קשיא

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
126
רעאקציע ראטע
476
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים. יעצט, אויב דער געזעץ איז נישט חל, איז ער דאך נישט אומלעגאל. ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.
 
לעצט רעדאגירט:
אומלעגאל אימיגראנט, על שם וואס ער האט אימיגרירט קיין אמעריקא אומלעגאלערהייט, דהיינו ער האט זיך אריינגעשמוגעלט, אלע דינים וואס זענען חל אויף די אמעריקאנער בירגער זענען אויכט חל אויף איהם.
 
ער איז דאך נישט קיין אמעריקאנע בירגער נא אויב אזוי זענען די אמעריקאנע דינים אויך נישט חל אויף אים
 
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים. יעצט, אויב דער געזעץ איז נישט חל, איז ער דאך נישט אומלעגאל. ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.
היתר כרוך בצד האיסור
 
זיי עס מדמה צו סתם א פרעמדער וואס טוט סיי וועלכע עבירה
 
ער איז דאך נישט קיין אמעריקאנע בירגער נא אויב אזוי זענען די אמעריקאנע דינים אויך נישט חל אויף אים
ס'איז געווען אמאל איינער וואס האט געטענה'ט אין געריכט צום ריכטער, פארוואס שפארסטו מיר איין אין תפיסה? איך האב דען געהרגעט? מיין הענט האט געהרגעט, איך בין גארנישט שולדיג!

די ריכטער האט געפאסקנט אז יענער איז גערעכט ער איז אומשולדיג, ער קען גיין פריי, אבער זיין הענט איז יא שולדיג סאו זיין הענט דארף יא גיין אין תפיסה...

לענינו יענער קען שרייען חי וקים אז די געזעץ איז נישט חל אויף אים ווייל ער האט נישט קיין דין בירגער, און ס'איז טאקע נישט חל, מ'קען אים נאר כאפן און ארויפזעצן אויף א פליגער און אפשיקן אויף ווענעזועלע אדער קאלאמביע און שוין, אן קיין שום חלות...
 
ער איז דאך נישט קיין אמעריקאנע בירגער נא אויב אזוי זענען די אמעריקאנע דינים אויך נישט חל אויף אים
געזעצליך גערעדט איז נישטא אזא זאך חלות, אויב טוסטו עפעס אומלעגאל גייסטו (נישט) זיצען דערפאר, פינטעל.

אויב ווילסטו גיין הלכה׳דיג מיט חלות, כאטש וואס אין איסור חל על איסור קען עס צוגיין אלץ תקנות בני העיר כמבואר בבא בתרא.
 
און ס'איז טאקע נישט חל, מ'קען אים נאר כאפן און ארויפזעצן אויף א פליגער און אפשיקן אויף ווענעזועלע אדער קאלאמביע און שוין, אן קיין שום חלות...
דאס איז לאו דוקא אמת בפרט אויב ס'איז א הוציא ונכנס וואס מען קען זיכער איינשטיין אין חד גדיא אדער קנס'נען
 
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים. יעצט, אויב דער געזעץ איז נישט חל, איז ער דאך נישט אומלעגאל. ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.

די תירוץ איז פשוט.

טאקע ווייל די געזעץ איז נישט חל אויף אים איז גארנישט וואס ער טוט 'לעגאל', קומט אויס עס איז די שלילי פון דעם - וואס איז 'אומלעגאל'.

דו שטעלסט אוועק די הנחה אז 'אומלעגאל' איז אזא אקטיווע פענאמענאן פון 'נישט טון ווי דאס געזעץ' וואס דאס לכאו' קומט נישט אריין ביי איינעם וועמען די געזעץ איז נישט מחייב, אין פאקט אבער איז עס פשוט א שלילי פון די אקטיווע לעגאליטי, וממילא קען מען אזוי אנרופן יעדע מענטש אין יעדע פעולה אויף וואס די געזעץ איז נישט חל..
it's a matter of language..
 
טאקע ווייל די געזעץ איז נישט חל אויף אים איז גארנישט וואס ער טוט 'לעגאל', קומט אויס עס איז די שלילי פון דעם - וואס איז '
לפי זה, ווען דו עסט, וואס לעגאל איז נישט דא קיין היתר אדער איסור, הייסט עס אומלעגאל?
 
לפי זה, ווען דו עסט, וואס לעגאל איז נישט דא קיין היתר אדער איסור, הייסט עס אומלעגאל?

עס איז יא לעגאל!
יעדע רעכט (פון אמעריקענער בירגער) וואס שטייט נישט ארויסגעשריבן אז נישט - בלייבט אטאמאטיש 'לעגאל'...

עס איז נישט די תורה... :cool:
 
לכאורה איז פשט ווען ע"ס איז דא צוויי אופנים איין ע"פ חוק און איין נישט, דעמאלטס איז שייך שם אומלעגאל.
עס איז נישט די תורה... :cool:
ע"פ תורה וואס איז נישט אסור איז מותר מצד הדין
 
די תירוץ איז פשוט.

טאקע ווייל די געזעץ איז נישט חל אויף אים איז גארנישט וואס ער טוט 'לעגאל', קומט אויס עס איז די שלילי פון דעם - וואס איז 'אומלעגאל'.

דו שטעלסט אוועק די הנחה אז 'אומלעגאל' איז אזא אקטיווע פענאמענאן פון 'נישט טון ווי דאס געזעץ' וואס דאס לכאו' קומט נישט אריין ביי איינעם וועמען די געזעץ איז נישט מחייב, אין פאקט אבער איז עס פשוט א שלילי פון די אקטיווע לעגאליטי, וממילא קען מען אזוי אנרופן יעדע מענטש אין יעדע פעולה אויף וואס די געזעץ איז נישט חל..
it's a matter of language..
מ׳קען זען ביסט א למדן 🤙
 
איך מיין אז די ווארט איז אז אפילו אין זיין לאנד פון ווי ער קומט איז דאך אויך אומלעגאל אריינצוגיין אין איינעמס פראפערטי אן רשות.
 
איך מיין אז די ווארט איז אז אפילו אין זיין לאנד פון ווי ער קומט איז דאך אויך אומלעגאל אריינצוגיין אין איינעמס פראפערטי אן רשות.
שאריע פאר מוסלעמענער פון אפגאניסטאן טוט מען נישט אינפארסירן
 
שאריע פאר מוסלעמענער פון אפגאניסטאן טוט מען נישט אינפארסירן
ס'דאך אבער דא די עגרימענט פון עקסטראדישן, צו איבערגעבן קרימינאלן פון איין לאנד צום צווייטן, דערפאר דארף מען זיי צוריקשיקן צום שורש.
 
יעדער האט דא געשריבן זייער שיינע סברות און פשעטלעך. אבער פשוט פשט האט קיינער געשריבן.

די קשיא קומט פון די יסודות'דיגע הנחות וואס זענען פאלש.
וויאזוי קען זיין א מציאות פון א אומלעגאלע אימיגראנט. אויב איז ער נישט קיין לעגאלע בירגער, מיינט עס אז דער אמעריקאנער געזעץ איז נישט חל אויף אים.
נישט אמת.
ווידער, אויב איז דער אמעריקאנער געזעץ יא חל אויף אים, און דערפאר איז ער א אומלעגאלע אימיגראנט, איז ער דאך א לעגאלע בירגער און א לעגאלע אימיגראנט.
ווייטער נישט אמת.
די אמעריקאנער געזעץ איז חל אויף יעדן אין אירע גרעניצן אפגעזען דיין שטאנד.
 
ווער זאגט אז אומלעגאל מיינט אז זיי האבן עובר געווען אויף א געזעץ? אומלעגאל מיינט אז זיי האבן נישט א לעגאלע זכות צו וואוינען דא און מ'קען אים דעפארטירן מיט כח די זעלבע וועג וואס מ'קען פייטן א שונא וואס אינוואדירט.
 
יעדער האט דא געשריבן זייער שיינע סברות און פשעטלעך. אבער פשוט פשט האט קיינער געשריבן.

די קשיא קומט פון די יסודות'דיגע הנחות וואס זענען פאלש.

נישט אמת.

ווייטער נישט אמת.
די אמעריקאנער געזעץ איז חל אויף יעדן אין אירע גרעניצן אפגעזען דיין שטאנד.
דאס, טאקע, פרעגט ער. ווער האט מחליט געווען אז אמעריקאנער געזעץ איז חל אויף יעדעם אפגעזעהן זיין אפשטאם? אמעריקע אליינס!

דהיינו, אויך די דאזיגע געזעץ זאל אויך נישט אינפארסירט ווערן ביי אן אימיגראנט.

אבער די ענטפער, אוואדע, איז אז אמעריקע ברויך נישט זיך רעכענען מיט מענטשן אין זייער אייגענע טעריטאריע וואס פאלגן נישט זייערע געזעצן אפילו אויב דער יעניגער האלט אז ער ברויך נישט.

יענער מעג האבן רעכט צו האלטן וואס ער וויל, אבער וויבאלד אמעריקע האלט אז ער מוז פאלגןדאס אמעריקאנע געזעץ, און אמעריקע האט בעלות אויף אמעריקע, דערפאר מעגן זיי אינפארסירן וואס זיי האלטן איז גערעכט.
 
Back
Top