קרעמל שטאטוטן

Status
נישט אפן פאר ווייטערדיגע ענטפערס.

מַחֲנַיִם

אדמיניסטראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
מאי 7, 2024
מעסעדזשעס
142
רעאקציע ראטע
531
פאלגנד זענען די איצטיגע שטאטוטן פון אונזער קרעמל:

א) וועטעראן באריכטן - מעמבערס פון דער "קרעמל וועטעראנען" באנוצער גרופע קענען ארויסהעלפן מיט מאדעראטירן דאס זייטל דורך באריכטן א הודעה. פיר באריכטן פון וועטעראן מעמבערס וועלן אויטאמאטיש אויסמעקן די ספעציפישע הודעה. די געמעקטע הודעות וועלן דאן ווערן איבערגעקוט דורך א מאד, אויב עס איז נישט אקעגן דער קרעמל קאנסטיטוציע אדער שטאטוטן וועט עס ווערן צוריקגעשטעלט אויפ'ן זעלבן אדער א נייעם פלאץ, לויט דער מיינונג פון דעם מאד.

מען זאל פרובירן צו מינימיזירן די צאל באריכטן ווי ווייט מעגליך; אויב א מעמבער מאכט בלויז נערוועז איז בעסער צו ניצן דאס "איגנאריר" קנעפל, כדי נישט וויי צו טון אנדערע מעמבערס אויב עס פעלט נישט אויס.

באריכטן פון אלע אנדערע מעמבערס און אזוי אויך באריכטן פון וועטעראנען אונטער דער נויטיגער צאל, וועלן ווערן איבערגעקוקט דורך די מאדס ביי דער ערשטער געלעגנהייט און וועלן ווערן מסודר לויט דער מיינונג פון דעם מאד.

ב) אויסשפארן מעמבערס - כדי קרעמל זאל קענען אנגיין פאר א לאנגער תקופה מיט טאלעראנץ און הארמאניע, מוזן מיר אראפשטעלן א יסוד אז קרעמל זיצער זאלן שפירן באקוועם צו זיצן און שמועסן צוזאמען, אפגעזען די מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די מיטגלידער. דאס קען זייער געשטערט ווערן דורך מענטשן וועלכע קומען אריין מיט אומאויפריכטיגע כוונות, צב״ש טראלס אדער אזוינע וואס דענערווירן גאר שטארק רוב פון די מיטשמועסער דורך אראפפירן שמועסן פון די רעלסן אדער גענצליך צוגרינד לייגן געשמאקע שנירלעך. דערפאר, אויב א מעמבער האט 10% הודעות פארמעקט דורכאויס אן אפשניט פון א טאג אדער מער, סיי צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות אדער צוליב ברעכן סיי וועלכע אנדערע סעיפים פון די שטאטוטן, דאן קען דער באטרעפנדער מעמבער ווערן אויסגעשפארט.

אזוי אויך קענען צען אקטיווע וועטעראנען ארויפברענגען א פארלאנג אויסצושפארן א געוויסן מעמבער וואס לדעתם באלאנגט ער נישט דא. די מאדעראטארן דארפן דאן ארויפברענגען דעם נושא פאר אן אפשטימונג דורך אן אנקעטע, און אויב רוב וועטעראנען שטימען יענעם אויסצושפארן דאן וועט דער באטרעפנדער מעמבער ווערן אויסגעשפארט בלי שום טענות.

ג) קאפירן אינהאלט - ווי שוין דערמאנט אין דער קרעמל קאנסטיטוציע סעיף ח', איז נישט ערלויבט קיין שום תוכן וואס איז אקעגן דעם געזעץ, אין דעם איז נכלל סיי וועלכער תוכן וואס עמיצער האט געזעצליכן קאפירייט דערויף.

אזוי אויך איז פלאגיאט נישט ערלויבט דא אין קרעמל. ווען מען ציטירט עפעס פון אנדערע פלעצער דארף דאס ווערן נאכגעברענגט מיט'ן פינקטליכן מקור. למשל, אויב ברענגט מען עפעס נאך פון סיי וועלכן פארום, מוז מען אלץ צוצייכענען דאס זייטל פון וואו מען נעמט עס און דעם נאמען (אדער ניק נאמען) פון דעם אריגינעלן שרייבער.

אויב מען ברענגט עפעס וואס מען האט אליין געשריבן ערגעץ אנדערש, זאל מען אויך דערמאנען אז מען האט דאס אליין געשריבן כדי עס זאל נישט אויסקוקן ווי פלאגיאט.

ד) סעקסועל רייצענדע מידיא - קרעמל איז געווארן אויפגעשטעלט דורך - און צוגעשטעלט פאר - היימישע אידיש רעדענדע אידן, און עס איז פאר יעדנס טובה צו מאכן ווי מער באקוועם די מערהייט פון אונזערע מעמבערס, דערפאר איז נישט ערלויבט קיין עראטיקא, גראפישע אינהאלט, סעקסועל רייצענדע בילדער און ווידיאס.

ה) עפענען שנירלעך - פריש געעפענטע שנירלעך פון קרעמלער וואס זענען נישט וועטעראנען וועט דורכגיין באשטעטיגונג פון די מאדס ביפאר עס גייט ארויף. פרישע שנירלעך פון וועטעראנען וועט יא ארויפגיין אטאמאטיש.

-----

אלע נייע שטאטוטן וועלכע וועלן ווערן צוגעלייגט אין דער צוקונפט וועלן ווערן רעקארדירט דא אין דעם שנירל.
 
Status
נישט אפן פאר ווייטערדיגע ענטפערס.
Back
Top