רעזיערס און לוזערס

פנחס שרייבער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 25, 2025
מעסעדזשעס
10
רעאקציע ראטע
82
פונקטן
13
אין די לעצטע זיבן טעג איז פאשווענדעט געווארן מיליאנען דאלארן פון ציבור'ס געלט, צו צושטעלו רייכע אונטערהאלטונג, און שווערע פרעסערייען פאר איבער 1500 אידן וואס האבן געארבעט פאר צדקה קאמפיינען פאר די צוויי ארגאניזאציעס "בוני עולם" און "צדק"

ביידע ארגאניזאציעס זענען וואוילטעטיגע, און וויכטיגע, און ביידע טוהן גוטע זאכן. די לעצטע צוויי יאר זענען זיי ביידע א שטיקל קאנקורענט נאכדעם וואס צדק האט אריינגעטרעטן אין אין די טעריטאריע פון המצפים לישועה צו ארבעטן אויף א ביל אז אינשארענס זאל דעקן די טריעטמענטס.

איך גיי אדורך מיינע וואטעפפ סטאטוס, און האבענדיגע עטליכע חברים ביי בוני עולם, בין איך פשוט הונגעריג געווארן זעהנדיג די שטיקער בשר וואס ווערט פארטיילט, און אלע סארט קעז קעיקס און געטראנקן פאר פרישטאג, און סושי טישן, אייז קריעם פריזערס, און וואס נישט? א שטיק גשמיות, פרעס, פרעס, פרעס...

אונזער גאנצע חינוך וואס מיר הערן א גאנץ לעבן אז אכילה איז א חלק פון עבודת השם ווערט דא צובלאזן ווי א זייפן בלאר זעהנדיג אז די איינציגסטע וועג צו סוקסעסירן מיט א ערענסטע צדקה צוועק איז דורך פרעס פרעס פרעס.

נאכדעם קומט צו די גאנצע אונטערהאלטונג, ווי יעדע צען מינוט איז געווען א צווייטע אונטערהאלטער פון שויס, מוזיק, קווייערס, דרשות, קאמעדיע, און אלעס אינצווישן.


שוין, מען דארך דאך משמח זיין פאר די אלע מענטשן וואס ליידן דא פון שווערע בויך וויי. (איך האף די הויכהילכער האבן געארבעט אין די בתי כבוד)

פיין, קוים געענדיגט מיט בוני עולם, זעה איך אז צדק נעמט ארויס 300 אידן אויף א טריפ קיין וואשינגטאן, אוי איז דאס א טריפ. געהייערט אלי פריעדמאן וואס איז אן עקספערט אין פענסי פארטיס.

נישט געלאזט קיין פופצן מינוט אדורכגיין אן צובייס ווי א באטייליגטער קאמענטירט אויף די איי וועלט פארום: "סאיז געווען א הערליכע טריפ, שטארקע התעוררת ביי די בית החיים אין באלטימאר מיט ר' מאיר צוויבל, ווייטער שרייבט די קאמענטירער "און מאסיווע אכילה ווי מען האט זיך נאר געדרייט"
א צווייטע קאמענטירער אויף די זעלבע פארום שרייבט: "יאפ די ווערטער איז נישט צום באשרייבן וואס מיר האבן דערלעבט
א הערליכע צוויי אנגעפילט טעג, גארנישט געשפארט.
אנגעהויבן אויפן גאס אזוי שיין צוגעשטעלט די לאנטש מן כל ווייטער די האטעל די שענסטע און בעסטע באקוועם שיין מסודר די נאכטמאל מיט א ברייטקייט מען האט שוין זיך נישט געקענט רירן,

פת שחרית וואס אלי פריעדמאן קען".

בקיצור זיי האבן צוגשעטעלט א טאפ נאטש נסיעה מיט פרעס, פרעס, און ווידער פרעס... אפילט אויף די באסעס צווישן פרישטאג און מיטאג, און צווישן מיטאג און נאכטמאל, האבן זיי געהאט גוים אויף די באסעס צו פארטיילן טשאקלאדעס, ניס, אייז קריעם, און קאלטע קאוק.

לאמיר נישט אריינגיין צו עס מאכט סענס פאר ארגאניזאציעס צו צושטעלן אזעלכע שוואוילטאג פארטיס פאר זייער רעיזערס און עסקנים, אבער וואס נעמט מיר צו שרייבן די דאזיגע שורות, איז קנאה, יא פשוט קנאה.


איך זעה צוויי טויזענט רעיזערס, און איך בין א חלק פון די הונדרעט טויזענט לוזערס.





 
נישט נארמאל.
בעצם באדערט מיך נישט די פאקט אז די עולם האקט א לעבן. וואס באדערט איז די פאקט אז דו נוצט מיין געלט זיך צו פּראקן דאס בײַכל.. איך פארשטיי אויך אז כדי צו קענען רעיזן אזויפיל געלט דארף מען אנרייצן דעם עולם מיט פרעס, מיטדעם אלעם, אלעס האט א שיעור. אלי פרידמאן שלומי שטיינמעץ און דער אנדערער נידריג פעשליכער כ'האב פארגעסן זיין נאמען, זענען אידן וואס קאסטן שווערע געלטער און זענען געווענליך געמאכט פאר גאר רייכע באנקעטן נישט פאר אזא חשובער ארגענעזאציע ווי בוני עולם וואס ארבעט צו פארמערן כלל ישראל און דארף יעדעס דאלער.. (אפשר נישט?)
 
לעצט רעדאגירט:
סאו וואס ווילסטו מען זאל לייגן א צעטל אין ראדני אז עס קומט מארגן פאר א וויכטיגער טיי אווענט ביי משה געצל׳ן אינדערהיים און מען וועט סערווירען קוגעל מיט ביר?
איך הער אבער מיט אזא מהלך גייט נישט אריין קומען מער פון צען טויזענט דאלאר, סאו וואס איז די פוינט?

מאכן געלט קאסט געלט, פרעג יעדער ביזנעס מאן. אז א ארגענעזעישען וויל מאכן א מיליאן דאלער דארפן זיי ספענדן הונדרעט טויזענט דאלער.

איך זע נישט די פראבלעם, ובפרט אונז דא אין קרעמל וואס האלטן זיך אלץ פראגאמאטישע מעמטשן, לאמער נישט ווערן פארלוירן פון אזאלכע שרעקעדיגע ווערטער ווי פרעסערייען און הוליענען.
יא אז די ווילסט אז מען זאל רעיזען אפאר מילאן טאלער דארפסטו עם געבן צי פרעסן און האצקענען. עס איז א פשוטע אינוועסטמענט.
 
לעצט רעדאגירט:
סאו וואס ווילסטו מען זאל לייגן א צעטל אין ראדני אז עס קומט מארגן פאר א וויכטיגער טיי אווענט ביי משה געצל׳ן אינדערהיים און מען וועט סערווירען קוגעל מיט ביר?
איך הער אבער מיט אזא מהלך גייט נישט אריין קומען מער פון צען טויזענט דאלאר, סאו וואס איז די פוינט?
עקסלודעד מידל?
וואו איז אביסל באלאנס?
 
עקסלודעד מידל?
וואו איז אביסל באלאנס?

עס קומט נישט דא אריין בעלענס.
עס איז א מעטער פון אינוועסטמענט, אויב אינוועסט מען טויזענט מאכט מען צען טויזענט, און אויב אינוועסט מען הונדרעט טויזענט מאכט מען מיליאן.
 
עס קומט נישט דא אריין בעלענס.
עס איז א מעטער פון אינוועסטמענט, אויב אינוועסט מען טויזענט מאכט מען צען טויזענט, און אויב אינוועסט מען הונדרעט טויזענט מאכט מען מיליאן.
און אויב אינוויעסט מען ביליאן, מאכט מען צען ביליאן?
קאם אן, איטס אלל עבאוט באלאנס.
 
און אויב אינוויעסט מען ביליאן, מאכט מען צען ביליאן?
קאם אן, איטס אלל עבאוט באלאנס.

אויב זייער דאטא ווייסט אז זיי האבן אינוועסטעט א מאה אלף און צוריק באקומען א מיליאן, וואס איז דיין טענה?
 
בוני עולם האט גערעיזט 10 מיליאן דאלאר צי העלפן יודן. פארוואס זאל איך לייגן די פארגרעסערונג גלאז אויף די געלט וואס זיי האבן געעפענט פאר די קאמפיין. עס איז א חידוש ווי מען קען טרעפן אויף וואס צי זיין cynical אפילו אויף אזא מוצלחדיגע קאמפײַן פאר אזא וויכטיגע מוסד.

עס איז א art צי קענען טרעפן cynsism איבעראל.
 
אויב זייער דאטא ווייסט אז זיי האבן אינוועסטעט א מאה אלף און צוריק באקומען א מיליאן, וואס איז דיין טענה?
אין לי שום טענה.
איך האב סך הכל געוואלט ארויסברענגען וואס דער שנירל עפענער זאגט.
אבער צו דיין תגובה, איז מיין "טענה" אז זיי וואלטן געקענט רעיזן א מיליאן אויך אן דעם מאה אלף.
 
סארי פאר ווער עס מיינט אז איך מיין אונטערצורייסן די ארגאניזאציע, איך ענדיג דאך אז איך שרייב פון קנאה....

אבער ערענסט גערעדט, אויב רייסט עס איינעם אראפ רייסט עס אונטער אונזער לעבענסשטייגער און סוסייעטי
 
סארי פאר ווער עס מיינט אז איך מיין אונטערצורייסן די ארגאניזאציע, איך ענדיג דאך אז איך שרייב פון קנאה....
איך האב מיר שוין אפאר מאל געוואלט אננעמען פאר דיין כבוד, וויל דו שרייבסט דאך קלאר אז די רעדסט פון קנאה,

אבער איך מיין די עולם באציט זיך צי די נאכפאלגענדע מעסעדזשעס
 
איך זעה צוויי טויזענט רעיזערס, און איך בין א חלק פון די הונדרעט טויזענט לוזערס.
כ'זוך נישט צו גיסן זאלץ אויף דיינע ווואנדן אבער הברירה בידך צו ווערן א רעיזער און נישט צו זיין פון די לוזערס. געדענק, דו ביסט דער באשאפער פון דיין לעבן און אלע דיינע עקספיריענסעס אין דיין לעבן
 
כ'זוך נישט צו גיסן זאלץ אויף דיינע ווואנדן אבער הברירה בידך צו ווערן א רעיזער און נישט צו זיין פון די לוזערס. געדענק, דו ביסט דער באשאפער פון דיין לעבן און אלע דיינע עקספיריענסעס אין דיין לעבן
גוט צו וויסן... איך האב פארשטאנען מען דארף זיין א כולל יונגערמאן צו זיין א רעיזער... אזוי קוקט עס אויס פון די בילדער.
אפשר ווייל זיי האבן די מערסטע עקסטערע צייט.
 
Back
Top