אזא שמועס וועט ער זיך טרעפן שטיקן פון געלעכטער.

אלזא, האט איר דא א שטיקל פון א שמועס וואס איז אויפגעכאפט געווארן, און אדרבה, לאזט מיך הערן וואס איר זאגט דערצו.

"יענקל: וואס זאגסטו אויף ביידן? זיי זאגן אז ער האט זיך אפגעזאגט פונעם פארמעסט, ווייל ער וויל קענען לויפן נאכאמאל אין פיר יאר ארום....
חזקי: האהאהא... אייגענס?
יענקל: (א דריי-פערטל שמייכל און א בייג אראפ דעם קאפ)
חזקי: איך האלט קענסט אריין גיין אין דער ליין, ערענסט גערעדט.
יענקל: כ'בין שוין לאנג אין דער ליין.
חזקי: קוקט אויס ס'רוקט זיך נישט, הא?
יענקל: יא יא, כ'בין פונקט צוויי וואכן צוריק געווען אין גראסערי...
חזקי: וואס צוויי וואכן צוריק? איך קום יעצט פון גראסערי, זאגסט מיך? כ'בין געשטאנען דארט ביז יציאת נשמה...
יענקל: וואס? איינער איז אוועק?
חזקי: ניין די טיפש, שוין ס'גוט. וואס נאך איז נייעס? כ'אב געהערט אז....
יענקל: וואס? דו האסט שוין אויך געהערט? מזל טוב, דו ווייסט מ'קען קיינעם נישט טראסטן היינטיגע צייטן, ס'האבן זיך געענדיגט די גוטע צייטן.
חזקי: וואס רעדטסו? געהערט וואס?
יענקל: וואס הייסט וואס?
חזקי: וואס האסטו גערעדט?
יענקל: שוין ס'גוט
חזקי: וואס הייסט ס'גוט? וואס איז געשען? עפעס איז געשען?
יענקל: ניין, כ'אב געמיינט דו ווייסט וועגן דעם, שוין, נעווער מיינד.
חזקי: האלא, וואס גייט פאר? וואס האט פאסירט? עפעס גייט פאר?
יענקל: ניין, אלעס איז גוט באכאשעם. נו, וואס נאך איז נייעס?... וואס טוט זיך אין ארץ ישראל?
חזקי: מיינסט ס'גייט נאך איינעם אן? אלטע נייעס דאס...
יענקל: ס'צעפראסקעטע היצן אינדרויסן...
חזקי: וואס האסטו געוואלט? ס'זאל שנייען יעצט? כ'מיין ס'זומער יעצט, ניין?..."
די שמועס דערמאנט מיך ענדערש פון די עזרת נשים סוירקל אין קאנטרי ווי ניין מיט א דריי פערטל קבים פלוידעריי ווערן פארפלאנטעוועט יעדע טאג אן אויפהער פאר גאנצע ניין וואכן
 
Back
Top