ר' ישעי'לע האט אן אנדער עצה (מעשה)

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
540
רעאקציע ראטע
3,868
דעם פרייטאג צו נאכט'ס פאר ברכו האט מיין רבי דערציילט א מעשה. כ'האף עטץ וועט'ס הנאה האבן דערפון.

קומט א דייטשע איד צו ר' שייעלע מיט גרויס ביטערניש.
רבי, כ'האב פארלוירן מיין פארמעגן, ס'נישט גוט, כ'האב חובות. כ'וויל זיך נעמען דאס לעבן.

ר' שייעלע הארכט אויס מיט גרויס ערנסטקייט, און פרעגט עם: ווי אזוי וועסטו עס טוהן?

טאנצן פון א דאך?
מאך זיכער ס'איז גענוג הויעך, דו ווילסט עס נישט איבערלעבן און בלייבן א קריפל חלילה (וואס קען ניטאמאל טאנצן נאכאמאל.)
אבער איין מינוט. נישט צו הויעך, ס'קען חלילה זיין א בזיון פארן גוף. גענוג אז דו שטארבסט נעבעך. דארפסט נישט קיין צעשמעטערטן גוף אויכעט.

סאו וועלכע געביידע איז גענוג הויעך אבער נישט צו הויעך?! מ'קען דאך נישט נעמען קיין שאנסן.

וואס איז מיט הענגען?
די שטריק דארף זיין גענוג שטארק. דער האלץ אויכעט.
אבער אוי וויי געוואלד, וואס פאר א בושה אז די משפחה טרעפט דיך הענגען?! זיי וועלן נאך אויס'חשבון'נען אז דו האסט עס געטוהן.

און אזוי ווייטער, מ'באטראכט יעדע'ס וועג, קיין שום אופן איז נישט קיין מהלך.

ביז ר' שייעלע רופט זיך אהן:
קיין שום וועג ארבעט נישט, כ'מיין ס'דא א בעסערע עצה.
דו זאלסט צוריק ווערן רייך, און האבן א חיים טובים!

(מיין רבי האט זיך דא אפגעשטעלט און געוואלט זאגן ברכו. מ'האט שוין די נקודה. ס'דא נאך אן עצה, גיימער זיין רייך. גיימער בוחר זיין בנסיון העושר. שפע קודש. גיימער זיין אין גאולה.

אבער נאך אסאך הפצרות פון די מתפללים, האט ער ממשיך געוועהן די מעשה.)

טייערע קרעמל'ער.
עטץ ווייסט אז ער איז צוריק רייך געווארן. נישט מיט פרעשור, נאכלויפן דעם דאלער, נאר בחסד וברחמים. מיט אמונה אין חסד השם.

דאס איז מיין טריפ דעי טעג
גאולה! בני מלכים! שירה חדשה שבחו גאולים!
 
לעצט רעדאגירט:
שיינע מעשה.

וואס וואלט דיין רבי געטון ווען א איד קומט צו אים אין אזא סיטואציע? אדער סיי וועלכע רבי, פאר דעט מעטער? איך קען אים נישט מאכן רייך; איך בין נישט קיין פועל ישועות און אויך נישט קיין עושר, ובכן, וואס זאל דער צעבראכענער יוד טון?

לכאורה לויט די מעשה איז נאך אין ר' ישעי'לעס צייטן נאך נישט געווען קיין בריק העכערן וואסער, לכה"פ נישט אין זיין געגענט. דאס איז לכאורה די בעסטע עצה. די אלע חששות פון איבערלעבן, קריפל, משפחה, וכדו' איז נישט שייך דערביי.

אלזא די אויסוואל איז קלאר: נעם דעם בריק!
 
די נקודה איז דעם מהלך המחשבה פון שפע, חירות!
מ'דארף טאקע זיין א בעל מופת עס אריין צו דרינגן אין א איד!
 
שיינע מעשה.

וואס וואלט דיין רבי געטון ווען א איד קומט צו אים אין אזא סיטואציע? אדער סיי וועלכע רבי, פאר דעט מעטער? איך קען אים נישט מאכן רייך; איך בין נישט קיין פועל ישועות און אויך נישט קיין עושר, ובכן, וואס זאל דער צעבראכענער יוד טון?

לכאורה לויט די מעשה איז נאך אין ר' ישעי'לעס צייטן נאך נישט געווען קיין בריק העכערן וואסער, לכה"פ נישט אין זיין געגענט. דאס איז לכאורה די בעסטע עצה. די אלע חששות פון איבערלעבן, קריפל, משפחה, וכדו' איז נישט שייך דערביי.

אלזא די אויסוואל איז קלאר: נעם דעם בריק!
ר׳ שייעלע האט נישט געוויסט פון קיין לולקע ציבעך צו זאגען?
 
להרחיב אינעם "אנדערע עצה". (כ'שרייב פאר זיך צו געדענקן, נישט אז כ'בין ביי דעם אלעמאל, ואולי בזכות הרבים נזכה לזה יותר ויותר)

הייב אהן זעהן און ארויס זאגן אפאר גוטע זאכן וואס דו האסט
הייב אהן זעהן א נקודה טובה אפי' אין די אומבאטעמטע זאכן אין דיין לעבן. (כ'פלאן בעז"ה צו לערנען דעם נקודה טובה תורה מיטן אשת חיל און טריפן דערויף פאר וואכן לאנג ועל כל מה דסלקא נאמר גם בזו יש נקודה טובה)

אפשר דורכן זען דעם שורש וואס איז דאך גוט, ד.מ. המתקת הדינים בשורשם, די דינים איז דאך אינעם מוח פונעם מענטש, דשאדשמענט. למשל ער דשאדשד זיך פארן נישט זיין א מיליאנער.
דעם שורש פונעם דשאדשמענט קומט פונעם רצון צו האבן א גוט לעבן מיטן הכרה אז ס'קומט זיך פאר א נשמה צו האבן א גוט לעבן.
דעם שורש פון נישט מאכן די געלט קומט אויך פון א גוטע מידה, (ביי יעדעם עפעס אנדערש).

-

דיין גאנצן לעבן איז אין דיין קאפ
דו ביסט מחליט וואס לעבן איז פאר דיר
דו ביסט מחליט וואס דו קענסט און וואס נישט

אנשטאט פון מיינן אז דו ווערסט געפירט דורכן לעבן,
נעם די לייצעס אינעם האנט, הייב אהן פירן דיין לעבן, טויש דיין אויסקוק אויף לעבן צום גוטנס.

מ'מוטשעט סייווי, אנשטאט פון מוטשענען אויף סורווייווען (אדער גאר פאר א פאסיגן בריק) קען מען ארבטן שווער אויפן אנדערע עצה!
 
כ׳אב געהערט די מעשה אביסל אנדערש מיט אן אנדערע מוסר השכל; ער האט אים געזאגט אז ער רבי ישעי׳לע דארף אפאר טאג איבערצוטראכטן פאר א גוטע עצה און מהלך אויסצופירן די סוסייד. למעשה האטסעך דער איד בארואיגט פשוט ווייל ער האט באקומען די מיטגעפיהל פונעם רבי׳ן. ווען דער רבי וואלט רעספאנדעד מיט אזא ח״ו! מ׳טאר נישט! טו עס נישט, ס׳לוינט נישט!! וואלט ער ארויס נאך מער מיזרעבעל אז קיינער פארשטייט אים נישט…
 
להרחיב אינעם "אנדערע עצה". (כ'שרייב פאר זיך צו געדענקן, נישט אז כ'בין ביי דעם אלעמאל, ואולי בזכות הרבים נזכה לזה יותר ויותר)

הייב אהן זעהן און ארויס זאגן אפאר גוטע זאכן וואס דו האסט
הייב אהן זעהן א נקודה טובה אפי' אין די אומבאטעמטע זאכן אין דיין לעבן. (כ'פלאן בעז"ה צו לערנען דעם נקודה טובה תורה מיטן אשת חיל און טריפן דערויף פאר וואכן לאנג ועל כל מה דסלקא נאמר גם בזו יש נקודה טובה)

אפשר דורכן זען דעם שורש וואס איז דאך גוט, ד.מ. המתקת הדינים בשורשם, די דינים איז דאך אינעם מוח פונעם מענטש, דשאדשמענט. למשל ער דשאדשד זיך פארן נישט זיין א מיליאנער.
דעם שורש פונעם דשאדשמענט קומט פונעם רצון צו האבן א גוט לעבן מיטן הכרה אז ס'קומט זיך פאר א נשמה צו האבן א גוט לעבן.
דעם שורש פון נישט מאכן די געלט קומט אויך פון א גוטע מידה, (ביי יעדעם עפעס אנדערש).
דאס איז ממש ר' נחמן'ס מהלך אין די אזמרה תורה.
 
Back
Top