- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 766
- רעאקציע ראטע
- 1,849
אזוי ווי אין די שנירל איז דערממאנט געווארן ר' אייזיק ההירש ווייס ז"ל האב איך קודם שנעל צוזאם געקלאפט אביסעל אינפארמאציע פון וויקידיע און נאך רעסארסען פון וואס און וועם מען רעדט דא צו וויסען אז ווען ער ווערט ציטירט מי ומי ההולכיםץ
עס איז נאך מלא וגדוש מיט מיסטעיקס. בעז"ה בס"ד וועל איך עס פראבירן אווענטואל צו רעדאגירן
אייזיק הירש ווייס ז"ל
איז געווען אן אוסטרישער תלמודיסט, און ווי אויך איז ער געוועזן אן היסטאריע אנאליטיקער און זיינע מאמרים און ספרים האבן געדעקט א ריזיגער חלק פון די אידישע היסטאריע פון די צייטן פון די תנאים אמוראים ביז אראפ מיט זייערער שיטות און מהלך המחשבה און אפשר אויך פערסאנאליטעיט פון מאנכע ווי ער האט עס ארויס געהאט פון זיין חקירות ודרישות. געבוירן איז ער געווארן אין יאר תקנ"ה פעבער דער 9'טער אין גרוב מעסעריטש, האבסבורג מאראוויע Groß Meseritsch, Habsburg Moravia
אין זיינע אינגע יארן האט ער געלערנט אין די לאקאלע תלמוד תורה'ס אין אוסטריע (וואס פארא ת"ת דארט איז געוועזען. שוין לאמיר נישט רעדן) ביי א יונגען עלטער פון בלויז 8 יאר תקפ"ב איז ער געגאנגען אין די ישיבה אריין פון הרב משה אהרן טישלער וואס איז געוועזן לאקירט אין וועלקע מעזריטשי Velké Meziříčí
דארט האט ער געלערנט פאר 5 יאר. עווענטואל האט ער געלערנט מיט זיין פריוואטער רבי ביי זיך אינדערהיים מיט הרב ר' חיים יוסף פאללאק, און דאן ערשט איז געגאנגען לערנען אין די גרויסע ישיבה אין אייזענשטאט אונגארן ביי זיין רבין ר' משה פערעלס. ער איז צוריק צו זיך אין מאוסטריע אהיים געקומען אין יאר תקצ"ז זייענדיג קארגע 35 יאר אלט.
פון זיינע אינגע יארן האט מען געזעהן אז דא וואקסט אונטער א כלי מפואר מיט געוואלדיגע כשרונות און שטארקע איטעלעקט. ער האט זיך און זיינע אינגע צוואנציגער יארן געשריבען און געאמפערט מיט די רבנים פון יענעם דור אויף פסקים און תשובת וואס זענען פארשריבען געווארן דורך זיי און ער האט זיי ממש צו-ווארפן אויף פיצלעך מיט זיין כח הסברה, און ווי אויך זיין גאר ברייטע ידיעה. א זכרון נפלה ממש א בור סיד שאינו מאבד טיפה.
א שטארקע אינערליכע דראנג האט איהם געצויגען צו לערנען סייענטס א זאך וואס אין זיינע אינגע יארן האט ער נישט געקענט אנקומען, אבער ווען ער האט דערגרייכט די יארן פון זעלבסשטענדיגקייט איז עס געווען מתי אני יכול לקיים ללמוד ולעשות אין סייענטס. ער איז גראדע באזעצען דעם לאנדס שפראך דויטש וואס ער האט געלערנט פון ר 'יוסף חיים פאלאק אבער אויסער דאס האט ער נישט געהאט קיין שום אנדערע טרענירונגען אויסער אין תוה"ק ביז דאן.
ער איז געווארן אינפלוענצירט צו די סייטיפישע לערנונגען דורך דר. נחמן קראטשמאל ראפעפארט און אויך דורך דר. ליאופולד צינז Gottesdienstliche Vorträge וואס דאס מיינט לפי טשעט דזשי פי טי Chat GPT צו די לימודים פון ריליגע ווי מען נעמט זך צוזאם א גרופע און מען דעבאטירט ריליגיע. און ווי רילגיעזע דרשות ווערן פארהאלטן. הירש האט זיך שטארק אריין געלייגט אין די נושא פון פילזאפיע און אין ריליגיע. ווי שטארק ער האט זיך אריין געלייגט אין די סעקיולארע שטודיעס איז נאך אלץ די תורה הקדושה געשטאנען ביי איהם איבער אלעם און נאך אלץ געוויזן און געשריגען משה אמת ותרתו אמת. זייענדיג אין אוסטריע האט ער געשריבען גאר שטארקע מאמרים און נייע חודישים אין הלכה, אין יורה דעה איבערהויפט, נישט אוועק נעמענדיג חושן משפט. אבע רמער פוקאסירט אויף יורה דעה מאיזה סיבה.
איינער פון זיינע שטערקסטע קאראספאנדענס אין יענע טעג איז געוועזן די חכם הרים ר' יוסף שאול נאטאנזאהן ז"ל וואס האט אויכעט געשריבן אין זיינע ירכונים כוככבי יצחק און אין כוככבי ירכון וואס הירש פלעגט שרייבן און מפיץ זיין. געווענליך אין הלכה.
זיין ווינער קאריערע
ענדליך אין יאר 1858 האט ער זיך מסדר געווען און געסעטעלט אין די שטאט וויען עיר הבירה ווי ער האט געארבעט אלץ א מגיה און טעות פארעכטער פאר די לאקאלע דריקעריי פון די צוויי שותפים סאמארסקי און דיטמארך. 6 יאר שפעטער אין יאר 1864 איז ער געווארן אויפגענומען אלץ מגיד שיעור אין ביהמ"ד אקאדעמיע מיוסד און בנשיאות דר.רודולף דזשעלעניק. יא יא אונזער באליבטע דזשעלעניק וואס גייט אזוי געשמאק מיט די שטיגליץ הערינג. טאקע פון איהם רעדט מען
(די דזשעלעניק פירמע איז געעפענט געווארן ביי זיגמאנד דזשעלעניק אין יאר 1891 נאכן זיין א מענעדזשער אין א צווייטע ברענעריי, און אין יאר 1919 האט עס ראדולף און ווילאדעמיר דזשעלעניק איבער גענומען און געגעבן די פארבריק דעם נאמען נאכן געשטארבענעם פאטער הכ"מ)
די פאזיציע האט אייזיק הירש ווייס געהאטן ביזן זיין לעצטער טאג אין לעבן.
אין וויען האבן זיך צו איהם צוגעשארט די גרויסע אידישע סקאלערס ווי למשל רודולף דזשעלעניק וחביריו. די שטודיעס אין די ריליגיע איז געווען אויף גאר אן אינטערסאנטער און טיפער אויפן ווי ערווענט אין אלע זיינע ארטיקלען וואס גאט טוהט יא אדער נישט און ווי אזוי דער וועלטס באשאף איז אן הוכחה אויף גאט וכו' נישט אריין גיין אין זיינע טיפע ווערק אויף איין פיס.
זיין ארבעט איז געווארן איינערקענט אין גאנץ וויען אלץ חשוב און הסייחת'דיג. פראפ. יעקב שלאסבערג פון וויען האט איהם דאן געבעטן אז ער זאל שרייבן א מפתח Copendium און א סה"כ פו אידישע ריליגע הלכה און פראקטעצירוגען, וכדו' עס איז געדריקט געווארן אין יאר 1861 און א נאמען געגעבן האט ער עס, אורה לצדיק.
אין יאר 1864 האט ר' אייזיק הירש ווייס מיט געהאלטן די קאמפערט טרייעל. ליופולד קאמפארט, א אידישער דזשערנוליסט און נאוואליסט איז געווארן אנגעקלאגט פארן פארשעמען די קריסטליכע ריליגיע מיט אן ארטיקעל וואס איז דאן אנטשטאנען אין די ווינער פאפיולערע בלאט דאס יארבוך פון די איזרעלייטס וואס פלעגט פרידיעטיקלי ערשיינען אין וויען, מיטן נאמען "די רידזשובינעישאן פון דאס אידישע פאלק" וואס היינריך גרעטץ האט פובלעצירט קאמפארטס ווערק אין זיין ארטיקעל לגבי די ריכטיגע משיח, און משיח וועט זיין פון די אידן וכו' (אן אנדערע געלעגנהייט אראפ ברענגען דעם טרייל און די היסטאריע)
און דאן איז דער קאמפארט געווארן ווינדיקעטעד פאר די חטא דורך די עדותשאפט פון ר' נח מאנהיימער א אידישער רעליגיעזער פראקטעצירער און פריטשער. און און ר' לעזער הורוויץ וואס איז געווען א רב אין א ביהמ"ד'ל אין די הויפט שטאט וויען. פארט זעהט אויס אז א גוטער טעסטיפייער איז ער געווען.
אויך דעם האט אייזיק הירש ווייס געשריבען אן קונטרס נצח ישראל וואו ער באארבעט די טעסטיפיקעשאן פון די צוויי רבנים און באגרונד עס.
ווי אויך האט ער געשריבן א דעטאלירטע מפתח אויף ש"ס משניות מיט א סינאפסיס אויף א יעדעס משנה. די חודשליכע מאגאזין וואס ער האט גערופן דעם ביהמ"ד האט ער דאן געעפענט אבער נאך 5 פובליקאציעס געווארן פארמאכט.
זיינע חיבורים:
משפט לשון המשנה. ווי ער שרייבט א פירוש אויף די משניות אויף א לייכטער און גרינגער לשון אז א יעדעס ליינער זאל דאס פארשטיין
דור ודורשיו פינעף בענדער ווי ער באארבעט דארט די היסטאריע פון הלכה פון די צייטן פון תנאים אמוראים, ביז די לעצטערע תקופות פון די ראשונים - גירוש שפאניע תקופה.
אויך האט ער פובלעצירט א מאגאזין בת תלמיד חודישלעך צוזאמען מיט מאיר פריעדמאן ווי ער באשרייבט דארט אין דעטאלירטע ריסערטש פון די ראשונים. רמב"ם, רש"י. רבינו תם וכו'
און זיין לעצטער חיבור זכרונותי א קאלעקציע פון זיינע זכרונות און איבער גאנגען ארויס געקומען אין יאר תרנ"ה
אין יאר תרס"ה איז ער ל"ע אוועק דור ודרשיו זעהט אויס האט איהם געמאכט אזוי פעמאס ווי ער איז בעצם געווען.

לעצט רעדאגירט: