עס איז שוין אן אלטער מנהג אין אלע קהילות קדושות מקדמת דנא זיך ארומצושלאגן אביסל אום חול המועד פסח איבער קהילה׳שע ענינים, מען מאכט וואלן, מען מען פירט פאלעמיקס, און מען פאטשט זיך אויס איינער דעם אנדערן ווי גוטע ברודער (ומנהג זה כבר מובא בספה״ק בני יששכר ועוד, והדברים עתיקין).
איז דאך דבר בעתו מה טוב ארויפצוברענגען פאר דעבאטע די שטאטוטן פון אונזער נייע קרעמל.
לויט די עצה פון חברינו @זית רענן; שלאג איך פאר אז אנשטאט אראפשרייבן אלע תקנות זאל מען בלויז אראפשטעלן עטליכע שטאטוטן אלץ א מסגרת אין וואס די ווייטערדיגע תקנות זאלן געבויעט ווערן. די שטאטוטן וואס איך האב דא אפגעשריבן זענען טיילווייז באזירט אויף די ערשטע ״קאווע שטיבל״ תקנות, איך שטעל זיי ארויס בלויז לשם דעבאטע אז מען זאל קענען אנהויבען די שמועס אבער פארשטייט זיך אז אלע פונקטען זענען גענצליך אפען פאר טויש לויט ווי מיר וועלן האפענטליך אויסשמועסן בדיבוק חברים אין דעם שנירל, זה בכה וזה בכה.
איך וויל זיך באדאנקען פאר חברינו @ערפל פארן ארויסהעלפען מיט גראמאטיק און ספעללינג.
ביטע ליינט דורך מיט אן ערענסטקייט און לאזט זיך הערן אייער מיינונגען הויך און קלאר:
איז דאך דבר בעתו מה טוב ארויפצוברענגען פאר דעבאטע די שטאטוטן פון אונזער נייע קרעמל.
לויט די עצה פון חברינו @זית רענן; שלאג איך פאר אז אנשטאט אראפשרייבן אלע תקנות זאל מען בלויז אראפשטעלן עטליכע שטאטוטן אלץ א מסגרת אין וואס די ווייטערדיגע תקנות זאלן געבויעט ווערן. די שטאטוטן וואס איך האב דא אפגעשריבן זענען טיילווייז באזירט אויף די ערשטע ״קאווע שטיבל״ תקנות, איך שטעל זיי ארויס בלויז לשם דעבאטע אז מען זאל קענען אנהויבען די שמועס אבער פארשטייט זיך אז אלע פונקטען זענען גענצליך אפען פאר טויש לויט ווי מיר וועלן האפענטליך אויסשמועסן בדיבוק חברים אין דעם שנירל, זה בכה וזה בכה.
איך וויל זיך באדאנקען פאר חברינו @ערפל פארן ארויסהעלפען מיט גראמאטיק און ספעללינג.
ביטע ליינט דורך מיט אן ערענסטקייט און לאזט זיך הערן אייער מיינונגען הויך און קלאר:
קרעמל שטאטוטן:
דאס אידישע געוועב איז שוין היינט באלד א חצי-יובל אלט און צווישן די מערערע היימישע פארומס, בלאגס, און ארטיקלען וועבזייטלעך איז פארהאן א געברויך פאר א פלאץ וואו אלע אידיש רעדנדע ברידער און שוועסטער זאלן קענען פארברענגען און דיסקוטירן צוזאמען מיט אהבה אחוה שלום וריעות (און אפילו אויך אמאל זיך קריגן, ווי עס איז דער סדר צווישן גוטע געשוויסטער).
אט דאס איז אונזער ״קרעמל״.
כדי צוצוקומען צום ציל אויף א לאנג-טערמיניגן פארנעם; אז אין "קרעמל" זאל הערשן טאלעראנץ און הארמאניע, שטעלן מיר פאר די פאלגנדע שטאטוטן און פרינציפן אויף וואס אלע ווייטערדיגע תקנות פון ״קרעמל״ וועלן געבויט ווערן:
א) אדמיניסטראטארן דארפן זיין אקטיווע מעמבערס אויפ'ן סייט – אין "קרעמל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פארהאן קיין "מנהלים" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קרעמל" איז יעדער שרייבער און ליינער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם, און עווענטועל האט יעדער שרייבער דעם פאטענציאל צו ווערן אן אדמיניסטראטאר אדער א מאדעראטאר, לויט דעם ווילן פון דעם ציבור.
די הנהלה באשטייט ווי פאלגנד:
- > בעל הבית פונעם סייט (מיט צוטריט פון צוויי, אמווייניגסטנס איינער פון זיי, אן אקטיווער באנוצער).
- >> איינס אדער צוויי הויפט אדמיניסטראטארן מיט פולן צוטריט צו דער בעק ענד אפטיילונג.
- >>> עטליכע פשוט׳ע אדמיניסטראטארן מיט באגרעניצטן צוטריט צו דער בעק ענד אפטיילונג ארויסצוהעלפן מיט די טעכנישע חלקים לויט'ן געברויך.
- >>>> מאדעראטארן לויט'ן געברויך אן צוטריט צו דער בעק ענד אפטיילונג.
די הויפט "אדמינס" און אלע "מאדס" קענען נאר זיין אזוינע מיט שטים רעכטן (לויט ווי שפעטער אויסגעשמועסט אין סעיף ד) און אויף זייער אדמינ'ס און מאד'ס פראפילן מוזן ארויסשטיין זייערע אקטיווע ניקס (רעגולערע אדמינס קענען זיין אומאקטיוו צוליב וואס מען וועט מעגליך דארפן זייער הילף מיט די טעכנישע חלקים פון אונזער פלאטפארמע).
ב) אידענטיטעט – פאר יעדנ'ס טובה דארף יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טון דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט, אין "קרעמל", רעכנט דאס אויך אריין די אדמינס און מאדס. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די אדמיניסטראטארן און מאדעראטארן, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער כאראקטער אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך בעז"ה גאראנטירן.
ג) תקנות – וויבאלד דער עיקר ציל פון "קרעמל" איז צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדן אינדיווידועלן מענטש פון דעם אידיש-רעדנדן ציבור, און אז אלע זאלן זיך קענען היימיש צונויפשמועסן אפגעזען די פערזענליכע מיינונגען פון אנדערע מיטגלידער אדער אדמיניסטראטארן, וועלן מיר נישט אראפשטעלן אליין קיין שום תקנות בכח ההנהלה, נאר יעדע תקנה וועט ווערן באשטימט מיט וואלן דורך די אקטיווע באנוצער פון דער פלאטפארמע וואס פארמאגן שטים רעכטן (מער וועגן שטים רעכטן אין סעיף ד). אזוי אויך קען יעדע תקנה ווערן געטוישט לויט די ווילן פון רוב שטים בארעכטיגטע באנוצער דורך וואלן.
נייע תקנות קען ווערן פארלאנגט דורך יעדן שטים-בארעכטיגטן ניק.
אלטע תקנות קענען ווערן געשטעלט פאר פרישע וואלן דורך א פעטיציע פון פופצן ניקס מיט שטים רעכטן, סיי צו ווערן אנידערגעשטימט אינגאנצן אדער צו ווערן געטוישט און איבערגעפרישט.
ד) שטים רעכטן — יעדער אקטיווער ניק מיט אמווייניגסטנס הונדערט זאכליכע הודעות דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר האט שטים רעכטן.
אויב מען ווערט געוואויר אז א ניק האט פארלעצט זיינע שטים רעכטן מיטן שטימען טאפלט וכדו׳, וועט יענער פארלירן שטים רעכטן אויף אייביג אן קיין ווארענונג.
ה) די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהילה וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור. אין יעדנספאל פארשפרעכן מיר אז קיין שום הודעה וועט נישט פארשווינדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן לויט די תקנות וואס וועלן געשטעלט ווערן לויט'ן ווילן פונעם ציבור.
ו) יעדע נייע תקנה וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך רוב וויילער וועט ווערן רעקארדירט אין די ״תקנות פונעם קרעמל״. אלטע תקנות וואס וועלן ווערן איבערגעמאכט אדער אנידערגעשטימט לויט די שטאטוטען, וועלן אויך דארט ווערן רעקארדירט.
——————
פאר דער טובה פון אלע באנוצער בעטן מיר:
דער עיקר איז אז מ'זאל זיך באציען צו יעדן מיט כבוד און רעספעקט, און אויספירן דעם ציל אז "קרעמל" זאל זיין א פלאץ וואו עס איז איינגענעם צו פארברענגען מיט כבוד האדם און כבוד עצמי.
- מען זאל שרייבן מענטשליך
- נישט נוצן קיין וואולגארע אויסדרוקן
- נישט שרייבן קעגן פריוואטע מענטשן
- פרובירן מינימיזירן אפענע גראמאטישע גרייזן אויף וויפיל מעגליך
- ווען מען לייגט לינקס צו אנדערע וועבסייטס און סאציאלע מידיא פלאטפארמעס, זאל מען קודם האבן קלאר דורכגעקוקט יענעם בלאט צי עס איז נוגע צו דעם ענין וואס מען רעדט און צי עס איז פאסיג פאר "קרעמל"
איצטערט, זייט זיך מכבד מיט אביסל פאפקארן און א גלעזעלע שנאפס און לאמיר פארברענגען!
לעצט רעדאגירט: