- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 540
- רעאקציע ראטע
- 3,872
דעם פרייטאג צו נאכט'ס פאר ברכו האט מיין רבי דערציילט א מעשה. כ'האף עטץ וועט'ס הנאה האבן דערפון.
קומט א דייטשע איד צו ר' שייעלע מיט גרויס ביטערניש.
רבי, כ'האב פארלוירן מיין פארמעגן, ס'נישט גוט, כ'האב חובות. כ'וויל זיך נעמען דאס לעבן.
ר' שייעלע הארכט אויס מיט גרויס ערנסטקייט, און פרעגט עם: ווי אזוי וועסטו עס טוהן?
טאנצן פון א דאך?
מאך זיכער ס'איז גענוג הויעך, דו ווילסט עס נישט איבערלעבן און בלייבן א קריפל חלילה (וואס קען ניטאמאל טאנצן נאכאמאל.)
אבער איין מינוט. נישט צו הויעך, ס'קען חלילה זיין א בזיון פארן גוף. גענוג אז דו שטארבסט נעבעך. דארפסט נישט קיין צעשמעטערטן גוף אויכעט.
סאו וועלכע געביידע איז גענוג הויעך אבער נישט צו הויעך?! מ'קען דאך נישט נעמען קיין שאנסן.
וואס איז מיט הענגען?
די שטריק דארף זיין גענוג שטארק. דער האלץ אויכעט.
אבער אוי וויי געוואלד, וואס פאר א בושה אז די משפחה טרעפט דיך הענגען?! זיי וועלן נאך אויס'חשבון'נען אז דו האסט עס געטוהן.
און אזוי ווייטער, מ'באטראכט יעדע'ס וועג, קיין שום אופן איז נישט קיין מהלך.
ביז ר' שייעלע רופט זיך אהן:
קיין שום וועג ארבעט נישט, כ'מיין ס'דא א בעסערע עצה.
דו זאלסט צוריק ווערן רייך, און האבן א חיים טובים!
(מיין רבי האט זיך דא אפגעשטעלט און געוואלט זאגן ברכו. מ'האט שוין די נקודה. ס'דא נאך אן עצה, גיימער זיין רייך. גיימער בוחר זיין בנסיון העושר. שפע קודש. גיימער זיין אין גאולה.
אבער נאך אסאך הפצרות פון די מתפללים, האט ער ממשיך געוועהן די מעשה.)
טייערע קרעמל'ער.
עטץ ווייסט אז ער איז צוריק רייך געווארן. נישט מיט פרעשור, נאכלויפן דעם דאלער, נאר בחסד וברחמים. מיט אמונה אין חסד השם.
דאס איז מיין טריפ דעי טעג
גאולה! בני מלכים! שירה חדשה שבחו גאולים!

לעצט רעדאגירט: