קרישקעלעך איבער יציאת מצרים

Thanks

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
509
רעאקציע ראטע
2,031
פונקטן
413
עפעס א טעלעגראם טשענעל ברענגט שיינע ענינים אויף די נושא, איך גיי קאפי פעיסטן

ליצנות/כפירה אלערט:

עניבאדי? האלא? איינער ווייסט?

פארוואס די גיהנום עסט מען מצות פסח??

ס'הייסט פארוואס? ס'איז אן אפענע פסוק! מאך אויף א חומש פרשת בא קאפיטעל י"ב פסוק ל"ט, קוק אריין און לייען: "וַיֹּאפוּ אֶת הַבָּצֵק אֲשֶׁר הוֹצִיאוּ מִמִּצְרַיִם עֻגֹת מַצּוֹת כִּי לֹא חָמֵץ כִּי גֹרְשׁוּ מִמִּצְרַיִם וְלֹא יָכְלוּ לְהִתְמַהְמֵהַּ וְגַם צֵדָה לֹא עָשׂוּ לָהֶם".

פלעין, סימפעל און פשוט סטרעיטפארווערד, זיידי נחום האט עכט נישט געהאט קיין צייט צו באקן זיין ברויט ווייל ער איז ארויס געפלויייייייייייגען 🚀 פון עגיפטן, סאו זיין טייג איז געווארן אפגעבאקן אויף זיין פלייצע דורך די זין!

אונז זענען אזוי עקסייטעד מיט דעי פעסטע פארט פון די מעשה, סאו אונז עסן יעדער יאר פאר גאנץ פסח נאר דער הייליגע מצה!

🧐🤥 און פארשטייט זיך אויך 😂🤣😂🤣

וואט דע פאור לעדדער ווארד?!

איך ווייס אפילו נישט ווי אנצוהייבן 🤣

די טייג האט זיך אפגעבאקן פון וואס?!?!

לאמיר אביסל רעדן אין נאמבערס, כדי א טייגל זאל זיך געהעריג אפבאקן ברויך ער זיין אונטער 450 די גראד פערנהייט, נישקשה...

די מינימום מעגליכע היץ אפצובאגן א טייג, איז 200 די גראד פערנהייט, און אינטער 'אזא שוואכע היץ' וועט עס נעמען עטליכע שעה אפצובאקן א קליין שטיקל טייג, אמממ... נישט פונקט 18 מינוט...

לכאורה דארף מען מאכן א זכר צום נס אז מען האט איבערגעלעבט אזעלעכע שוידערליכע היצן וואס האט נישט עקזעסטירט פון אנפאנג פון די עוועלוציע ביז צו די אונטערגאנג פון גלאובעל ווארמינג, היבש א גרעסערע נס ווי א געבאקן טייגל...

אפשר עמיר דאס יאר פראווען די סדר מיט די סטיעם אנגעצינדן 🤔
(וועגן די קליידונג וואס אונז גייען טראגן ביים סדר אדער אפשר אלע זיבן טעג פסח - געוואנדן אין די פסק פון חז"ל דדורינו, אלץ א זכר צו די לכה"פ 450 די גראד וועעטער, וועל איך נישט ארויסשרייבן דא צוליב א חשש 🔞)

איין מינוט, דער גרענד עסקעיפ, דאס איז נישט געווען געפלאנט פון פאראויס? דאכצעך אז יענער נאכט איז יעדער געווען אויף און געפארטיט און געווען פולקאפ גרייט מיט די קראקס און הייקיגן סטיקס, וויפיל מער ווי 18 מינוט דארט צו באקן 18 מינוט'יגע מצות? נישט א בלויזע נישטיגע 18 מינוט? סאו וואס האקסטו א טשייניק אז ס'נישט געווען קיין צייט?

אמממ... אמממ... אבער פארוואס עניוועי זיבען טעג מצה, דער זון געבעקאנע טייג איז נאר געווען אן דעי וואן, ניין? 🤭

אבער העי! יענער פסוק מיט די מעשה אז מ'עסט מצה וועגן די האולי ראש ביי די גרענד עסקעיפ 🚀🚀 שטייט און פסוק ל"ט, דארט ווי משה זאגט עס איבער פאר די אידן, אבער פארדעם אין פסוק ט"ו זאגט גאט צו משה א גאנצע טאג פריער, נאך בעפאר עס איז בכלל געווען די ברעיקאוט איבער די אנטלויף אקציע, אז מ'דארף עסן מצה, "שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ" סאו וואט דע העק איז גאונג אן?

וואטעווער...

לכאורה איז די געבראטענע שטיקל פלייש וואס מ'עסט פסח אויף דער נאכט, א זכר צו די אווערדאן בריסקעט פון די אלע וואס האבן געמיטלעך שפאצירט אונטער די 450 די גראד ברענעדיגע זון 🔥☀️🌡

טאטע! 😂🤣😂🤣
 
אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט אלע יארן באלד ביים אנהייבן לערנען די סטארי פון די מכות, ביי מכות דם, אז נישט בלויז זענען די מכות געווען לעיזער טארגעטעט דירעקט אויף די מצריים אן קיין שום קאלעדעראל דעמעדזש (איזראעלי מיליטערי סטייל) און קיין איין איד איז נישט דעשעדיגט געווארן דערפון, נאר אדרבא -די מכות זענען גאר געווען די גרעסטע ישועה פאר די אידן!

נעם למשל מכת דם, פון די מכה זעלבסט זענען די אידן, געווארן אילאן מאסקס, דזשעף בעזאס'ער, סטיוו דזשאבס'ער און בילל געיטס'ער. ניין, נישט עטליכע נאר יעדער איינציגסטע איד איז געווארן א ביליאנער! די מצריים האבן גארנישט געהאט צו טרינקן, אלעס איז געווען בלוט, אבער ביי די אידן איז אלעס יא געבליבן ריינע, קלארע, געשמאקע 'נועם' וואסער! די איינציגסטע וועג א מצרי האט געקענט האבן אפילו א טראפעלע וואסער פאר מים אחרונים, אפגעזעהן אויב ער האט שוין געדארפט אביסל מער אזוי ווי פאר נעגל וואסער, שלינגן א פיל, אדער א גאנצע גלאז וואסער, וואשן לאונדרי, זיך באדן, קאכן א זיפ, האט ער געדארפט צאלן גראב געלד טבין ותקילין פאר יעדער שמאו גאו איד'ל, און אויב נישט 'גאו טשאוק יאורסעלפ אן עאור בלאד יו בלאדי עדזשיפשן'.

גראדע א שיינע געשיכטעלע וואס איז נישט אוועקצומאכן, די פראבלעם אבער איז, אז אריין קוקנדיג אין די אידישע מקורות פון אלע פשטנים זעהט אויס אז די איינציגסטע אידישע שמאו גאוס וואס האבן פארדינט שיין געלט פון מכת דם זענען אלע קאמקס שרייבער, מעלער, מעשה דערציילער און הגדה מאכער, גראפיק דעזיינער, מוזיק סטודיאוס אא"וו, אויסער דעם... נעה..

צום אלעם ערשט, די אבי אבות הפשטנים ר'בן ש'ל י'שראל רש"י הקדוש דערמאנט נישט דעם פעירי טעיל קיין איין מאהל, נישט אין זיין פירוש על התורה און נישט אין זיין פירוש אויף'ן תלמוד, אבער שוין ער זאגט טאקע נישט אז אוזינס האט פאסירט, אבער ער זאגט נישט פארקערט אויך... נו נו, לאמיר עפענען א פשוטע אלד פעשונט מקראות גדולות און כאפן א בליק וואס עס שטייט דארט.

די הייליגע אבן עזרא אויף די ווערטער וַיַּחְפְּרוּ כׇל־מִצְרַיִם סְבִיבֹת הַיְאֹר מַיִם לִשְׁתּוֹת כִּי לֹא יָכְלוּ לִשְׁתֹּת מִמֵּימֵי הַיְאֹר אין פרשת וארא קאפיטעל ז' פסוק כ"ד שרייבט ווי פאלגענד:
רבים אומרים כי המים היו ביד המצרי אדומים כדם, ונתלבנו ביד הישראלי, א"כ למה לא נכתב אות זה בתורה, ולפי דעתי כי מכת הדם והצפרדעים והכנים היתה כוללת המצרים והעברים כי אחר הכתוב נרדוף, וכאשר חפרו המצרים כי חפרו העברים.

עס זענען דא פיל וואס זאגן אז די וואסער ווען עס איז געווען אין די האנט פון א מצרי איז עס געווען אזוי רויט ווי בלוט, און עס איז ווייס געווארן אין די הענט פון די אידן, אויב איז דאס ריכטיג, פארוואס ווערט עס בכלל נישט דערמאנט אין די תורה? לויט מיין מיינונג איז מכת דם, צפרדע און כנים [שפעטער שרייבט די אבן עזרא אז אזוי אויך מכת שחין און ארבה] געקומען איינוג אויף די אידן און די מצריים צוגלייך, און פונקט ווי די מצריים האבן געגראבן פאר וואסער, אזוי האבן די אידן אויך געזוכט נאך וואסער.

שפעטער ביי מכת צפרדע (פסוק כ"ט) ווארפט אונז דער אבן עזרא נאך א באמב-שעלל: אמר יפת בעבור שהכתוב אמר ובכה ובעמך רמז כי בו ובעמו יעלו בלבד, ולא בעם ישראל ואין זו ראיה כי הזכיר שיעלו עליו ועל כל עמו, ואין צורך להזכיר ישראל.

יפת האט געזאגט אז וויבאלד עס שטייט אין פסוק אז 'די פרעש וועלן קומען צו דיר און צו דיין פאלק' איז א קלארע ראיה אז צו די אידן זענען זיי נישט געקומען, שלאגט די אבן עזרא דאס אפ, אז עט די ענד אוו די דעי זענען די דעמאקרעטס אויך אמעריקאנער אפילו טראמפ איז פרעזידענט, און די אידן האבן געוואוינט אין מצרים, ממילא ווען עס שטייט אז די פרעש ווען קומען 'אויף דיין פאלק' מיינט עס זיכער אויך די אידן.

וואס איז די באמב-שעלל דא פרעגסטו? דער יפת וואס טעהנ'ט אז די מכת זענען געקומען נאר אויף די מצרים איז קיין אנדערע ווי אבו עלי חסן בן עלי אלבצר אדער מיט זיין אידישע נאמען יפת בן עלי הלוי, ער איז זאגאר געווען די גרעסטע און חשוב'סטע פרשן פון די קראים, נישט מער און נישט ווייניגער, דער מהלך פון אפלערמען די פסוק איז ריין און גלאט צדוקי'ש און אפיקורס'ש.

נעקסט.

די חזקוני אויף פסוק כ' שרייבט (די זעלבע שטייט אין בכור שור און אין פענח רזא די אלע זענען פון איינע פון די בעלי התוס' און פון די גרעסטע מפרשי התורה עפ"י פשט):
לא נעשה היאור דם כי אם לפי שעה ומיד מתה הדגה מחמת הדם ואח״‎כ חזר היאור לקדמותו, ומה שכתוב ולא יכלו מצרים לשתות ממימי היאור לא מפני שהיה דם שלא מצינו שבקשו להסיר המכה, אלא משום והדגה אשר ביאור מתה ויבאש היאור. וראיה לדבר ויעשו כן החרטומים, ואם לא חזר היאור לקדמותו היאך יכולים לעשות כן. וי״‎מ המכה שמשה רביע חדש במים הנראים לבריות והחרטומים עסקו באותם שתחת הקרקע. וראיה לדבר ויחפרו כל מצרים סביבות היאור כי אותן מים לא נהפכו לדם רק מימי היאור.

די וואסער איז בכלל נאר געווארן בלוט פאר עטליכע מינוט, און זהו, דערנאך איז עס צוריק געווארן וואסער. די מצריים האבן קיינמאהל געבעטן מען זאל אוועק נעמען די בלוט ווייל עס איז נישט געווען קיין בלוט, זיי האבן אליינס געמאכט בלוט פון וואסער ווייל עס איז געווען וואסער בשפע, זיי האבן געגראבן פאר וואסער ווייל עס איז געעוען וואסער, בסך הכל האט די נילוס געשמעקט וויל די פיש האבן געשטארבן אין יענע פאר מינוט וואס ס'איז געווארן בלוט.

די הייליגע רשב"ם שרייבט ביי מכת ערוב אז נאר ביי ערוב און דבר זענען די אידן געווארן אפגעשוינט פון די מכה (מער און שפעטערדיגע שמועס – אבער די רשב"ם זאגט אז ערוב איז נאר געווען וועלף און די גאנצע בראנק זו)

די תולדות יצחק, א ראשון וואס איז געווען א פעטער פון די מחבר בעל שו"ע, נאך איינע פון די גדולי מפרשי התורה עפ"י פשט שרייבט אז נאר די אויפגעדעקטע וואסער איז געווארן בלוט, אבער אלעס וואס איז געווארן אויפגעגראבן איז געווען פרישע וואסער.

די נצי"ב און העמק דבר שרייבט אויך קלאר אז בלויז ביי ערוב איז געווען א צווישנשייד צווישן די אידן און די מצריים, ווי עס שטייט דארט אין פסוק וְשַׂמְתִּי פְדֻת בֵּין עַמִּי וּבֵין עַמֶּךָ -עפעס וואס שטייט נישט ביי די אנדערע מכות.

צום שלוס, קוים וואס די וואסער איז געווארן בלוט פאר די מצריים, און דאס וואס יא, איז געווען ביי די אידן אויך, אבער קינליין, אידיש שפיל, לייביש ליש, אהרן אריה אייזענבערגער, זושא שמעלצער, פסח מיט די אונטערן חבריא, איך ביך בין דארט געווען, חיים ביים סדר, פסח מיט די מצוה קינדער און פיל נאך האבן זיכער געלייזט אפאר דאללער פון דער מכה.

האמיר דא געברענגט אויפ'ן שפיץ גאפל אז די מכות איז נישט געווען אזא געלונגענע אקציע אן קיין קאלעדערעל דעמעדזש...

אדער איז עס געווען עפעס אן עכטע סלאפי נס וואס האט אטאקירט אפילו די אידן, אדער...

איך האף מיט'ן אויבערשטער'ס הילף צו קענען מאכן צייט, אהער צו ברענגן די דעת תורה פון די הייליגע אחרונים אז די גאנצע מעשה איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער נאר א פלעינע נעטשרול דיזעסטאר.
 
אין פסוק שטייט נישט אז די מצות איז געווארן אפגעבאקן פון די זוהן, עס שטייט בלויז אין תרגום יונתן וואס איז זייער א שפעטע מקור
 
@Thanks דיין צווייטע פאוסט איז יא אייגענס? איטס סקערי סטאף... איך מאך נישט ווייטער פסח'דיג ביז איינער קלארט אויס דא די מצב.

איך האף אז רוב ראשונים קריגן זיך מיטן אבן עזרא.
 
זייער קינדעריש געשריבן. סארי
(די צווייטע פאוסט האט אבער אינטערעסאנטע ידיעות)
איך וואלט איינגערינגעלט דיין ערשטע ליין אנטשטאט די צווייטע, כזה:

"(זייער קינדעריש געשריבן. סארי)
די צווייטע פאוסט האט אבער אינטערעסאנטע ידיעות"
 
זייער קינדעריש געשריבן. סארי
(די צווייטע פאוסט האט אבער אינטערעסאנטע ידיעות)
@Thanks דיין צווייטע פאוסט איז יא אייגענס?

דאקומענטרי הייפאטעסיס אלערט.

די ערשטע איז געשריבן שורות שורות, פול מיט עמאדזשיס, און א ביליגע שפראך (אממממ, וואטעווער, געפלויייייייייייגען, וכדו'). די צווייטע איז אסאך מער בארזעצן און קאהעראנט.
 
די גאנצע מעשה איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער נאר א פלעינע נעטשרול דיזעסטאר
איטס סקערי סטאף... איך מאך נישט ווייטער פסח'דיג ביז איינער קלארט אויס דא די מצב.

עי' בעש''ט על התורה פרשת בשלח - קריעת ים סוף, מ'פילוסוף אחד'.
 
Back
Top