קוגל - פּריקוועל פון שטיסל

קץ דוחק

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
44
רעאקציע ראטע
87
אינטרעסאנט, איך זעה נישט אז עמיצער זאל רעדן פון די נייע עונה 'קוגל' וועלכע איז שוין ארויסגעקומען מיט צוויי עפיזאדן?
 
וויאזוי קען מען עס וואטשען אין אמעריקע? איך בין שוין אפילו גרייט צו צאלן אבער די איזראעלי שאוס זענען זייער לימיטעד דא אין גלות.

איך הייב אן צו קלערן ערענסט וועגן עלייה…
 
ס'וועט זיין אויב אזוי אן עלייה לצורך יריד"ה..

להעניין, ס'קוקט אויס אז ס'געפונט זיך אויף טעלעגראם ערגעצוואו. מיך האט מען עס געשיקט אויף וואטסעפפ - די עקשועל פיילס.
 
וויאזוי קען מען עס וואטשען אין אמעריקע? איך בין שוין אפילו גרייט צו צאלן אבער די איזראעלי שאוס זענען זייער לימיטעד דא אין גלות.

איך הייב אן צו קלערן ערענסט וועגן עלייה…
איזרעלי שאוס קען מען נאר גנב׳נן דורך טעלעגראם, דעי פערדן געבן נישט די אפשען פון עס קויפען ווי נערמאלע מענטשן. בקיצור שוין ווייטער האבען אונז צרות פון די ציונים😂
 
איך האב געזעהן די ערשטע פרק

ס'איז מוראדיג, אריינגעלייגט קאפ און מוח אז ס'זאל אויסקוקן אריגינעל, נחום'ס בארד איז א טראפ קערצער ווי אויף שטיסל

ס'איז זייער זייער היימיש, אפשר אפילו צו היימיש וואלט איך געזאגט, זיי רעדן דארט שוין באלד מער אידיש ווי עברית, און די רבי וואס איז געקומען צו די ניחום אבלים זאגט נאך פון רימונוב רופשיץ און פון די חוזה, ממש פון אונזער חדר...

ס'איז דא גוטע ליינס דארט, די וועלט איז צוטיילט צווישן די עיקר און די טפל, דו זאלסט אלס זעהן צו פאקוסן אויפן טפל...

וואס? דו גייסט אין טוש יעדע נאכט? נאך מיט זייף אויך...

די מאמרים פון צדיקים איבער די גרויסקייט פון קוגל, ס'איז מידת היסוד...

ווען דער פון די קוגל איז געשטארבן, זאגט ר' נחום הפסיק לעשן... הפסיק לעשן לגמרי... החזיר את הקפוטה...

בקיצור, ס'איז געהעריג שטיסל, נאר נאך מער היימיש, אבער שולם און קיבע פעלן
 
יעפ, ס'איז שרעקליך היימיש... קוגל, שוויץ, ר' שייעלע, סאטמערע מקוה, פשעווארסקער אורחי פורחי. מעשיות פון די גרויסקייט פון קוגל....

ליבי זעהט עפעס אויס עלטער ווי זי דארף צו אויסזעהן.

לאמיר האפן שלום ווערט אינטרעדוסט ערגעץ וואו.
 
זוכנדיג אנליין איבער די נייע סדרה איז מיר געווען א חידוש אז יהונתן אינדורסקי דער יוצר פון שטיסל איז געווארן צוריק פרום און האט אנגעהויבן צוריק צו גיין מיט פאות און הוט און רעקל
https://www.makorrishon.co.il/news/801784/
2J1A8436-copy.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב געזעהן די ערשטע פרק

ס'איז מוראדיג, אריינגעלייגט קאפ און מוח אז ס'זאל אויסקוקן אריגינעל, נחום'ס בארד איז א טראפ קערצער ווי אויף שטיסל

ס'איז זייער זייער היימיש, אפשר אפילו צו היימיש וואלט איך געזאגט, זיי רעדן דארט שוין באלד מער אידיש ווי עברית, און די רבי וואס איז געקומען צו די ניחום אבלים זאגט נאך פון רימונוב רופשיץ און פון די חוזה, ממש פון אונזער חדר...

ס'איז דא גוטע ליינס דארט, די וועלט איז צוטיילט צווישן די עיקר און די טפל, דו זאלסט אלס זעהן צו פאקוסן אויפן טפל...

וואס? דו גייסט אין טוש יעדע נאכט? נאך מיט זייף אויך...

די מאמרים פון צדיקים איבער די גרויסקייט פון קוגל, ס'איז מידת היסוד...

ווען דער פון די קוגל איז געשטארבן, זאגט ר' נחום הפסיק לעשן... הפסיק לעשן לגמרי... החזיר את הקפוטה...

בקיצור, ס'איז געהעריג שטיסל, נאר נאך מער היימיש, אבער שולם און קיבע פעלן
האב איך געזוכט צי עס איז טאקע דא אזא מימרא אז קוגל איז נגד יסוד זעה איך דא אויף בלאט 4 א שיעור פון ר שמעון שפיצער וואו ער ברענגט פונעם רוזינער אז קוגל איז נגד מידת יסוד
דאס איז זיכער אז מען מאכט א סדרה אין אנטווערפן וואו פשעווארסק איז קוואטירט דארף מען זיכער מאכן א גרויסן עסק פון קוגל וואס דארט אין פשעווארסק איז עס א גרויסן עסק כידוע יעדן שבת נאכן דאווענען וואו אלע פשעווארסקע רביים האבן מקפיד געווען צו טיילן פשעווארסקע קוגל
 
איינער מיט א לינק, פאר א גוט געבענשט יאר?
 
קודם כל שכוח, אויסגעקוקט ביזן סוף. כה לחי.

בקשה אויף די אנדערע קאפיטלען, וואו איז עס? - וואלט איר געקענט אהערשטעלן א לינק?
 
"קודם זאל איך האבן א בית ראשון, נאכדעם וועט מען שוין זען וועגן א בית שני"...
 
"אזעלכע קוגל... פארברענט פונדרויסן און ווייעך פון אינדערווייניג, זיס ווי די מאמע רחל און שארף ווי די מאמע לאה'ס טרערן..."
 
בס"ד

יעצט גענדיגט קוקן די ערשטע פרק פון קוגל (א גרויסן ייש"כ @תרמב פארן צושטעלן די לינק). אפאר הערות.

קודם בין איך געווען זייער דיסעפוינטעד אז שלום און עקיבא זענען נישט אין די שאו, זיי זענען געווען די עיקר פערזאנען און קאראקטערס אין שטיסל. כ'בין נאך אלס דיסעפוינטעד, אבער די נקודה איז פשוט אז ס'אין א ספין אוף פון שטיסל, ס'קען נישט זיין די זעלבע עקטערס, די זעלבע מעין עקטערס.

ליבי וואס כ'בין שוין געפאלן אין ליבע אין שטיסל (עטס האטס אויך באמערקט אז זי זעט אויס אסאך שענער און עטרעקטיוו ווען זי גייט אנגעטון פרום, ווי ווען זי איז אנגעטון אין איר נארמאלע קליידונג?), האט זיך אביסל פארעלטערט, אבער זי געבט א שטארקע צורה פון ערנסקייט צו דעם עפיזאד.

נוחעם, וואס כ'האב נישט געקענט פארליידן אין שטיסל, ווערט אביסל מער צום הארצן. זיינע שטעכיגע ווערטער הייבט אן צו באקומען אביסל א היימישע צורה. און בכלל זיין אופירונג איז א טיפישע אייראפעישע אויפירונג.

די קלארקייט אין אידיש-קייט, איז אנבעליוועבל, כאטשיג פון מאל צו מאל קען מען נאך אביסל הערן אז אידיש איז נישט זייער שפראך, אבער א גרויס חלק צייט איז די אידיש ממש פליסיג, מ'קען מיינען (און אפשר איז עס טאקע אזוי) אז עקס-אידיש-רעדנדע שפילן דארט.

ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו די קלארקייט פון קוגל, דער רבי זאגט דארט נאך א ווארט אז דער ר"ר מענדעלע פון רימנוב און דער ראפשיצער רב האבן אמאל שפאצירט דריי שעה און גערעדט איבער די גרויסקייט פון קוגל. די ווארט ממש מיט דעם לשון פארציילט מען אין סטיטשין, איך האב עס נאכנישט געהערט ערגעץ אנדערש. אז זיי זאלן דאס איבערזאגן - דאס איז עפעס אנבעליוועבל.

און די פשעווארסקער אמונה אז קוגל לייגט מען ארויף אויפן וואגשאל. בקיצור ס'איז קלאר גאר א שטארקע ארבעט אריין אינדעם. אויך דאס וואס איינער ברענגט שוין נאך וועגן רחל און לאה, דאס איז שוין יא אביסל פארדרייט, כאטשיג עס בכלל צו וויסן, איז קלאר אז עקסעס האבן געארבעט אויף דעם (אפשר גאר שלום לייזער...), אין פשעווארסק פלעגט מען זאגן, אז די קוגל דארף זיין שיין ווי רחל (ד"ה א פעסטע שיינע געבוי), און וויינען ווי לאה (ד"ה ס'דארף זיך גיסן אויל, כידוע ליודעים), דאס איז שוין יא אביסל פארדרייט.

אבער אלעס קלאפט מורא'דיג אידיש, אפילו די הענט שאקלען זיי ווען זיי רעדן ווי חסידי'שע אידן.

די מעשה אליין איז אויך זייער א טיפישע מעשה, א (פרום) מיידל פארליבט זיך אין א בחור וואס זי טרעפט אן אויפן טראם, (וואס יענער וויל בזיונות – די חלק האט שוין שטיסל געהאט, אין איינע פון זייערע עפיזאדן), און למעשה טראגט מען עס איר אן. די חלק פון נוחעם מחזר זיין אחרי גב' באמבאך, איז שוין אויך טיפיקל שטיסל, שלום האט דאס געטון כסדר.

יעצט לאמיר זעהן וויאזוי די מעשה וועט זיך אפקאכן.
 
ווי וואלט נחום שטיסל געזאגט "רעשאים ארורים!"


געטראפן אויף די טעלעגראם טשענעל: דרימארס עונה 2 פרק 15 14 13 12 11 10 9 8 7 6 5 4 3 2 1 || ילד רע עונה 1 פרק 5 4 3 2 1 קוגל עונה 1 פרק 3 2 1 מאת: ~𝐁𝐎𝐒𝐒~
ער זאגט נישט מער. ס'איז אינטרעסאנט ווי די חברה האבן אצינד אריינגעלייגט אנטווערפענע אויסדרוקן. ווי "יא יא!" און נאך. עם כל זה איז עס לדעתי נישט אויף די זעלבע מדריגה ווי שטיסל אין קוואליטי. ס'איז עפעס נישט.
 
Back
Top