רעדלעך פון גערעכטיגקייט

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
650
רעאקציע ראטע
2,561
די נאטור איז הערליך פון איין זייט אבער אכזריות'דיג פון די אנדערע זייט.

א הערליכע וועלט פיהל מיט הערליכע נאטור, שיינע בערג און טאלן, ביימער און גראז, וואסערפאלן, טיפע בלויע הימלן, שיינע ציכטיגע וואלקענעס, פייגלעך פייפן אריין אינעם טיפן חלל, הערליכע ריזיגע בנינים וועלכע באצירן דעם פני תבל. שיינע גלאנציגע שטערענס מיט פלאנעטן וועלכע באשיינען דעם יקום ווי הערליכע דיאמאנטן און דשזולערי.


ווען מ'קוקט אבער אריין אינעם וועלט פון אביסעל נענטער, זעהט מען גאר אנאנדערע בילד, דער לייב פארציקט דעם אומשולדיגן יונגן נארוואס געבוירענע עלעפאנט, וועלכער האט קיינעם נישט געטשעפעט, נאר מילך פון דעם מאמען געטרינקן און בלעטער פונעם בוים געגעסן. שטעקט ארויס א וואסער לייב זיין נאז פון אונטער די אייז פאר פרישע לופט צו אטעמען, ווארט עם שוין אפ דארט א שניי ווייסער פאלער בער עם גרייט צו פארציקן, אמער זי איז דאך הונגעריג אירע בערישע קינדער ברויכן איר מילך, פרנסה!!.


שפאצירן די בולס צו געפונען וואסער צו שטילן זייער דארשט אינעם דזשאנגעל, ווארטן זיי שוין אפ פארציקענדע לייבן, טייגערס, און קראקעדאלן און ווארטן אויף א פיינעם סעודת שור הבור. וכמעשהו ביבשה כך מעשהו בים, ווי די ריזיגע לויתן שווימט ארום די טיפענישן פונעם ים און אזוי מיר נישט דיר נישט שלינגן זיי איין גאנצעטע פאמיליעס מיטן דור רביעי שוין בחדא מחתא.


אנשי דער ראה"ק'ס זוהן זיצט ביי זיך אין אפיס מיט שיינע אויסגעביגעלטע טייט הויזן און אן ארמאני קאלירטע שלייקעס איבערגעצויגן זיין אנגעפילטע אקסלן וועלכע ראללן זיך אראפ איבער א רונדיגע בייכעל וועלכס איז מעיד אויף אסאך טייערע יאפאנעיזישע וואגו סטעיק. א שיינעם איטאליענישע לעדערנער בענקל מיט באצירטע מעבל, אינעם טאטע'נס געשעפט, געבוירן מיט א זילבערנעם לעפל אין מויל. וויזאוי זאגט דארט די גמ' אין חגיגה, מי שיש לו נכסים מרובים ואוכלין מועטים.. פשוט א בר מזל, דער פרו ורבו האט נישט אויסגעבראכן ביינעם ווי דער תנאים טעללער א רגע נאכן צושפליטערט ווערן. דער שיינער נאטור האט עם דעליווערט פינקטלעך וויפיל קינדער ער האט געוואלט אבער די געלט האט ביינעם יורה כחץ געווען און יעדן דיעל וואס ער מאכט זעהט ער נאכאמאל א רעב שייעלע מופת.


העללא, יא דא רעדט חזקי' א שעהמעדיגער, רעדט ארויס האלב קעקעצענדיג, אנטשולדיגט.. כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל האבן די געלט היינט צוריק צו צאלן אבער עפעס א פראבלעם איז אינטערגעקומען און דער וועלכער האט מיר געברויכט היינט באצאלן האט עס אפגעשטופט אויף צוויי וואכן ארום, איז דא א מעגליכקייט צו קריגן אן עקסטענשן פאר נאך צוויי וואכן?? כ'פארשטיי נישט זאגט אן אויפגערעגטער אנשי, א זמן איז א זמן! און די געלט ברויך נישט אנשי אויף שבת צו מאכן.


טררר, העללא, משה! יא אנשי ס'הערט זיך? כאנישט קיין צייט צו פארברענגן מיט סתם דברים של מה בכך, הער אויס, דו האסט אינטערגעשריבן ערבות פאר חזקי' און דער יונגערמאן הייבט אן שטופן מיט תירוצים, געב אהער דאס געלט און פארהאנדעל דו מיט חזקי'! אבער אנשי... געב עם נאך די צוויי וואכן איך ווייס ער איז אריינגעפאלן אין א פראבלעם כ'זאג דיר אז ביז עטליכע וואכן איז די זאך מסודר... כ'בין נישט אינטערעסירט אין קיין תירוצים א זמן איז א זמן!


שלום בער דער מנהל מיט שיינע דיקע געקראזעלטע פיאות און א לאנגע אויסגעקעמטע בארד מיט וועלכן ער איז זיך כסדר משתעשע. זיין אויסגערוהטע פנים מיט שיינע רויטע באקעלעך וועלכע שרייט פון דערווייטענס אז ער ארבייט זיך נישט איבער. זיצט ביי זיך אין ישיבה אפיס מיט די וועד ההורים, א ספעציעלע וועד אוועקגעשטעלט מטעם די הנהלת הישיבה פשוט ארויסהעלפן מיט מענגעליזירן מי לחיים ומי למות ווועלכער בחור איז דער גליקליכער צו אנגענומען ווערן און טראגן אויף זיך דער נאמען מצויין, און וועמענ'ס גורל זאל זיין לעזעזל המדברה. יעדער פון די אויסדערוועהלטע פון די וועד ההורים פלאגן זיך בכלל נישט מיט זייערע קינדער און זיכער נישט מיט פרנסה, ווייל ווען יא וואלטן זיי נישט געווען גענוג גליקלעך צו מענגעליזירן אנדערע.


וואס גייט דא פאר פרעגט זיך די ביליאן דאללאר קשיא, וואס גייט דא פאר מיט דעם מאדנע בריאה, אויסערלעך קוקט עס אויס הערליך אבער ווען מ'זומט אריין זעהט מען פיל מיט אכזריות?!

נאטור טראגט נאך א שיינעם קלינגעדיגן נאמען, סערווייוול אוו די פיטיסט! אן עקא סיסטעם וואו כל דאלים גבר! ווי שטערקער מ'איז אלץ מער קען מען שחט'ן דעם שוואכערן, מורא'דיגע חכמה ליגט דערין?! נישט מעגליך צו פארענטפערן דעם סתירה.


אבער א אינטערעסאנטע זאך וועלכעס כ'האב באמערקט במשך אין די יארן א אינטערעסאנטע קאנעקשן צווישן די צוויי סתירות, א קאנעקשן וועלכע אייגענטליך בינדט צוזאמען די צוויי הפיכיות דהיינו די הערליכע נאטור ווי אויך די אכזריות'דיגע נאטור און דאס זענען די רעדלעך פון יוסטיץ פון גערעכטיגקייט. רעדלעך ווי אלע זענען שותפים אין עס אויפבויען און אנהאלטן, יעדער בויעט זיך זיין אייגענע רעדל איינער מער א גלאטערע און איינער מער א שטעכיגע פיל מיט שפיזיגע נעגל.


מיליאנען ביליאנען רעדעלעך וועלכע דרייען זיך גאר שטייט אבער מאכט זיכער אנצוקומען איבעראל. ווי שניי רעדלעך מיט אזעלכע גרויסע שארפע נעגל וועלכע שטעקן זיך ארויס ווי פון די הצלה און פייער טראקס וועלכע לאזן איבער זייערע אפדריקן אין די פראסטיגע שניי אין מיטן קאלטן ווינטער. אזא מין גלגל החוזר בעולם, ווי דער עבד לוה לאיש מלוה, או הוא א בנו ווערט גאר דער עושר און דער ראה"ק'ס אן אייניקל איז דער וועלכער ברויך גאר צוקומען צו עם. דער מנהל מיט די וועד ההורים ווערן גאר געבענטשט מיט אפגעפארענע קינדער וועלכע טיילן זיי צו בושות וחרפת.


די פראבלעם איז נאר אז ס'נעמט לאנג ביז דער גרויזאמער און צומאל זיסער רעדעלע דרייט זיך און שניידט אריין מיט זיינע שארפע נעגלעך און פולן קראפט, אין דעם ווער ס'האט זיי אויפגעבויעט. דער רעדל אויסקוקענדער מלאך המות מיט זיינע פולע נעגלעך וועלכער קוקט אויס ווי די מיליאנען אויגן פונעם מלאך המות אליין, דרייט זיך און ווארט שוין קוים צוריק צו צאלן פארן אינוועסטאר דעם קרן מיט נאך רווחים אויך. יא דאס זעהט טאקע אויס ווי סערווייוול אוו די פיטיסט! פיטיסט מוז נישט אייביג מיינען פיזיש שטארק, נאר, גאר גערעכט. און יא יא כל דאלים גבר דער וועלכער איז שטערקער און מער גערעכט. וויאזוי זאגט די וועלט, לאכן לאכט דער וועלכער לאכט די לעצטער.


מ'ברויך נאר נעמען דעם קעמערע מיט די גרויסע רונדיגע לענסעס, די מיט וועלכע די בילדער כאפערס באנוצן זיך ביי די חתונת, אזאנע לאנגע דיקע לענסעס און גוט אריינקוקן דערין, קוקן אויפן עבר און אויפן עתיד אויף איינמאל און דאן זעהן די קאנעקשן פון די צוויי וועלטן. אבער מיין קשיא איז נאכאלץ במקומה עומדת, איז דאס די הערליכע וועלט?! מה רבו מעשיך הויה כולם בחכמה עשית??!! איז דאס די באשאף פונעם אל מלא רחמים צו וועם מ'גערגעלט זיך אויס ביי נעילה?! האט דאס טאקע דער אל רחום וחנון באשאפן?! פארוואס מוז עס זיין צדיק ורע לו און רשע וטוב לו?!
 
הערליך און ווייטאגליך בענאזאם! יישר כח פאר די שיינע ארטיקל 💙

דיין ווייטאגליכע פראגע איז אבער נאר שווער אויב אונזער באשעפער איז טאקע אן אל רחום וחנון, אויב מען זאל אננעמען אז דעם אל רחום וחנון האבן מיר גאר באשאפן דורכאויס די יארן כדי זיך צו טרייסטן אויף די פארשידענע טראגעדיעס וואס האבן אונז באטראפן דורכאויס די פילע שיעבודים און גליות, איז אפשר כדאי איבערצוקוקן ווי טרייסטיג אזא געדאנק איז טאקע, וואס העלפט זיך צו בארואיגן אז א רחום וחנון איז געווען דער וואס האט פארגאזט מיליאנען צוליב פארשידענע חשבונות׳לעך וואס מיר זענען צו קליינקעפיג צו באגרייפן? אפשר איז גאר מער טרייסטיג אז עס איז נישטא קיין רחום, נישטא קיין חנון, השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם, און דא איז כל דאלים גבר, דאס פארשטייט דער לייב און דער אינד, דער קאמאדא דרעגאן און דער זעברא, נישטא קיין יושר און אפילו ווען עס איז יא דא איז ניטאמאל אזוי שיין, עין תחת עין איז שיין? א פאלעסטינער בעיבי פאר א ציוני איז שיין?

פאר מיר פערזענליך איז מער טרייסט צו וויסן אז גאט האט אונז פארלאזט אינם דזשאנגל וואס מיר קענען אלץ פלאנעט ערד וואו עס גילט די פאלגענדע מימרא פון א קליגער איד:

״די וועלט באשטייט פון צוויי סארטן ברואים, די קאקערס און די באקאקטע, מען דארף זען צו זיין פון קאקערס״ עכ״ל בערך.

דאס הייסט אזוי, דאס אז אנשי׳ס יוצא חלציו דארפן זיך סוף כל סוף ביקן צו חזקיה׳ס אייניקלעך איז פשוט ווייל חזקיה אדער איינער פון זיינע קינדער האבן זיך גענומען אין די האנט אריין און געווארן קאקערס.

נאדיר אביסל יושר, אביסל פון די שיינע וועלט, אביסל נאטור פונם אל רחום וחנון:
View: https://youtu.be/vNTuITWCROo
 
ווען נישט דאס ׳טויט׳, פון ווי וואלסטו געוויסט אז דו ׳לעבסט׳?

(האלט זיך נישט צוריק פון רעאגירן אויף דעם תגובה, איך וועל זייער עפרישיעטן פידבעק - ווייל כ׳בין נייגעריג וואס דער עולם האלט איבער אזא בליק...)
 
Back
Top