קורצע פאעמעס - מר זוטרא

מר זוטרא

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 30, 2024
מעסעדזשעס
8
רעאקציע ראטע
42
צושאקלט אין קייטן

וואס וויל ער
דער דולער אינגערמאן
א בוים שאקלט זיך ביי די ווינט
דו ווינט א פלאטערעלס אפפלי
צושאקלט איז ער
און נישט דארוך עפעס פליעדיג
עס בינדט אים אין קייטן
ער איז צושאקלט אין קייטן
 
לעצט רעדאגירט:
גערופען מיין נאמען

נישט נאכן נישטערן
רופען דיר ביים נאמען
האסטו זיך אנטפלעקט
איך האב גערופען מיין נאמען
א מענטש אין זוך פאר מיינונג
גאט לעכצעט פארן מענטש
איי
בונדט א פריינדשאפט-
בונד
ביים בארג שפיץ
נעה
נאר אין די אפגרינטען
פון אינזער עקזיסטענץ

 
שלום עליכם @מר זוטרא שכח פארן באשיינן דעם פלאץ מיט תוכן!
די פאעזיעס זענען טיעף, אויב דו האסט נערווען צו געבן א קליינע בעקראונד אויף וואס זיי באציהן זיך, וועלעך מער קאננעקטן מיט זיי. שכח!
 
נישט מאמי נאר רחמנות

איך בין שוין מיד
מיד ווי א קינד ואס קראלט צו
זיין וויגעלע
איך וויין שוין נישט
איך עפן מער
נישט מיין מויל אין געשריי
איך געניץ
מיינע אויגן מיט האניג פארקלעבט
נישט מאמי נאר רחמנות
איך טרוים נישט קיין עתיד
ווייטער בויען א פארגאנגענהייט
איך חלום מיין עתיד אין פארגאנגענהייט
 
תהיות ווילן נישט קיין ענטפער

עס איז אמאל געווען א מעשה
פריינט הערט זיך צו
איך דארף נישט דיין אויער
נאר דיין פאמפעדיג הארץ

זיך געראנגעלט אין א נעפל
נאכן עסן דו עץ הדעת זיין גורל
א דראמא זיין האנט וועט תמיד שרייבן
איר פארזעצונג ענדיגט זיך
די תהיות ווילן נישט קיין ענטפער
איז עס א פראגע אדער דער מענטש אליין
עס איז נישט א באבע מייסע
עס איז אמאל און וועט אייביג זיין
די געשיכטע פון די


מענטש

 
איך פארשטיי נישט די פארבינדונג אבער די שורות רעדן צו מיר… מען דארף דאס איבערליינען עטליכע מאל.

אינטערעסאנט איז אז איך מיין אז מען קען ליינען די פאעמעס אהין און צוריק און זיי באקומען אן אנדערע באדייט.
 
Back
Top