רעליגיע

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
621
רעאקציע ראטע
2,718
רעליגיע איז איינע פון די מערסטע דעבאטירסטע טאפיקס, די מערסטע און בלוטיגסטע מלחמות האבן זיך געדרייט איבער רעליגיע, און אוודאי מיינט מען נישט נאר די אידישע רעליגיע וועלכע האט די מערסטע געליטן אין די לעצטע צוויי טויזענט יאר, און איז פון די עלסטע רעליגיעס. נאר אויך צווישן די קריסטליכע, איסלאמישע, קאמיוניזם, עיטיאיזם, בודהיזם, הינדואיזם און קען זיין נאך עטליכע קלענערע גרופעס. וואס פארא אינגרידיענט פארמאגט רעליגיע אין זיך אז ס'ברענגט ארויס אזא שנאה און האס פון איין גרופע צום צווייטן?? ווען יעדע רעליגיע שרייבט קלאר פאר אז זיי גייען פאר שלום.


בכלל קוקט מיר אויס ווי די שנאה פון איין רעליגיעזע גרופע צום צווייטן איז אזוי אלט ווי די וועלט באשאף, און איז בכוונה אריינגעלייגט געווארן אינעם רעסעפי פונעם בריאה. פארוואס אידאס אזוי? פארוואס האט דער וועלט באשאפער געזעהן פאר אזוי וויכטיג אריינצומישן אינעם וועלט באשאף די קערענדלעך פון שנאה פון איין רעליגיע צום צווייטן?


אין מדרש איכה רבתי ווערט געברענגט אויף דעם פסוק אותי עזבו ואת תורתי לא שמרו, הלוואי אותי עזבו ואת תורתי שמרו, ס'טייטש הלוואי ווען עטס לאזט מיך גאט ארויס פון די פיקטשור און עטס האלט מיינע געזעצן. פארלאזט מיך טייטש איך אפ, פארלאז מיין רעליגיע אבער מיינע געזעצן היטס אפ, פייטס נישט פאר מיר, וועגן מיר, איך וועל מיך שוין אן עצה געבן היטס מיינע געזעצן ווייל דאס גיבט חיים למוצאיהם. אזויווי ידידנו היקר מי אני האט ארויסגעברענגט אין א דערנעבענדיגן שנירל לגבי גאט און די תורה געזעצן אז ס'פארהאן אזא ראציאנאלע מהלך פון אפלאזן גאט אבער היט זיינע געזעצן. זאת אומרת אז גאט גייט בעצם נישט אן רעליגיע, נאר אז מ'זאל היטן זיין תורה. ס'טייטש אויב רוב פון די גרויסע רעליגיעס (קריסטן, איסלאם) באציען זיך אויך דעם אזויגערופענעם אידישן גאט, אבער דער גאט זאגט כ'ברויך עס נישט.


אויב אזוי פון וואנעט נעמט זיך טאקע אזא שנאה כבושה פון איין רעליגיע צום אנדערן ממש עד שפוך דם ועד בכלל?? אין די לעצטע הונדערט יאר אליין זענען גע'הרג'עט געווארן קרוב צו צוויי הונדערט מיליאן אומשולדיגע נפשות! די מענטשן זענען געווען עלטערן, קינדער, טאטעס, מאמעס, שוועסטערס, ברודערס, וכו' וכו' צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות, די האלאקאוסט, קאמיוניזם, סטאלין, מאא, ועוד ידם נטויה..


הא תינח ווען די שנאה איז נאר פון איין רעליגיע צום אנדערן, אבער לדאבוננו הערשט גאר א שטארקע שנאה אינערהאלב יעדע רעליגיע אליין, דאס אליין האט אנגעזייעט חורבנות און בלוט אין די רעליגיעס. איסלאם למשל, איז צוטיילט צווישן שיעס און סוני, צוויי בלוטיגע פראקציעס. קריסטן, איז צוטיילט אין מערערע פראקציעס, קאטאליקן, פראטעסטאנטן, פיוריטאנס, ועוד. למשל די שנאה וועלכע די פראטעסטאנטן האבן קעגן די קאטאליקן אדער די קאטאליקן קעגן די פיוריטאנס. נישט דא איז די פלאץ אריינצוגיין אין היסטאריע פון אלע מלחמות פון רעליגיעס בכלל און אינערהאלב די רעליגיעס צווישן זיך. באט יו געט די פאוינט.


מיין קשיא איז, וואס שטופט די מענטשהייט צו באראבעווען און בלוט פארגיסן פאר רעליגיע?? וואס איז אזוי טעמפטינג אין רעליגיע אז הונדערטער מיליאנען מענטשן האבן זיך און אנדערע געלאזט שטעכן, פארברענען, אין וואסער דערטרענקען, און גע'הרג'ט מיט אלע מיתות משונות?? און דאס איז נישט נאר געווען אינעם פינסטערן אמאל, אין די דארק עידזשעס, נאר אין די לעצטע הונדערט יאר ווען די וועלט איז געווארן אויפגעקלערט, פארגעשריטן, און ארויסגעקראכן פונעם פינסטערן עבר?


אפילו יעצט שרייבענדיג די שורות גייען אן בלוט פארגיסונג אין אונזער וועלטל צוליב רעליגיע, און נישט נאר צווישן איסלאם און קריסטן אדער אידן נאר אפילו צווישן איסלאם די רעלידזשן אוו פיעס, און די הינדוס, אינעם ווייטן אינדיע און פאקיסטאן. אדער די רעליגיעזע מלחמות אינעם מיטל מזרח צווישן די שיעס און סוניס, אייסיס וכו' וכו'. די גאנצע וועלט (חוץ אמעריקע) איז דורכגעווייקט מיט בלוט צוליב רעליגיע! וואספארא געמיינע קערל ליגט אין רעליגיע אז דאס זאל פארגיסן אזויפיל אומשולדיגע בלוט איז די ביליאן דאלער קשיא?
 
פארוואס מיינסטו אז א געמיינע קערל ליגט אין רעליגיע?


אויב כ'וועל דיר ברענגען ציפערן פון עלטערן וואס מאכן אומגליקליך די קינדער רח''ל, ליגט עפעס א געמיינע קערל אין עלטערן?


אויב דו וועסט געוואר ווערן וויפיל קינדער ווערן מעלעסטעט דורך בעיביסיטערס, איז עפעס פונדעמענטל נישט ריכטיג מיט בעיביסיטערס?
 
אויב כ'וועל דיר ברענגען ציפערן פון עלטערן וואס מאכן אומגליקליך די קינדער רח''ל, ליגט עפעס א געמיינע קערל אין עלטערן?
קודם כל דער משל איז נישט דומה צום נמשל ווייל עלטערן קענען מאכן א ריכטיגע אדער נישט ריכטיגע טשויס, ס'ליגט אין זייער האנט. משא"כ רעליגיע איז א דרויסענעדע זאך.

אבער אדרעסירענדיג דיין קשיא לגבי עלטערן און קינדער איז א לענגערע שמועס פאר זיך און וועלכע מ'קען דן זיין אין אן עקסטערע אשכול.כ'האף בקרוב צו עפענען אן אשכול דערוועגן
 
לעצט רעדאגירט:
די שנאה פון ארגעניזירטע רעליגיע קומט פון דעם ווייל אויב מיין רעליגיע איז אמת דעמאלט ביסטו דאך ממש א מהרס און מחריב עולמות ווייל דו דערלאזט נישט אז מיין אמת'ע גאט זאל שוין ענדליך נתגלה ווערן און וידע כל פעול אז מיין גאט פעלתו. און אז דו ביסט ל"ע א כופר אין מיין איינציגער אמת'ער גאט דעמאלט מוז איך דיר הרג'ענען ווייל אז נישט וועט מיין גלויבן ליידן פון דעם אז דו עקזיסטירסט.

דאס איז דער חורבן פון ארגעניזירטע רעליגיע.

דאס פאראייניגונג פון מענטשן און א באוועגונג איז גאר שטארק, און אז מענטשן געבן אויף דעם אייגענעם שכל פאר א רעליגיע, א גאט, א רבי'ן אדער א פיהרער, איז דער וועג צו מערדעריי א קורצער.

אידישקייט איז היינט א מעסיגע רעליגיע ווייל עס איז נאך 2000 יאר גלות און מ'האמיר זיך אויסגעמענטש'לט. דאס זעלבע מיט קריסטנטום. אבער אין די גוטע צייטן, איז לא תחיו כל נשמה געווען גאנץ אין ארדענונג. אזויווי אחינו בני ישמעאל.
 
איך מיין אז ס'האט מער מיט אומ-טאלעראנץ, אזויווי מען זעהט די ליבעראלן היינט, כאטש וואס זיי גלייבן נישט אין גארנישט, דאך צווינגען זיי ארויף זייערע אג'ענדעס אויפן עולם.
ער איז א ליבעראלער, אויפגעקלערט, אינקלוסיוו וכו' און איך גיי ענק אלע צווינגען צי האלטן ווי מיר, אין לך צוקוועטשטקייט גדול מזה.
 
לעצט רעדאגירט:
אידישקייט איז היינט א מעסיגע רעליגיע ווייל עס איז נאך 2000 יאר גלות און מ'האמיר זיך אויסגעמענטש'עט. דאס זעלבע מיט קריסטנטום. אבער אין די גוטע צייטן, איז לא תחיו כל נשמה געווען גאנץ אין ארדענונג. אזויווי אחינו בנין ישמעאל.
די חילוק צווישן נצרות און אידישקייט איז אז ביי די אידן איז עס געוועהן געצווינגען, ביי די קריסטן ווידער איז עס געקומען פון זייער אייגן initiative. אידן האבן יארן לאנג געליטן אונטער די רוימישע אימפעריע ביז זיי האבן זיך אויסגעמענטשלט, עשרה הרוגי מלכות, חורבן ירושלים, מרד בר כוכבא, מרד החשמונאים, מרד התפוצות, א.א.וו., אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער ביז זיי זענען נישט געבליבן מיט קיין אנדערע ברירה און זיי האבן בעל כרחם זיך געמוזט אפלאזן פון די נארישקייטן. די קריסטן ווידער האבן נישט געהאט קיין צרות פונדרויסן, פארקערט, זיי זענען געוועהן די וואס האבן שאנטאזשירט יעדער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן, ביי זיי זענען די רציחות געקומען פון אינעווייניג, מ'האט זיך אזויפיל ארומגעהארגעט די קאטאליקן מיט די פראטעסטאנטן מיט די לוטערענס (באקאנט אלס The wars of the Reformation) ביז זיי האבן אדאפטירט די מהלך פון live & let live.
 
לעצט רעדאגירט:
די שנאה פון ארגעניזירטע רעליגיע קומט פון דעם ווייל אויב מיין רעליגיע איז אמת דעמאלט ביסטו דאך ממש א מהרס און מחריב עולמות ווייל דו דערלאזט נישט אז מיין אמת'ע גאט זאל שוין ענדליך נתגלה ווערן און וידע כל פעולה אז מיין גאט פעלתו. און אז דו ביסט ל"ע א כופר אין מיין איינציגער אמת'ער גאט דעמאלט מוז איך דיר הרג'ענען ווייל אז נישט וועט מיין גלויבן ליידן פון דעם אז דו עקזיסטירסט.

דאס איז דער חורבן פון ארגעניזירטע רעליגיע.

דאס פאראייניגונג פון מענטשן און א באוועגונג איז גאר שטארק, און אז מענטשן געבן אויף דעם אייגענעם שכל פאר א רעליגיע, א גאט, א רבי'ן אדער א פיהרער, איז דער וועג צו מערדעריי א קורצער.

אידישקייט איז היינט א מעסיגע רעליגיע ווייל עס איז נאך 2000 יאר גלות און מ'האמיר זיך אויסגעמענטש'עט. דאס זעלבע מיט קריסטנטום. אבער אין די גוטע צייטן, איז לא תחיו כל נשמה געווען גאנץ אין ארדענונג. אזויווי אחינו בנין ישמעאל.

בכלל נישט קיין פארגלייך. אידן האבן קיינמאל נישט געצווינגן אנדערע פעלקער אנצונעמען זייער רעליגיע. אוודאי זענען זיי נישט ארומגעגאנגען איבער די וועלט הארגענען מאסן מענטשען וואס האבן נישט אנערקענט אין זייער רעליגיע אזויווי די קריסטן און מוסלמענער.

אדרבה, די תּורה טוהט אונז אנזאגען, טאקע די וואכעדיגע סדרה, וכי ימוך אחיך ומטה ידו עמך והחזקת בו גר ותושב וחי עמך׃ א גוי אפי' ער האט נישט אנגענומען דיין רעליגיע אין ארץ ישראל, אויב ער איז נעבעך פארארעמט געווארן און ער דארף פינאנציעלע עסיסטעס, געב אים און זיי אים מחזק מיט געלט.

מיר זענען פון אייביג אן געווען א סימבאל פון ישרות און צדק ואור לגוים.

איראניש איז אז היינט אין א"י וואוינען 2 מיליאן גוים מיט פולע דעמאקראטישע רעכטן בו בעת וואס אידן באקומען דאס נישט אין אראבישע לענדער. מיט דעם אלעם אזוי ווי דעמאלטס איז היינט אויך דא אן אנגעגעסענע שנאה פאר פאלק ישראל (אנטיסעמיטיזם) וואס אסאך קענען דאס נישט קלאר מסביר זיין.
 
Back
Top