רעאליטי טשעק אויף דער היימישער קאמיוניטי – חלק א'

שמעקעדיג

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
123
רעאקציע ראטע
578
אין די לעצטערע יארן איז געשען א שטארקע טויש אויף מערערע פראנטן אינערהאלב אונזער היימישע חסידישע קאמיוניטי, וואס טוישט דראסטיש אונזער לעבנס שטייגער און פערספעקטיוו. ווערטער וואס האבן אמאל נישט געקענט געזאגט ווערן, און מחשבות וואס האט נישט געמעגט ארויפגעברענגט ווערן, ווערן היינט גענוצט דורך די סאמע היימישע ערליכסטע אידן.

איך האב נישט קיין כח צו שרייבן א לאנגע באריכט, אבער לאמיר פרובירן בקיצור (אויך מיר בקיצור...).


זינט די היימישע אידן משלנו האבן געלאנדעט אין אמעריקע, און מער ספעציפיש אין ניו יארק, נאך די מלחמה, האט מען געלעבט אן א.ג. "העכערע לעבן". נישט ח"ו אז איך מאך עס אוועק, פארקערט, צומאל בין איך מקנא די אידן מיט זייער תמימות און ערליכקייט, לעבן מיט אמונה וכו'. אבער צומאל שפיר איך אנדערש...

למשל? האבן 16 קינדער, ועוד היד נטויה. מען דארף דאך נקמה נעמען אין היטלער ימ"ש. איי, קינדער קאסטן געלט? דא איז בטחון אריינגעקומען אין בילד. מען וועט שוין האבן. מען וועט שוין צאמשטעלן. מען וועט שוין העלפן חתונה מאכן, עס איז פאראן א קופת חתנים און אנדערע ארגאניזאציעס. שכר לימוד? מען וועט אראפהאנדלען וויפיל עס איז מעגליך און דאס ביסל וואס בלייבט וועט מען לאזן אויפגעשריבן אין די מוסדות בוכער און בעפאר די רעגיסטראציע פון קומענדיגן יאר וועט מען זיך ווידער אפרעכענען מיטן אדמיניסטראטאר און מאכן א דיעל. עניוועי האבן דאך די מוסדות פראגראמען עד אין שיעור און זיצן אויף ריזיגע פארמעגנס.

ליעסן א שיינעם קאר? דאס יא. קויפן א זומער הייזקע? נעוואדע! א הויכשטאקיגע ברייטע שטריימל מיט אפאר ווייסע הארעלעך פאר עשרת אלפים? ס'שאלה! איי ווי נעמט מען די געלט? קודם האט מען דאך אסאך קרעדיט קארטלעך וואס מען קען מאכן פוינטס, עס איז דאך ממש א עוון פלילי און בל תשחית נישט צו נוצן. איי פון וואו וועט מען דאס אלעס באצאלן? האלא, בטחון! דער רבש"ע האט גענוג פאר יעדן, לי הכסף ולי הזהב. עניוועי שטימט נישט דער חשבון פון א אידישע שטוב, יעדער ספענדט מער וויפיל מען קען עפפארדן, עס איז ממילא למעלה מדרך הטבע, ערגעץ וואו גראדט זיך שוין דער חשבון אויס... אמאל פון טעקס ריטורן, אמאל פון א פליפ אריין און ארויס, אדער קען מאכן זירא-פוינט-טו, אדער גאר אנזעצן און לאזן קראכן אלע קרעדיט קארטלעך, אלענפאלס נישט געזארגט; דער באשעפער דארף נישט אונזערע עצות.

איינקויפן יעדן שבת מאסיווע סעודות וואס וואלט געקלעקט זאט צו מאכן עוג מלך הבשן, מיט סאוער-דאו, דיפס, יאפטשיק און מיעט-בארדס לרחצה? נישט קיין ספק! מען זאגט נאר דעם לחש 'לכבוד שבת' און עס גייט תיכף אריין אין דעם פרי אקאונט פון הוצאות שבת וואס אויף דעם זאגט דער באשעפער "לוו עלי ואני פורע". מען דארף זיך נישט זארגן. דערווייל קען מען "אויפשרייבן" אין גראסערי. מ'וועט זיך שוין א עצה געבן.

עסן קען מען אלע חזיריי. ס'איז אדער שבת קודש ווען עס קאונט נישט, אדער איז עס טועמיה לכבוד שבת וואס איז זיכער צום געזונט, אדער איז עס שיריים פון שבת וואס קען נישט שאטן. אדער איז עס סתם א סעודת מצוה, א וואך נאכט, א בר מצוה, קען מען רואיג רוקן דזשערקי, סעסעמי טשיקן מיט אלע סארטן אויליגע אדער צוקערדיגע קוגלען, פאר אונז אידן וועט עס נישט שאטן.

עקסערסייז? דאס איז נאר פאר גויים. פאר אידן איז עס כמעט א מיאוסע ווארט וואס מען דארף קאנסידערן צו טוישן מיט [ביטע נישט רעדן אומאיידעלע ווערטער, מנהל]. ווער האט אפילו צייט פאר עקסערסייז? היימישע אידן זאלן אנטון ווייסע גראבע סניקערס און דזשאגן אויף די גאסן מיט העדפאונס אין די אויערן? אפגעהיטן זאל מען ווערן.

גיין צום דאקטאר איז אויך עפעס נישט. וואס פארשטייט דען דער גוי צו א אידישן גוף? ס'דא עפעס א חת"ם סופר אז א גוי פארשטייט נישט. איז נישט. בכלל איז דארט דא אסאך מאל מאגאזינען, אדער ווידעא אויפן סקרין, אדער שפילט אונטער די טריפה'נע קלאסישע מוזיק וואס איז מטמא די אויערן. פאר אונז איז גענוג אז נאכ'ן גרעבץ פון אריינשמייסן א האלבע בהמה מיט האט-דאגס אינעם גוף זאגט מען "צום געזונט". יעדע ברכה האט זיכער א כח, א דיבור פון א איד גייט נישט פארפאלן.


אזוי האט זיך געדרייט א רעדל יארן לאנג, מדור דור. בעפאר די חתונה האבן די עלטערן אריינטרענירט די קינדער דאס סאמע וויכטיגסטע יסוד אין לעבן: מאכן פוד סטעמפס ממחרת פונעם שבע ברכות, תיכף אפלייען פאר סעקשאן 8, און פאר וואוטשערס אין שטאט, און ווי נאר די ווייבל הייבט אן ווארטן איז דא וויק, א.א.וו. ליידער די לעצטערע יארן איז אביסל שווערער געווארן ווייל די פ.ס. קומט שוין אויף א קארטל נישט אויף די פאפירן ווי אמאל ווען מען האט געקענט באצאלן שכר לימוד דערמיט און די מוסדות האבן געהאט קיופאנס צו צאלן די מלמדים, און אזוי איז געווען א גלגל החוזר פון אייגענע וואלוטע מיט פ.ס. און קיופאנס. ליתר שאת האט מען געגעבן א העד טשעק און צוגעלייט א דזשאוק פון יאנקל מילער אז איך וועל דיר עס אויסשטעלן מיט עקסטערע 25 דאלער וואס די באנק טשארדזשד פאר א ריטורנד טשעק... חחח... שווערע צייטן געווארן אז די פ.ס. גייט דירעקט אויפן קארטל. וואס קען מען טון, מ'איז ליידער אין גלות.


יארן זענען זיך פארלאפן, און פאר סאם ריעזאן האט דער הארטער מציאות אנגעהויבן שלאגן אין פנים. מענטשן וועקן זיך אויף ווי פון א טיפן שלאף און וואונדערן זיך "וואס גייט פאר"?

גראסערי פרייזן זענען ארויף ווי משוגע, רוב מענטשן קענען עס מער נישט עפפארדן.

קאר ליעסינג פרייזן האבן זיך געדאפעלט און געטריפלט.

שכר לימוד איז מער נישט קיין מאנקי ביזנעס; די אדמיניסטראטארן שטייען פעלזן פעסט, העכערן די פרייזן יערליך, און פארלאנגען שטייף פון אלע עלטערן צו באצאלן די פולע שכר לימוד, אן קיין תירוצים.

אפגערעדט פון קעמפ; אמאל האט מען געקענט אדורכשווערצן א זומער מיט א 500-1,000 טאלער אין סאטמאר קעמפ, היינט קאסט א קעמפ צווישן 3,000-5,000 דאלער, אן קיין מעשיות. האסט 4 קינדער? "קענסט גיין אליין שנארן; מיר זענען נישט שולדיג דערין", זאגט די הנהלה. "מיר האבן שוין נישט די געלט ווי אמאל", קלאגן זיי.

די לעבנס קאסטן זענען געשטיגן אסטראנאמיש. די הוצאות זענען געשטיגן פי כמה שנעלער ווי די הכנסות. א הוט פאר א בחור'ל 400 טאלער, א שטריימל מינימום 6,000 טאלער, א בעקישע 300, שיך 150, ציצית 50, א בר מצוה לכה"פ 10 אלפים, א חתונה כמעט 100 אלפים. טאטעס שטייען מיט א שטוב פון קינדער און קענען זיך נישט קיין עצה געבן!

איך לייען אביסל אייוועלט ווען איך האב צייט. ממש איך וויין מיט מיט זיי. זיי וויינען יעדע יאר בעפאר קעמפ. יעדע יאר בעפאר רעגיסטראציע. מען ענדיגט נישט וויינען אויף אינפלאציע, אויף טייערע שמחות, און אויף וואס נישט?

לאור המצב מערן זיך לעצטנס פינאנציעלע עקספערטן לרוב. "בודזשעטינג" איז א נייע ערפינדונג וואס כלל ישראל האט ווייניג געהערט, אויסער אמאל אמאל פון קרן עזר ווען מען האט געדיעלט מיט א שווערע קעיס. פלוצלינג זענען דא אינטערוויאוס אין אלע אויסגאבעס ווי אזוי צו שפארן געלט, וואטסעפפ סטאטוס'ן פון געוויסע עסקנים, מיט אדווייס ענדערש צו קויפן א ביליגע קאר ווי איידער ליעסן יעדע 3 יאר נייע טייערע וואס איז ממש געלט אין מיסט. מען לערנט זיך אויס אז השתדלות איז נישט קיין סתירה מיט בטחון, און מען קען נישט סווייפן דעם קארטל ווען אימער עס גלוסט זיך אן. עס יאווען זיך גאר עקספערטן וואס פאדערן זיך אויפצוהערן צו באנוצן מיט קרעדיט קארטלעך אל-טוגעדער, קלאגנדיג אז דאס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער אין כמעט יעדע אידישע שטוב!

אידן הערן נייע השגות. ווערטער ווי "דעיוו רעמסי" מהלך. שפארן. אינוועסטירן. אוועקלייגן געלט צו קענען עפפארדן שמחות. זאכן וואס מען האט כמעט נישט געהערט ביז לעצטנס. מען אדוואקאטירט צו מופן צו ביליגערע געגענטער. טשעקן ביליגע פרייזן אין גראסערי. מאכן תקנות חתונות. מען לערנט אונז אויס די א"ב פון לעבן נארמאל, גענוי ווי מען טרענירט קליינע בעביס צו שטעלן א טריט נאך א טריט. אויף איינמאל הערט מען אז די היימישע אינטערטעינמענט אינדוסטרי שרינקט, עס איז שוין נישט דא אזויפיל אויפרייסערישע פארטיס און שמחות. ווייניגער שבת נחמו קידושים. מענטשן זוכן דיעלס אנליין. מען גייט צו ביליגע געשעפטן ווי בינגא אדער צו סעילס, און אז מעגליך נעמט מען וואס מען קען פון די אלע חלוקה'ס וואס ווערן לעצטנס נתרבה והולך.

מאנכע אויף אייוועלט קענען שוין דערמאנען ברמז בירט קאנטראל, אז מען קען נישט האבן אזא 20 קינדער אן קיין חשבון. מען דארף עס קענען קאווערן. עס קאסט פלעי גרופ, שכר לימוד, טוטארס און טעראפי, ריזיגע הוצאות ישיבה, לחם לאכול ובגד ללבוש, ועל כולם חתונה מאכן. און מען דארף עס באצאלן. עס קוועטשט! טאטעס דרייען זיך ארום אנע קאפ...


עס קומט א יונתן שווארץ, און הייבט אן רעדן פון געזונטהייט. מען קען נישט עסן וואס מען וויל, וויפיל מען וויל... עס האט קאנסעקווענצן! יא יא, די פיינע לאקשן קוגל און הערינג וואס דו עסט יעדע וואך ביים קידוש, עס איז שרעקליך נישט געזונט! מען קען נישט גיסן אזויפיל צוקער אין אונזער ארימען גוף! ער בעט מען זאל מאכן עקסערסייז... יצחק עקשטיין וואגט זיך גאר צו אפעלירן צו עפענען א דזשים פאר'ן היימישן עולם, אינעם היימישן פרומען וומסב"ג! די סאמע פרומע סאטמאר מאכט אן אסיפה פאר אלע אידן מען זאל זיך גיין אויסטשעקן ביים דאקטאר!! רבש"ע לאן הגענו?

דאס אלעס איז א הארד לענדינג... נישט גרינג, צו לאנדן אויפן הארטן רעאליטעט באדן, נאכ'ן פליען אזא לאנגע צייט אין עולם הדמיון. עס טוט וויי. אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל. עס איז צום האפן אז דעם עם חכם ונבון וועט זיך טאקע אויפוואכן פון זיסן חלום, און נאכ'ן וויינען און אפווישן די טרערן וועט מען טאקע טון צו דער זאך.
 
זיסע חלומות, איינער געדענגט נאך די כח היחיד קאמפיין???!!! די רגע וואס די עקאנעמי ווערט צוריק גוט פאר די צען פראצענט וואס גייען האבן מזל גייט קיינער מער נישט רעדן אין פובליק וועגן בודזשעטינג, אויפצוהערן צו באנוצן מיט קרעדיט קארטלעך, דעיוו רעמסי, געזונטהייט, דזשים ועוד, יעדער וויל הייסן אויף די גאס ווי ער איז מצליח און די עולם גייט צוריק אנהייבן רעדן פון געלט אין פארגעסן פון אלעס אינקלאדינג געזונט. (אויב די קענסט נאך נישט די חסידישע מעטעלטי קענסטו בוקמארק מיינע ווערטער פאר אפאר יאר ארום)

יעדעס מאל איך הער די באקאנטע משל ווי די ביבער לויפט אריין אין נעִץ אפילו ער ווייסט אז ער קומט נישט ארויס לעבעדיג, זעה איך אין מיין מוח נישט קיין ביבער נאר ווי ס׳איז דא א נעץ אויף איין זייט און רוב פרומע פון כלל ישראל שטייט און וויינט אויף די אנדערע זייט, אין זיי ווייסן אז וואס זיי טוהן איז נישט די ריכטיגע זאך צוטוהן, אבער יעדער גייט אריין אין די נעץ און מ׳וויינט צוזאמען אין די נעץ וואס אונז זעמער אליינס אריין.
 
לעצט רעדאגירט:
די סאמע פרומע סאטמאר מאכט אן אסיפה פאר אלע אידן מען זאל זיך גיין אויסטשעקן ביים דאקטאר!! רבש"ע לאן הגענו?
קענסט אויכעט צולייגן די לעצטערע 'אפיציעלע' אנערקענונג וואס דער 'סיסטעם' האט אנגעהויבן געבן פאר מענטל העלטה, אריינגערעכנט די גרויסע סאטמארע אסיפה מיט די באטייליגונג פון זייערע עלטערע דיינים.

קענסט צולייגן די פאקט אז ס'עקזיסטירט א דזשים עטה"ק אין יעדע היימישע געגנט.

מ'מאכט שוין אויפקלערונג אסיפות פאר רבנים איבער פאסטן יום כיפור פאר חולי הגוף והנפש.

די פארמירונג פון די 'קשר נפשי' ארגאניזאציע (אזא פרומערע ווערסיע פון די גע'אסר'טע 'אורה') מיט'ן ציהל צו אויפקלערן עלטערן וויאזוי צו האנדלען נארמאל מיט OTD קינדער - א זאך וואס וואלט פארשריגן געווארן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט (דורך די זעלבע מענטשן וועלכע זענען היינט נהנה פון די ארגאניזאציע).
 
א באזונדערע תגובה פארדינט זיך די ערשיינונג פון "היימישע כשר'ע אונטערהאלטונג" אין אידיש אויף די אינטערנעט - און פארט (מיינסטנס) ערלויבט ביי די היימישע צענזור:

אנגעהויבן פון אייוועלט, דערנאך די אלע נייע 'פאדקעסטס' וועלכע יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן. צווישן זיי:

1) עזרא באדאנסקי (Let's explore more)

2) פנחס ראאב (LATEST TALKS)

3) שמואלי אונגאר (שמילי-קעסט)

4) ארי חיימאוויטש (WHAT A DAY) - נישט פארמישן מיט 'חיימא'

5) ארי פעפערקארן (פשוט פשט)

6) ארי סאמעט

7) אהרן בלומענפעלד (לאמיר רעדן תכלית)

8) טוועלוו פאדקעסט

9) פאדזיטיוויטי (אלי וועבער)


דערנאך זענען אויפגעקומען א גאנצע רייע פון היימישע וולאגערס, א שטייגער ווי:

1) ארי סאמעט

2) וועלוול קירשענבוים

3)עזרא באדאנסקי

4) יואלי גאלדשטיין

5) אפרים פעדער

6) חיים פערלאוויטש

7) יואליש פעלזן

8) אלי וועבער

9) אלעס אין אידיש (ארי גרינפעלד)

10) מושי מאיער

11) יונתן שווארץ


דערנאך אלע היימישע אינטעטעינמענט עפפס, ווי אידיש-24, זינג, און נאך.

דאס איז בלויז די שפיץ פון די אייזבארג, און די פאנטש ליין דא איז אז די היימישסטע פילטערס ערלויבן דאס! פשט איז: זיי פארשטייען אז מ'קען מער נישט אונטערהאלטן דעם עולם בלויז מיט'ן שטעלן וויין ביים רבי'ןס טיש, דער עולם דארף עפעס מער זאכליך, ועד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר.
 
למשל? האבן 16 קינדער, ועוד היד נטויה. מען דארף דאך נקמה נעמען אין היטלער ימ"ש. איי, קינדער קאסטן געלט? דא איז בטחון אריינגעקומען אין בילד. מען וועט שוין האבן. מען וועט שוין צאמשטעלן. מען וועט שוין העלפן חתונה מאכן,
קענסט צולייגן די נייע פענאמענאן אז היימישע וויליאמסבורגע מיידלעך זענען מער נישט אינטערעסירט חתונה צו האבן בכלל (און די כעלעמע אסיפות איבער דעם וואו מ'האט באשלאסן אפצוהאקן זייערע סעלפאון'ס שפעטער ווי 11 אזייגער...)
 
ווי אויך קען מען נישט פארגעסן פון די אינטרודוקציע פון 'קאמאן קאור' און קריטיקל טינקינג אין די היימישע קוריקולעם
 
למשל? האבן 16 קינדער, ועוד היד נטויה. מען דארף דאך נקמה נעמען אין היטלער ימ"ש. איי, קינדער קאסטן געלט? דא איז בטחון אריינגעקומען אין בילד. מען וועט שוין האבן. מען וועט שוין צאמשטעלן. מען וועט שוין העלפן חתונה מאכן, עס איז פאראן א קופת חתנים און אנדערע ארגאניזאציעס. שכר לימוד? מען וועט אראפהאנדלען וויפיל עס איז מעגליך און דאס ביסל וואס בלייבט וועט מען לאזן אויפגעשריבן אין די מוסדות בוכער און בעפאר די רעגיסטראציע פון קומענדיגן יאר וועט מען זיך ווידער אפרעכענען מיטן אדמיניסטראטאר און מאכן א דיעל. עניוועי האבן דאך די מוסדות פראגראמען עד אין שיעור און זיצן אויף ריזיגע פארמעגנס.
דאס ווערט שוין עטוואס רעדוצירט ביי מאנכע. זייער אסאך וואס איך זעה שטעלן זיך אפ ביי 6-7.

ליעסן א שיינעם קאר? דאס יא. קויפן א זומער הייזקע? נעוואדע! א הויכשטאקיגע ברייטע שטריימל מיט אפאר ווייסע הארעלעך פאר עשרת אלפים? ס'שאלה! איי ווי נעמט מען די געלט? קודם האט מען דאך אסאך קרעדיט קארטלעך וואס מען קען מאכן פוינטס, עס איז דאך ממש א עוון פלילי און בל תשחית נישט צו נוצן. איי פון וואו וועט מען דאס אלעס באצאלן? האלא, בטחון! דער רבש"ע האט גענוג פאר יעדן, לי הכסף ולי הזהב. עניוועי שטימט נישט דער חשבון פון א אידישע שטוב, יעדער ספענדט מער וויפיל מען קען עפפארדן, עס איז ממילא למעלה מדרך הטבע, ערגעץ וואו גראדט זיך שוין דער חשבון אויס... אמאל פון טעקס ריטורן, אמאל פון א פליפ אריין און ארויס, אדער קען מאכן זירא-פוינט-טו, אדער גאר אנזעצן און לאזן קראכן אלע קרעדיט קארטלעך, אלענפאלס נישט געזארגט; דער באשעפער דארף נישט אונזערע עצות.
צו די קענסט עס יא אדער נישט אפארדן איז צווייטלעך, אבער למעשה די דרעלעווער זענען אזוי, נישט ווייל זיי קענען עס עפארדן, נאר זיי קענען עס דרייען און זיי וועלן דרייען באיזה אופן נישט קיין חילוק וואס און ווי זיי וועלן זיין ביזי מיט. אזוי חאטשיק, ביני לביני לעבט מען אויף א חשבון וואס ווער ווייסט ווי עס ענדיגט זיך. עס איז אייביג געווען אזוינע, און עס וועט אייביג זיין אזוינע. היינט איז די פאפולאציע גרויס זענען די סארט פשוט מערער ווי עס איז געווען.

איינקויפן יעדן שבת מאסיווע סעודות וואס וואלט געקלעקט זאט צו מאכן עוג מלך הבשן, מיט סאוער-דאו, דיפס, יאפטשיק און מיעט-בארדס לרחצה? נישט קיין ספק! מען זאגט נאר דעם לחש 'לכבוד שבת' און עס גייט תיכף אריין אין דעם פרי אקאונט פון הוצאות שבת וואס אויף דעם זאגט דער באשעפער "לוו עלי ואני פורע". מען דארף זיך נישט זארגן. דערווייל קען מען "אויפשרייבן" אין גראסערי. מ'וועט זיך שוין א עצה געבן.
לוה אלי ואני פורע. טא וואס איז דער פראבלעם?

איינקויפן יעדן שבת מאסיווע סעודות וואס וואלט געקלעקט זאט צו מאכן עוג מלך הבשן, מיט סאוער-דאו, דיפס, יאפטשיק און מיעט-בארדס לרחצה? נישט קיין ספק! מען זאגט נאר דעם לחש 'לכבוד שבת' און עס גייט תיכף אריין אין דעם פרי אקאונט פון הוצאות שבת וואס אויף דעם זאגט דער באשעפער "לוו עלי ואני פורע". מען דארף זיך נישט זארגן. דערווייל קען מען "אויפשרייבן" אין גראסערי. מ'וועט זיך שוין א עצה געבן.

עסן קען מען אלע חזיריי. ס'איז אדער שבת קודש ווען עס קאונט נישט, אדער איז עס טועמיה לכבוד שבת וואס איז זיכער צום געזונט, אדער איז עס שיריים פון שבת וואס קען נישט שאטן. אדער איז עס סתם א סעודת מצוה, א וואך נאכט, א בר מצוה, קען מען רואיג רוקן דזשערקי, סעסעמי טשיקן מיט אלע סארטן אויליגע אדער צוקערדיגע קוגלען, פאר אונז אידן וועט עס נישט שאטן.

עקסערסייז? דאס איז נאר פאר גויים. פאר אידן איז עס כמעט א מיאוסע ווארט וואס מען דארף קאנסידערן צו טוישן מיט [ביטע נישט רעדן אומאיידעלע ווערטער, מנהל]. ווער האט אפילו צייט פאר עקסערסייז? היימישע אידן זאלן אנטון ווייסע גראבע סניקערס און דזשאגן אויף די גאסן מיט העדפאונס אין די אויערן? אפגעהיטן זאל מען ווערן.

גיין צום דאקטאר איז אויך עפעס נישט. וואס פארשטייט דען דער גוי צו א אידישן גוף? ס'דא עפעס א חת"ם סופר אז א גוי פארשטייט נישט. איז נישט. בכלל איז דארט דא אסאך מאל מאגאזינען, אדער ווידעא אויפן סקרין, אדער שפילט אונטער די טריפה'נע קלאסישע מוזיק וואס איז מטמא די אויערן. פאר אונז איז גענוג אז נאכ'ן גרעבץ פון אריינשמייסן א האלבע בהמה מיט האט-דאגס אינעם גוף זאגט מען "צום געזונט". יעדע ברכה האט זיכער א כח, א דיבור פון א איד גייט נישט פארפאלן.
געשריבען עטוואס ענליך אויף די נושא דא. איך עגרי מיט א יעדעס ווארט.

לגבי די געלט נושא, אמעריקאנער פאלקס דעבט היינטיגע טעג באשטייט 1.14 טריליאן דאלאר. וויפיל דערפון איז פון אונזער היימישע אידן? איז עס פארפארציאנאל, איז עס פראצענטואל?

און איך קען אזוי גיין און ווייטער ממשיך זיין אויף א יעדעס ווארט, אבער דאס איז נישט די פוינט. די פוינט איז עס איז נישטא קיין ריכטיגער אדער נישט ריכטיגער וועג. מאז היתה ישראל לגוי איז געווען גמ"ח'ן און יא און נישט ריכטיגע עשירים וכו' און יא, דער באשעפער האט געהאלפן דאס רעדל זיך דרייען און ער וועט ווייטער העלפן.

לאור המצב מערן זיך לעצטנס פינאנציעלע עקספערטן לרוב. "בודזשעטינג" איז א נייע ערפינדונג וואס כלל ישראל האט ווייניג געהערט, אויסער אמאל אמאל פון קרן עזר ווען מען האט געדיעלט מיט א שווערע קעיס. פלוצלינג זענען דא אינטערוויאוס אין אלע אויסגאבעס ווי אזוי צו שפארן געלט, וואטסעפפ סטאטוס'ן פון געוויסע עסקנים, מיט אדווייס ענדערש צו קויפן א ביליגע קאר ווי איידער ליעסן יעדע 3 יאר נייע טייערע וואס איז ממש געלט אין מיסט. מען לערנט זיך אויס אז השתדלות איז נישט קיין סתירה מיט בטחון, און מען קען נישט סווייפן דעם קארטל ווען אימער עס גלוסט זיך אן. עס יאווען זיך גאר עקספערטן וואס פאדערן זיך אויפצוהערן צו באנוצן מיט קרעדיט קארטלעך אל-טוגעדער, קלאגנדיג אז דאס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער אין כמעט יעדע אידישע שטוב!
קרן עזר איז שוין געווען 25 יאר צוריק. זעהט אויס אז די אישו איז שוין דאן געווען רעלעוואנט, אפי' מען האט געקענט באקומען קעמפ פאר ווייניגער ווי האלב וואס די פרייז איז איצטערט.

א.א.וו.
 
דערוילעם וואוט שוין מער נישט 'דעמאקראט' בלינדערהייט אויף די אנווייזונגען פון די 'עסקנים'. דער עולם שטימט רויט על אפם ועל חמתם פון די עסטאבלישמענט!
 
זיסע חלומות, איינער געדענגט נאך די כח היחיד קאמפיין???!!! די רגע וואס די עקאנעמי ווערט צוריק גוט פאר די צען פראצענט וואס גייען האבן מזל גייט קיינער מער נישט רעדן אין פובליק וועגן בודזשעטינג, אויפצוהערן צו באנוצן מיט קרעדיט קארטלעך, דעיוו רעמסי, געזונטהייט, דזשים ועוד, יעדער וויל הייסן אויף די גאס ווי ער איז מצליח און די עולם גייט צוריק אנהייבן רעדן פון געלט אין פארגעסן פון אלעס אינקלאדינג געזונט. (אויב די קענסט נאך נישט די חסידישע מעטעלטי קענסטו בוקמארק מיינע ווערטער פאר אפאר יאר ארום)
געהערט לעצטענס א געוואלדיג ווארט פון ר' דוד שווארטץ ז"ל. ווער עס האט איהם געקענט פארשטייט וואס מיר רעדן דא פון.

עס קומט די ימי הדין, און מען הייבט אן פאר'משפט'ן דעם ריזיגן ביהמ"ד. פארשטייט זיך הייבט מען אן פונעם אויבן אן. די בני קדושים, קינדער פון די גרויסע רבי'ס. מי יחיה, וועלכער רבי וועט נעקד ווערן, און וועלכער יורש זוהן וועט איבערנעמען און ווי וועלן זיינע פארענטשעס אויסקוקן. אזוי גייט מען אדורך א יעדעס רביש קינד פון די ערשטע שורה, וועלכע בעקיטשע ריינהאלד גייט פאבריצירן און ווי אזוי עס גייט אויסקוקן.

דאן גייט מען צום צווייטן שורה, דער מיליאנער. א ביליאן ארויף א ביליאן אראפ, יא אין פארבס נישט און פארבס, זיינע סטאקס וועלן זיין ווערד אינמיטן יאר אזויפיל און אזויפיל. די ערשטע צוויי שורות מיט די ברכת כהנים זיצן ווערט אזוי מסודר איש על מחנהו ואיש על דגלו. זיין קאמפאני, זיין סעילס, זיינע עקוועזישאנס וכו'.

מען גוט א קוק אויפן זייגער, אוי ס'ווערט שוין שפעט, אוקיי לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיט די איביריגע סמעדרש, אהההה לאמיר גיבן א קוק מי ומי ההולכים, אמממממ, ווייסטו וואס, די איבעריגע איז אלץ די זעלבע ווי פאריאר.
 
קענסט אויכעט צולייגן די לעצטערע 'אפיציעלע' אנערקענונג וואס דער 'סיסטעם' האט אנגעהויבן געבן פאר מענטל העלטה, אריינגערעכנט די גרויסע סאטמארע אסיפה מיט די באטייליגונג פון זייערע עלטערע דיינים.
גענוי דאס האב איך געוואלט ברייט באשרייבן אין חלק ב'... העמיר זעהן צי כ'וועל אנקומען דערצו.
 
מען גוט א קוק אויפן זייגער, אוי ס'ווערט שוין שפעט, אוקיי לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיט די איביריגע סמעדרש, אהההה לאמיר גיבן א קוק מי ומי ההולכים, אמממממ, ווייסטו וואס, די איבעריגע איז אלץ די זעלבע ווי פאריאר.
איך וויל דאך אבער נישט די זעלבע ווי פאריאר, איך וויל דאך אסאך בעסערס?
 
כבוד מורינו @שמעקעדיג, לייק עווער, יו אר וואנדערפול! [לייען עס מיט’ן וויליאמסבורגער אקצענט...]
וכשמו כן הוא: wake up and smell the coffee
 
Back
Top