קרעמל, א זעלבסט-רעפלעקציע

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
225
רעאקציע ראטע
1,245
זעהנדיג קרעמל אויפקומענדיג היינט אויף 10,000 מעסעדשעס, האב איך גענימען די פעדער אין האנט און אראפגעשריבן מיינע מחשבות, הגם נישט יעדער דא מוז צושטימען צו מיר.

קאפיטעל א
קאווע שטיבל און איר גרינדונג

צום אלעם ערשטן דארף מען אנהייבן מיטן באטראכטן קאווע שטיבל אין איר אייגענע היסטאריע.

אין די אנהייב 2000 יארן, נאכדעם וואס אינטערנעט איז היבש פארשפרייט געווארן, האט אנגעהויבן ארויפשווימען בלאגערס ווי שוועמלעך נאך א רעגן. צווישן זיי האבן זיך געציילט היימישע חברה וואס האבן געזוכט ארויסגעבן זייער טאלאנט ערגעץ ווי זיי פילן מער פריי. למשל קטלא קניא (בעל מחבר ותינוק ללמדו ספר) איז פאררעכנט אלס די ערשטע היימישע בלאגער.

מיט די קומענדיגע פאר יאר איז פארשפרייט געווארן די נעקסטע שטאפל אין די עוואלוציע פון סאציאלע מידיע, פארום'ס. אנשטאט בלאגן אויף א וועבזייטל קען זיך יעדער צונויפשמועסן אויף איין פלאץ ווי מען האט שוין א פארטיגע אודיענץ.
פארשטייט זיך אז היימישע חברה וואס זענען פאר איין סיבה אדער א צווייטע געווען אויפן געוועב האבן אויך אנגעהויבן נישטערן און קאנטריביוטן, בעיקר אין די איזראעלי פארום'ס א שטייגער ווי הייד-פארק, ווי מען האט זיך ארומגעאמפערט סאטמאר קעגן ציונים, בעלז קעגן גור, חרדי קעגן חילוני, אא"וו, ס'איז געגאנגען הענט און פיס. (פילטערס איז נאך נישט געווען א מהות דעמאלט, און די רבנים זענען נאך נישט געווען אינפארמירט איבער די נייעסטע טעכנאָלאָגיע.)

ערליכע היימישע אידן, וואס האבן זיך געטראפן אנטבלויזט צו א וועלט וואס שטימט נישט אינגאנצן מיט זייער געדאנקענגאנג, האבן געעפנט (צוערשט א סאבפארום פאר בלויז היימישע חברה גערופן קרעטשמע, און דערנאך) אן אייגענע היימישע פלאטפארמע (אייוועלט).

צווישן די וואס זענען מיטגעקומען אויף אייוועלט איז געווען אזאלעכע וואס האבן מאיזה סיבה שהיא גראדע הנאה געהאט פון די אפענקייט אויפן אינטערנעט, עפעס א פילינג פון פרייהייט פון ווארט צו וואס זיי האבן נישט זוכה געווען אין די יונגע יארן.

אין בערך די זעלבע צייט האבן די רבנים אנגעהויבן צו הערן פון אלע סארטן שרעקעדיגע זאכן וואס די שטן נוצט אלס דעם אינטערנעט פאר, און איינגעזען אז דאס איז די נייע טעלעוויזיע (דאס איז דאס בעסטע וועג וואס עסקנים האבן געקענט מסביר זיין פאר די רבנים), און אז ח"ו מאסן פאלן ווי די פליגן פון זייער אידישקייט (אדער פון זייער קאנטראל, ווענדט זיך צו וועמען מען רעדט.)

ווי מער די היימישע וועלט, דורך די עסקנים און רבנים, איז געווארן אויפגעקלערט איבער די געפארן פונעם אינטערנעט אלס מער פרעשור האבן די היימישע, אבער אנאנומע, בעלי בתים פון אייוועלט געפילט צו צענזורירן אין מאדערעיטן די פארום צו מאכן זיכער זיי זענען אויפן ריכטיגן זייט. (לצורך פרנסה איז נאך נישט געווארן דעוועלאפט דאן אלס א היתר).

די צענזור איז געווארן ערגער און ערגער עכ"כ אז די וואס האבן געפילט איינגעצויגן און צענזורירט האבן באשלאסן עס איז צייט צו עפענען אן אייגענע פארום באזירט אויף מער פרייהייט פון ווארט, ויקרא שמו באינטערנעט קאווע שטיבל.

(דאס אז די צענזור אין אייוועלט איז געווארן שטערקער א דאנק די דיסקוסיע און פרעשור ארום אינטערנעט דורך די רבנים און ביים המון עם, און דאס האט צוגעפירט צום עפענען פון קאווע שטיבל איז מיין אייגן אבזערוואציע און שפעקולאציע פון די פאקט אז סיי די כינוס כלל ישראל און סיי דאס עפענען קאווע שטיבל איז געשען אין בערך די זעלבע צייט אין 2012. און אין יענע צייטן אויף ק"ש קען מען טרעפן פיל מיט האס אויף די איסורים און פארוואס אייוועלט מעג זיין אפען, ס'איז דאך נישט לצורך פרנסה... פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא פון צייטן פונעם כינוס כלל ישראל ווען קאווע שטיבל אידן אזוי אויך ווי די רבנים האבן געגלייבט אז מיטן כינוס און מיטן פסק פון הרב וואזנער זענען זיי פארטיג, אינטערנעט גייט אין דער ערד צוזאמען מיטן טעלעוויזיע.)

קאפיטעל ב
קאווע שטיבל פארמאכט

אין דער זעלבער צייט וואס פון א שמאלע בליק האט אויסגעקוקט ווי דא ענדיגט זיך די נושא, יעדער גייט זיך זיין וועג, שלום על ישראל, האט די וועלט זיך נישט אפגעשטעלט. די מאביל (סמארט פאון) רעוואלוציע האט געברענגט א פלייץ פון עפפס. מער דארף מען נישט זיצן ביים אפיס קאמפיוטער זיך צו טרעפן אויפן סאציאלע געוועב. אנגעהויבן פון טוויטער, די גרעסטע טעקסט בעיסד פארום אויפן וועלט (וואס איז אייגענטליך געווארן פאפולער נאך פארן סמארט פאון עפאכע א דאנק געבן עקסעס צו סאציאלע מידיע אפילו מיט בלויז טעקסט), און געענדיקט ביי וואטסעפפ גרופעס, טעלעגראם קאנאלן, פעיסבוק, און אזוי ווייטער אן א שיעור.

ווי אויך איז אינטער געוואקסן א נייע גענעראציע פון אינגעלייט וואס האבן נישט די מינדעסטע השגה איבער די אלע אומרוען. זייערע עלטערן האבן 'אייביג' געהאט די כלים (לצורך פרנסה פארשטייט זיך), זייערע אלע חברים האבן סמארט פאונס, איינער מיט א פילטער און א מער קילערע אינגערמאן אן א פילטער. דאס פרייהייט פון ווארט און עקסעס צו די וועלט איז דא מיט א פשטות (פאר רוב באלעבאטישע אינגעלייט.)

רוב שמועסן אין די עכטע קאווע שטיבלעך באשטייען פון שמוץ, נאציאנאלע פאליטישע דיסקוסיעס (אך און וויי פאר איינער וואס וואגט זיך צו אידענטיפיצירן אלס דעמאקראט. שוין בעסער אויב ער לייקענט אין תורת משה), בארעדן רבנים, און זיך באקלאגן אויף די קאנטראל פון די מוסדות (די לעצטע מיטל פארבליבן פאר די רבנים צו האבן עפעס א שארית הפליטה פון קאנטראל, הגם סאיז נאר אויפן אויבערפלאך).

פארום'ס קעגען היינטיגע סאציאלע מידיע איז ווי ראדיא קעגן טעלעוויזיע, נאך אלץ געניצט אבער ווייט פון זיין די מערסט באנוצט.

אן אריינגיין אין די פרטים און דעטאלן פון די פאליטיק ארום דאס פארמאכן פון קאווע שטיבל (ווייל איך ווייס נישט), קען מען אבער מאכן די פאלגענדע אבזערוואציע. עס איז שוין נישט געווען אזא אינטערעסע דערין פארן היימישען עולם מיט א ביסל ברייטערע קעפ. רוב אידן וואס זענען אינטערעסירט צו קוקן 'אויף ארויס' קען רואיגערהייט גיין אויף דעם ברייטן געוועב, און אין ק"ש האט געהערשט אזא מין בענקעניש נאך 'די אלטע צייטן' ווען קאווע שטיבל האט גערודערט מיט לייבן, געלונגענע שרייבער און חוקרים וואס האבן געשאקלט וועלטן.

אבער זיי האבן שוין אפגעדיהנט זייער טערמין, זיי האבן שוין געקעמפט פאר פרייהייט פון ווארט אויף וויפיל מעגליך, און יא מערסטנס פון די לייבן האבן מסתמא אנדערע זאכן אין לעבן וואס האלטן זיי פארנומען.

פון א 'מייקרא' לעוועל איז געווען פאליטיק און רייבערייען, אבער ווען מ'קוקט פון א 'מעקרא' לעוועל האט מען עס געקענט זעהן קומען.

איי אייוועלט? דאס איז פאר גאר אסאך אידן וואס האבן דייקא נישט קיין עקסעס און זענען געבינדן מיט גוטן ווילן צו נישט צו וואס דער פילטער לאזט דורך. אויף דעם איז דא ב"ה א גרויס פארלאנג.

קאפיטעל ג
קרעמל און איר צוקונפט

אי"ה אין קומעדיגע געלעגענהייט...
אויף דערווייל ליידען איך איין יעדער איינער צו לאזן הערן זיין מיינונג אויפן איבערזיכט בכלל, און אויפן צוקונפט פון קרעמל און איר מיסיע בפרט.
אפשר צוזאמען וועט מען ארויסהאבן בעסער קרעמל'ס פלאץ אין היימישע ליטעראטור.

For anyone who knows more about the subject, fact checking is fully appreciated to approve the integrity of the article.

מקורות:
קטלא קניא "מיין ערשטער בלאָג פאסט"
אשכול אין ק"ש אויפן אינטערנעט מערכה
 
לעצט רעדאגירט:
דו זאגסט זייער גוט

קאווע שטיבל האט שוין נישט פונקציאנירט געהעריג די לעצטע פאר יאר

די וואס האבן גענוצט קאווע שטיבל אנפאנג האבן עס שוין נישט געדארפט שפעטער

מ'דארף נאך האבן פארומס פאר א גוטע שטיקל פאעזיע אדער א גוטע ארטיקל וואס ווערט נישט געשריבן אויף קיין וואטסעפפ גרופעס וכדומה

פארדעם דארף מען קרעמל.
 
בארעדן רבנים, און זיך באקלאגן אויף די קאנטראל פון די מוסדות (די לעצטע מיטל פארבליבן פאר די רבנים צו האבן עפעס א שארית הפליטה פון קאנטראל, הגם סאיז נאר אויפן אויבערפלאך).

פונקט לעצטנס פרעג איך א חבר פארוואס ער האט אזוי פיל קינדער, זאגט ער מיר עס איז פשוט א שמירה ער זאל נישט האבן קיין סמארטפאן, ווייל אזוי האט ער א טשעקפוינט יעדע צוויי יאר ביי די מוסדות...


בכל אופן, יישר כח פאר די קלארע און שיינע באשרייבונג!
 
אני כשלעצמי קען נישט די פאליטיק און רייבערייען וואס האט גורם געווען די פארמאכונג פון ק"ש. אבער איין זאך יא, איך בין געוועזן דארט א נייער גאסט. ווי דער כלל לויטעט, א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל. זייענדיג דארט צוויי-דריי חדשים און געהאקט פרישע אשכולות א יעדע שני וחמישי האב איך פאר איזה סיבה שהוא געשפירט אזא נאסע דומפיגע לופט פון די הנהלה ווי זיי זענען זיך משתלט אויף דעם זייטל, אן קיין שום רעכענונג און ווארענונג אדער אנגעבליכע סיבה דערשטיקט גוטע אשכולות און תגובות. ווי געשריבן אפאר חדשים צוריק אן אשכול וואס דער קעפל האט זיך געליינט ווי פאלגענד "על מה יצא הקצף" אין ק"ש און פארשטייט זיך געווארן פארמעקט. (ע"כ קען איך נישט ציטירן דעם לינק, און ווי אויך האב איך עס נישט געסעיוועד אין מיינע ארכיוון). דאן האב איך געזעהן אז אויב איז די אגענדע שררה און נישט קיין עבדות זעה איך נישט דארט קיין פלאץ פאר מיר, איז וואס איך האב צו זוכן דארט.

פון איין מינוט צום צווייטער,
ווען עס פאקט א רגע א צודרייטער,
ארויפגעצויגן מיין ווערק אויף א שטריק,
ער מיינט עס וועט איהם טרעפן דאס גליק,
נישטא אויף וועמען צו שרייען,
איך האב מיך שוין נישט ווי צו דרייען,
עס קען נישט ווייטער אזוי גיין,
ממילא מוז איך שרייבן אליין,

און דא איז געקומען א קרעמל וואס די בעב"ת/הנהלה זענען געווען האמבעלד און אנשטענדיג, מיט אן אגענדע וואס שטימט מיט מיינע. ויהי (בלשון צער, פון די ווייטאג פון פארלירן די אוצר וואס אנכי הק' האט פארלארן אין די ק"ש סאמעטוכע) קרעמל.

גייט מען דאך פרעגן א זעלבסט-פרעגנדע שאלה, ק"ש משנים קדמוניות איז דאך אויך אזוי געווען, מכלומר'שט פארטיידיגט דאס פרייהייט פון ווארט. איה"נ, עס האט געהאט 7 פעטע יארן (איך בין נישט דארט געווען אבער אזוי זעהט מיר אויס פון די אלטע ק"ש תושבים). איז קרעמל וועל איך זיך מיטכאפן מיט די פעטע יארן כ"ז עס גייט. האפענטליך וועט עס זיין מער ווי 7 יאר.

עס איז נאך אלץ דא פלאץ און א פארלאנג פונעם/פארן היימישן ערליכן ציבור פאר א פורום פאר די פרייהייט פון ווארט. והא ראיה דער קרעמל איז אינגאנצן אפן פארן פובליקום קארגע 4-5 חדשים מיט 10-קעי מעסעדזשעס דערינען, איז דאס נישט קיין פארלאנג? איך גלייב ווען די אפראוועלס וואלטן געגאנגען שנעלער און גרינגער וואלט ווען געווען אסאך מער. (הגם איך פארשטיי פארוואס עס נעמט אזוי לאנג און איך האב דעראויף נישט קיין טענות ח"ו, נאר דאס איז דער פאקט).

ע"כ נזכה ונחיה ונראה מה יולד יום.
 
פון איין מינוט צום צווייטער,
ווען עס פאקט א רגע א צידרייטער,
ארויף געצויגן מיין ווערק אויף א שטריק,
ער מיינט עס וועט איהם טרעפן דאס גליק,
נישטא אויף וועמען צו שרייען,
איך האב מיך שוין נישט ווי צו דרייען,
עס קען נישט ווייטער אזוי גיין,
ממילא מוז איך שרייבן אליין,
 
אַצִינְד הָאבְּן מִיר לֵייבִּישׁ
אַ שְׁפְּרַאךְ וִוי קֵיינֶער נִישְׁט
מִיר קוּקֶען אַרוֹיס אוֹיף דַּיינֶע אַרְטִיקְלֶען לֶעכְטִיגֶע
עֶפֶּעס וָואס וֶועט אוּנְטֶערהַאלְטן דֶּעם צִבּוּר דֶּעם מֶעכְטִיגֶע
קוּק נִישְׁט צוּרִיק וָואס סְ'אִיז אוֹיף ק"שׁ גֶעוועֶן דָארְט

דוּ בִּיסְט דָא אוֹיף אַ וַוארֶעמֶע גִּיטֶע אָרְט
 
אַצִינְד הָאבְּן מִיר לֵייבִּישׁ
אַ שְׁפְּרַאךְ וִוי קֵיינֶער נִישְׁט
מִיר קוּקֶען אַרוֹיס אוֹיף דַּיינֶע אַרְטִיקְלֶען לֶעכְטִיגֶע
עֶפֶּעס וָואס וֶועט אוּנְטֶערהַאלְטן דֶּעם צִבּוּר דֶּעם מֶעכְטִיגֶע
קוּק נִישְׁט צוּרִיק וָואס סְ'אִיז אוֹיף ק"שׁ גֶעוועֶן דָארְט

דוּ בִּיסְט דָא אוֹיף אַ וַוארֶעמֶע גוּטֶע אָרְט
WOW איינס שטערקער ווי דער צווייטער
קע"ה די פעדערס דא זענען געמאכט פון גאלד
שיין צו זעהן כשרון באגריסן כשרון
 
שלום עליכם מענדל בער! פון דיין פראופייל בילד שיינסטו צו זיין אן איש מכובד מיט א הערליכע קעניגליכע הויכע שטריימל, א שיין אויסגעקעמטע בארד, נישט אינגאנצען שווארץ און נישט אינגאנצען ווייס פונקט ווי אין די מיטעלע יארן ווען די אינגע כוחות מיט עלטערע חכמה זענען משתמשין בכתר אחד, לאנגע געקרייזלטע לאקן ווי איין האר פארט נישט די ראנג וועי, דיין בארד קוקט אויס ווי ס'נארוואס ארויסגעקומען פון א קארנפלעקס באקס הערליך אויסגעפארעמט, מיט א כוס יין מלא גרייט צו מאכן א לחיים.

כ'בין זיכער אז א סמארטפאון אדער א קאמפיוטער פארמאגסטו אויך אפטודעיט, ליגט דען נישט די זעלבע חיוב פון זה אלי ואנוהו אויף טעכנאלאגיע ווי א שיינע שטריימל/בעקישע/בארד און פיאות? א פעדער'ל פארמאגסטו א זיסער, אלזא טייערע קרעמלער! גארטל דיך אן, זעץ זיך אוועק און נעם דיך שמייסן ארטיקלעך, נישט נאר קאמענטס.
 
נשר זהב,

איך מוז זאגן האסט מיר גוט ארויס
צו שרייבן ארטיקלען וועל איך פרובירן אויס
איך דארף נאך קאווערן די ערשטע פאר חדשים פון סחורה
דערנאך וועל איך זיך נעמען צו די שרייבן עבודה
 
א גוט יאר,

איך גלייב אז איך בין מער פון די עלטערע דא, וואס געדענקען נאך א וועלט ווען בלויז א בעל הבית האט געהאט א ביפער, און נאר א עושר האט געהאט א ווייסליכע קאמפיוטער מיט א גרויסן אחור. איך קום מיט אביסל יארן אויף די פלייצעס און האב געזען וויאזוי זאכן האבן מצליח געווען אדער נישט.

דערפאר וויל איך זיך ווענדן דירעקט צו די הנהלה. כאָטש קרעמל איז א פלאץ פון פרייע אויסדרוק, אויב ס׳זאל מצליח זיין, מוזן זיין געוויסע כללים. פרייע אויסדרוק מיינט נישט פרייע שנאה רייד אדער סתם וואלגארע שפראך, ווי לייביש הכהן אדער סיני פון טעלעגראם. און אין די זעלבע צייט, אויך נישט די אייוועלט טראָלס וואס קומען דא צו דערנעווירן דעם עולם, אפילו ווען זיי ווייסן אז זייער שיטות אין רייד איז נישט וועלקאם דא.

דערפאר דארף די ציל פון קרעמל זיין א פלאץ פאר לייק מיינדעד מענטשן וואס קענען פארנעמען אלעס אחוץ גארבעדזש. דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג. אויב האלט איר אזוי, אדער איר האט אייער אייגענע הערות, ביטע קומט אריין קלאר

א דאנק
 
איך כאפ נישט וואס איז די גאנצע ק"ש / קרעמל פאליטיק. איך קוק עס אהן ס"ה ווי א נייע מנהל האט איבערגענומען ק"ש און אביסל לויזער געמאכט די רולס. גראדע האט עס באקומען א שינוי השם פאר טעכנישע סיבות.

די UI און UX איז א שטארקע אפגרעיד לענ"ד
 
א גוט יאר,

איך גלייב אז איך בין מער פון די עלטערע דא, וואס געדענקען נאך א וועלט ווען בלויז א בעל הבית האט געהאט א ביפער, און נאר א עושר האט געהאט א ווייסליכע קאמפיוטער מיט א גרויסן אחור. איך קום מיט אביסל יארן אויף די פלייצעס און האב געזען וויאזוי זאכן האבן מצליח געווען אדער נישט.

דערפאר וויל איך זיך ווענדן דירעקט צו די הנהלה. כאָטש קרעמל איז א פלאץ פון פרייע אויסדרוק, אויב ס׳זאל מצליח זיין, מוזן זיין געוויסע כללים. פרייע אויסדרוק מיינט נישט פרייע שנאה רייד אדער סתם וואלגארע שפראך, ווי לייביש הכהן אדער סיני פון טעלעגראם. און אין די זעלבע צייט, אויך נישט די אייוועלט טראָלס וואס קומען דא צו דערנעווירן דעם עולם, אפילו ווען זיי ווייסן אז זייער שיטות אין רייד איז נישט וועלקאם דא.

דערפאר דארף די ציל פון קרעמל זיין א פלאץ פאר לייק מיינדעד מענטשן וואס קענען פארנעמען אלעס אחוץ גארבעדזש. דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג. אויב האלט איר אזוי, אדער איר האט אייער אייגענע הערות, ביטע קומט אריין קלאר

א דאנק
וואספארא כבוד צו האבן דעם עלטערן דור דא.

שכוייח פאר די געדאנקען.
 
איך גלייב אז איך בין מער פון די עלטערע דא, וואס געדענקען נאך א וועלט ווען בלויז א בעל הבית האט געהאט א ביפער, און נאר א עושר האט געהאט א ווייסליכע קאמפיוטער מיט א גרויסן אחור.
און איך געדענק נאך ווען די עשירים האבן געדרייווט סעקאנד הענד שפיציגע שעווראלעטס און געגאנגן מיט דינע שטריימלך און געטרינקן סענקא קאפי,דורך בלעטערענדיג דעם ניו יארק טיימס מיטן דעילי ניוז
 
און איך געדענק נאך ווען די עשירים האבן געדרייווט סעקאנד הענד שפיציגע שעווראלעטס און געגאנגן מיט דינע שטריימלך און געטרינקן סענקא קאפי,דורך בלעטערענדיג דעם ניו יארק טיימס מיטן דעילי ניוז
כל הכבוד זיידי 😜
 
איך כאפ נישט וואס איז די גאנצע ק"ש / קרעמל פאליטיק. איך קוק עס אהן ס"ה ווי א נייע מנהל האט איבערגענומען ק"ש און אביסל לויזער געמאכט די רולס. גראדע האט עס באקומען א שינוי השם פאר טעכנישע סיבות.

די UI און UX איז א שטארקע אפגרעיד לענ"ד
איינע פון די זאכן וואס איך פרוביר ארויסברענגן איז דווקא אז סתם זיין נאך א קאווע שטיבל וועט נישט ארבעטן (ליין איבער).

כדי קרעמל (וואס קען נישט עכט קאמפיטן פון א טעכנאָלאָגישע שטאנדפונקט) זאל האבן א קיום און וואקסן און באמת אויפטוען, דארף עס האבן א געוויסע ציל. די מעמבערס דארפן פילן זיי זענען א חלק פון עפעס א געוויסע מיסיע אדער שטעלונג.

אזויווי קאווע שטיבל איז געווען בעסטע ווען עס האט געפילט ווי א געמיינדע וואס ווידערשפעניגט אין צענזור (אזויווי איך האב אויסגעשמועסט אז איינמאל צענזור איז נישט געווען אזא פראבלעם איז שוין נישט געווען די זעלבע), אזוי דארף קרעמל סערווירן און נעמען א געוויסע שטעלונג פארן קומענדיגן דור.

עפעס אזוי...
 
און איך געדענק נאך ווען די עשירים האבן געדרייווט סעקאנד הענד שפיציגע שעווראלעטס און געגאנגן מיט דינע שטריימלך און געטרינקן סענקא קאפי,דורך בלעטערענדיג דעם ניו יארק טיימס מיטן דעילי ניוז
Wow

כ'האב נישט געוויסט מ'האט דא א גאנצע קבוצה פון אויגן וואס האבן געזען אויגן וואס...
 
אויך נישט די אייוועלט טראָלס וואס קומען דא צו דערנעווירן דעם עולם, אפילו ווען זיי ווייסן אז זייער שיטות אין רייד איז נישט וועלקאם דא.
האסט שוין געזעהן אזא אקטיווער ניק? די אלע מער פרומע ניקס קען איך קלאר זעהן פארוואס זיי זענען דא און נישט אויף אייוועלט
 
Back
Top