ארבע מי יודע? ארבע אני יודע! “ארבע אמהות”

די אשכנזישע אידענטום היוצא ביד רמ״א שטאמען פון פיר אמהות. אבער נישט דוקא וועלכע איר זענט באַקאנט מיט שרה, רבקה, רחל און לאה — די פיר אמהות טראגן בערך 45–50% פון אונזער DNA:

1. K1a1b1a – ~32% – אייראפעיש (Italy/France/Germany).

2. K2a2a – ~5–6% – אייראפעיש (Central/Western Europe).

3. N1b1a – ~5–6% –
לעוואנט - ? ancient Israelite.

4. H7 / H11 – ~3–5% – אייראפעיש (France/Italy/Germany).

די קליינע ליניעס זענען אויך טייל פון אונזער אמהות:

• J1b – ~1–2% – אייראפעיש
• J1c – ~1% – אייראפעיש
• T2f – ~1–2% – אייראפעיש
• T1a – ~1% – אייראפעיש
• U4 – ~1% – צענטראל/צפון אייראפע
• U5 – ~1% – צענטראל/צפון אייראפע
• X2 – <1% – אייראפע / לעוואנט - ? ancient Israelite.
• K1a9 – <1% – אייראפעיש
• K1a4a1 – <1% – אייראפעיש
• K2a2b – <1% – אייראפעיש

צוזאמען מאכן די קליינע ליניעס די איבעריגע ~50–55% פון Ashkenazi DNA.

איצט, ביי די parental lineage, איז די פראצענט פון Lavant DNA טאקע פיל העכער — 70–80%. פון ווי דער 20–30% האט זיך אריינגעשלייכעלט אין געדזשוינט די טרייב איז א גרויסע קשיא, נאכמער איז אומפארשטענדליך — מיר האבן קוים 5% ישראלישע maturnal DNA. אין גיור איז דעמאלטס נישט געווען קיין אפציע, ווען מיר זענען געווען פארשקלאפט ביי די רוימער.

איצט לאמיר זינגען אלע צוזאמען 🎼🎵א אידישע מאמע🎵🎼
 
”אז דו װילסט גײן קנאקן מיט גױטעס איז פײן, קײנעם'ס געשעפט, אבער װאס װילסטו פון דײנע קינדער??”...
 
אין גיור איז דעמאלטס נישט געווען קיין אפציע, ווען מיר זענען געווען פארשקלאפט ביי די רוימער
פון זיכרון געדענק איך אז דאס איז נאר שפעטער פארבאטן געװארן, נאכװאס די רױמישע קיסרים, אין פארטיקולאר קאנסטאנטין דער גרױסער, האבן אדאפטירט קריסטנטום און נישט סתם קריסטונטום נאר טריניטאַריעניזם (לאפוקי אַריעניזם). דאכצעך מיר אײנער פון קאנסטאנטין'ס דרײ קינדער, מלכים, האבן געאסרט אידן צו טױפן רױמער, קריסטן, צו דער אידישער רעליגיע אדער עפעס אזױ. ביז דאן פלעגן אידן פּריטשְן נישט צופיהל אנדערש װי קריסטן הײנט. פון װאנעט מײנסטו נעמען די קריסטן דעם מנהג? װאס האבן די נביאים דען געטוהן װען זײ האבן געמוסרט דאס אידישע פאלק?

כ'האב אמאל געהערט אז מען שאצן אז א האלבן מיליאן צו א מיליאן רױמער האבן זיך מגײר געװען צו אידישיזְם װען עס איז נאך געװען פאפולאר.
 
ס'האט עפעס מיט די כוזרים?
 
ס'האט עפעס מיט די כוזרים?
ניין! סהאט מיט מייסטענס דרום אייראפע – איטאליע, גריכנלאנד און אזוי ווייטער. די כוזאר געגנט איז טערקישע DNA, וואס מען געפינט נישט ביי אשכנזים.
די היינטצייטיגע DNA פארשונגען ווייזן אז אשכנזים האבן זייערע ווארצלען פון מזרח לאנד – ארץ ישראל און די ארומיגע מקומות, צוזאמען מיט א חלק פון דרום אייראפע ווי איטאליע און גריכנלאנד.
פארשונגען פון הארווארד, וואיצמאן און אנדערע גרויסע אוניווערסיטעטן האבן באשטעטיגט אז אשכנזים האבן נישט קיין שום באדייטנדע כוזארישע אדער טערקישע מאַרקער אין זייער DNA.
די גאנצע ״כוזאר טעאריע״ איז אויסגעטראכט געווארן דורך אנטיסעמיטישע קרייזן וואס האבן געוואלט אוועקנעמען פון אידן זייער קשר צו ארץ ישראל!
 
Back
Top