אין אונזער קאנטרי איז געווען צוויי ברודערס וואס האבן נישט אויפגעהערט צו רודפ׳ן מיינע קינדער און נאך אפאר קינדער פון קאנטרי, איך פלעג בלייבן אויף שבת נאכמיטאג און זיצן אינדרויסן ווייל אויב נישט פלעגן מיינע קינדער כאפן פעטש פון זיי, איך האב עטלעכע מאל מיטגעהאלטן ווי מיין אינגעל שפילט מיט קינדער פון זיין עלטער אינדרויסן און איינער פון זיי גייט אדורך און לאזט אראפ א פראסק און וואקט ווייטער, סתם פארוואס נישט, אנפאנג בין איך געגאנגען צו זיין טאטע בעטן שיין אז ער זאל פליז קער נעמען פון זיינע קינדער אבער ער האט מיך געטרייט מסביר צו זיין אז ער האט שוין געטוהן אלעס וואס ער קען אבער גארנישט העלפט נישט, ער געט א לייג צו אז ער טוט יעצט ענערזשי מיט זיינע קינדער און ער האפט עס גייט העלפן אז זיינע קינדער זאלן סטאפן בוליען אנדערע קינדער,
גייט אדורך צוויי וואכן און זיי האבן שוין פארגעסן אז די דינע וואנט אין טוילעט איז נאר געמאכט אז מ׳זאל נישט קענען אריינקוקן אבער מ׳קען אלעס אדורך הערן און מיין האר פון קאפ פלעג זיך אויפשטעלן, יעדע צווייטע טאג פלעג איך הער ווי זי שרייט אויף אירע קינדער די ביסט א פערד, אקס, קוה, גייסט גיין אין גיהנום און יעדע משוגענע אויסדרוק וואס א מענטש קען נאר זאגן, איך האב אזוי רחמנות געהאט אויף איר׳ע קינדער, נישט קיין וואונדער זיי רודפ׳ן אנדערע קינדער.
(איך האב רחמנות אויף זי ווייל זי האט מן הסתם נישט בא׳קומען א בעסערע חינוך, זי פלעגט נאר אזוי שרייען אויף זיי ווען זיי האבן איר נישט געפאלגט).
דאס יאר האב איך נישט געוואלט צוריק גיין אין קאנטרי וועגן זיי, אבער ב״ה זיי זענען נישט צוריק געקומען האב איך געקענט גיין אין קאנטרי.