קרעמל נייעס סטאנציע דורך @עין טובה

עס האט זיך געעפנט א גמ"ח אין קרעמל וואו מ'קען זיך העלפן איינער דעם צווייטן מיט מגיה זיין שנירלעך.
@חוקר ודורש האט זיך אנגעטראגן צו העלפן נאך וואס דאס איז איינע פון זיינע אייגנשאפטן.
אין איינוועגס קומען אריין די גוטע נייעס אז @שמעי' גרין ארבעט אויף אפאר מעכטיגע ארטיקלען.

@איך אויך האט אנגעזייט א סאמאטוכע מיט דברים כדרבונות אויף סייקעדעליקס און אויף ידידנו @שעפטאל, עפעס וואס האט צוזאמגעברענגט די קרעמל זיצער צו א מחאה אדירה אזש @תרמב האט מורא געהאט פון די אייער.
 
ר' @מנחם איז געווארן דער ווארטזאגער פאר ר' יואל ראטה אין קרעמל. ער טענה'ט אז ר' יואל קען נישט זיין משיח ווייל ער הייסט נישט מנחם.

די קרעמל זיצער פלאנירן זיך אריבערצוכאפן צו גאטליב'ס צו באגריסן טראמפ'ן.
@אינטעליגענט וועט אים דערלאנגען מנה אחת אפים ווי נאר ער קען, @אלפא וועט אים לכאורה פרובירן אויפווייזן לאגיש אז ער איז א שקרן, אבער @תרמב און @קהל׳ס נער וועלן אים פארטיידיגן ווי משב"קים נאמנים.

קרעמל ווארטזאגער @חבקוק גיבט איבער אז מ'האפט אז נאכ'ן קענען לערנען אונזער ציבור פון דער נאנט, וועט טראמפ אפקויפן קרעמל און זיך נעמען שרייבן. נאך אלעם איז ער דאך פאר פרייהייט פון ווארט.

שארפע אויגן האבן באמערקט אז דער קרעמל סיסטעם האט אנערקענט @מסתת הרים און @נפה אלס וועטעראנען.
קאמענטירער זאגן אז לויט די סטאטיסטיקס ארבעט דער סיסטעם פיין; זיי האבן זיך עס ערליך פארדינט.
 
@תרמב א משב״ק??? מקובלני אז א בנש״ק ווייסט נישט ווי מ׳טוט דאס אויב עס איז נישט זיין זיידע😜
 
אין אנדערע נייעס קומען אריין באריכטן אז ידידנו הרב @כוכבים וואוינט אין א בעיסמענט אן גוטע סערוויס.
כלל ישראל איז ווארעם מתפלל דערויף, נאך וואס אן כוכבים קען קרעמל גיין שלאפן.

@שעפטאל איז געזען געווארן פארסאפעט אין א ווינקל נאכ'ן געווינען דעם פארמעסט פאר די מערסטע לייקס אויף קרעמל.
ימים ידברו ווילאנג דער געווינס וועט אנהאלטן.

@שמעי' גרין פלאנירט אויסצולערנען די קרעמלער דעם פראצעדור פון באקומען קאנסילד קערי לייסענס אין ניו יארק.
מיט באוואפנטע קרעמלער וועט דער פלאץ האפנטליך זיין פארזיכערט מכל מרעין בישין.
 
ר' @מנחם איז געווארן דער ווארטזאגער פאר ר' יואל ראטה אין קרעמל. ער טענה'ט אז ר' יואל קען נישט זיין משיח ווייל ער הייסט נישט מנחם.

די קרעמל זיצער פלאנירן זיך אריבערצוכאפן צו גאטליב'ס צו באגריסן טראמפ'ן.
@אינטעליגענט וועט אים דערלאנגען מנה אחת אפים ווי נאר ער קען, @אלפא וועט אים לכאורה פרובירן אויפווייזן לאגיש אז ער איז א שקרן, אבער @תרמב און @קהל׳ס נער וועלן אים פארטיידיגן ווי משב"קים נאמנים.

קרעמל ווארטזאגער @חבקוק גיבט איבער אז מ'האפט אז נאכ'ן קענען לערנען אונזער ציבור פון דער נאנט, וועט טראמפ אפקויפן קרעמל און זיך נעמען שרייבן. נאך אלעם איז ער דאך פאר פרייהייט פון ווארט.

שארפע אויגן האבן באמערקט אז דער קרעמל סיסטעם האט אנערקענט @מסתת הרים און @נפה אלס וועטעראנען.
קאמענטירער זאגן אז לויט די סטאטיסטיקס ארבעט דער סיסטעם פיין; זיי האבן זיך עס ערליך פארדינט.
לאל. למעשה איז דער בעלבאס געשטארבן און מ'האט באין ברירה געקענסלט טראמפ

די רעכטע אידן זאגן מ'זעהט די יד השם און אפילו מ'פארשטייט נישט אלעס האט אזוי געדארפט זיין

קענדעס אוענס זאגט אז ליבאוויטש האט עס אנגעדרייט און בען שפירא זאגט ס'איז א וויטשהאנט פון די לינקע פאלעסטינענס נישט צוצולאזן אונזער באליבטער גאט/פירער/סופרים לידער צו די איזערלייטס...
 
איינער געדענקט נאך די קאנספיריסי אז שלמה יודא רעכניץ האט אפגעקויפט ק"ש? נישט נארמאל וויפיל פערדן איך האב געהערט דאס נאכזאגן פון די קעפלען מיטן גאנצן תמימות... איינער ווייסט צו ס'האט נאכאמאל ריסורפעסט מיט די יעצטיגע פארשפארונג?
 
אדער איז ער געווארן קלינטאניזירט🤣
 
ס׳טוטצעך ס׳לעבט זיך אין קרעמל, ס׳איז משיח׳ס צייטן. אידן העלפן זיך ארויס איינע די צווייטע אז ס׳איז א נחת דא אריינצוטרעטן.

צו מיט שאלות פון ז״ל וואס חברים טיילן מיט מקורות פון היתרים, צו ס׳איז ליינמאטריאל פאר די לאנגע ימים נוראים דאווענען וואו מ׳געט זיך איבער צו פארגרינגערן אנדערע, ס׳דערקוויקט מיך די נשמה אזוינס צו זעהן

ס׳פיהלט ווי די בעקראונד מוזיק דא קען זיין
״שבת אחים גם יחד״ ❤️
 
נאך אן אפציע פאר א בעקגראונד מוזיק אין קרעמל
(אדער @שעפטאל וחבריו וואס ארבעטן אזוי אומערמידליך אין די בּעק-ענד אהערצושטעלן די וואונדערליכע עקספיריענס פון אזא הערליכע ווינקל פון שלווה און הארמאניע אין א שטורמישע וועלט… קענען ענק אפשר בּלעסטן דעי מוזיק ביי ענק אין אפיס, זיך מחזק צו זיין פון צייט צו צייט אין ענקער עבודת הקודש פון אהערשטעלן אזא וויכטיגע פלאטפארעם פאר כלל ישראל
View: https://youtu.be/Jm29kLeWqDA?si=Qvwwmo78Ir5Ylh9B

Look who we are, we are the dreamers

We make it happen 'cause we believe it

Look who we are, we are the dreamers

We make it happen 'cause we can see it

Here's to the ones that keep the passion

Respect, oh, yeah

Here's to the ones that can imagine

Respect, oh, yeah

Gather 'round now look at me

Respect the love the only way

If you wanna come, come with me

The door is open now every day

This one plus two, rendez-vous, all invited

This what we do, how we do

Look who we are, we are the dreamers

We make it happen 'cause we believe it

Look who we are, we are the dreamers

We make it happen 'cause we can see it

Here's to the ones that keep the passion

Respect, oh, yeah

Here's to the ones that can imagine

Respect, oh, yeah

Look who we are, we are the dreamers

We make it happen 'cause we believe it

Look who we are, we are the dreamers

We make it happen 'cause we can see it

Here's to the ones that keep the passion

Respect, oh, yeah

Here's to the ones that can imagine

Respect, oh, yeah
 
לעצט רעדאגירט:
איינער געדענקט נאך די קאנספיריסי אז שלמה יודא רעכניץ האט אפגעקויפט ק"ש? נישט נארמאל וויפיל פערדן איך האב געהערט דאס נאכזאגן פון די קעפלען מיטן גאנצן תמימות... איינער ווייסט צו ס'האט נאכאמאל ריסורפעסט מיט די יעצטיגע פארשפארונג?
מ'קען עס יעצט דא אנהייבן נאכאמאל, אדער איז בעסער אז דאס מאל זאל מען נוצען יואלי לאנדא?
 
א קרעמל וויסטלבלאוער דעקט אויף אז קרעמל האט אגענדע געטריבן מאנעוורירט דעם וואלן אויסגאנג אין א לעצטערער אנקעטע.

קרעמל לייקנט שטיין און ביין און סטראשעט מיט א לאוסוט פאר'ן שעדיגן איר רעפוטאציע.

*

דר. מיכאל אברהם פענס איבער דער גארער וועלט נעמען אויף די פרייליכע נייעס אז @אלפא גרייט זיך איבערצוזעצן דעם רב'ס ביכער אויף טשייניז, נאך וואס ער האט זיך לעצטנס צוגעלערנט די שפראך על בוריה.

*

א ווארטזאגער פאר קרעמל גיבט איבער אז אין די לעצטע פאר וואכן איז צוגעקומען די אסטראנאמישע סומע פון צוויי הונדערט זיצער צום קרעמל, עפעס וואס שטעלט אין שאטן אלע בעלזער יושבים לדורותיהם.

*

שווערע געשלעגן קומען פאר הינטער די קוליסן צווישן די לייבן @דער גאלדענער אדלער און @קהל׳ס נער איבער'ן טיטל "מלך הלייקים".

אין א פרואוו צו בארואיגן די געמיטער, באטראכט די קרעמל אדמיניסטראציע די מעגליכקייט צו באשאפן א טיטל "מלך הלייקים-45" - א טאקטיק וואס האט סוקסעספול געלעזט ענליכע געפעכטן אין דער פארגאנגענהייט.
 
קרעמל ארבעט העפטיג אויף די לעצטע דעטאלן פונעם מעמד אדיר ''וויכוח הגולה" וואו היציגע דעבאטעס צווישן רייבערישע קרעמלער וועלן פארקומען.

@תרמב און @אינטעליגענט וועלן זיך הרג'ענען איבער טראמפ האפנטליך צום לעצטן מאל, געשלעגן וועלן פארקומען צי ס'לוינט זיך אנצוטון שווארץ אין אן עלעוועיטאר מיט מונה ראזנבלום, און מרחשון וועט האלטן א רעדע איבער אלץ אנבאלאנגט אפאלאגעטיקע און רעליגיע.

פסוקי איסור יחוד וועט ווערן פארגעזאגט דורך @אינטעליגענט, און קדיש דורך @הויעכע פענסטער.

דער מעמד פארשפרעכט צו זיין דער געשפרעך פון טאג, נאך וואס קרעמל איז לעצטנס געגאנגען לייוו פאר כל בני הגולה.

בלוט וועט זיך גיסן, באלאטעס וועלן פייערן, און די גאסיפ שטאפלען וועלן זיין אף די טשארטס. סטעי טונד.

***

א שרעק האט ארומגענומען היימישע ווייבלעך נאך וואס ס'איז באקאנט געווארן אז די מאראלן פון טשידינג זענען ווידער אין דיסקוסיע מיט גיידס און אקטיווע טשעט מיטלען. והן קל כביר לא ימאס תפילת רבות.
 
Back
Top