רבי'ס - ווי אזוי קוקן זיי זיך אליין אן?

שדיים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 14, 2024
מעסעדזשעס
195
רעאקציע ראטע
479
די וועלט פון רבי'ס.

איך מיין נישט אצינד זייער דרויסנדיגע וועזן, נאר ענדערש זייערע מחשבות, געפילן, גלויבונגען. ווי אזוי קוקן די רבי'ס אן זייער עקזיסטענץ פון זיין א פוסע על ראשי עם קודש, און פירן אן עדה פון אידישע קינדער?

איז אזוי: עס זענען פארהאן פארשידנארטיגע רבי'ס און אדמורי"ם, און מיר וועלן דאס פראבירן צו צעטיילן אויף עטליכע קאטאגאריעס.

1. די וואס מיינען עס גאר ערנסט:
עס זענען פארהאן אדמורי"ם, ערנסטע מענטשן און עובדי-השם, וואס האבן זיך דערווארבן גאר א מיסטעריעזע ערנסטע בליק אויף זייער גאנצער וועזן. זיי נעמען אן און גלויבן ערליך, דער גאנצער בריאה דרייט זיך ארום זיי, און זיי זענען דער פלאן פון הקב"ה מששת ימי בראשית. זיי זענען די וואס ברענגען אראפ א שפע פאר אלע מענטשן, אדער כאטש פאר זייער ציבור הקשורים איתם.

עס זענען פארהאן רבי'ס וואס גלויבן טיף, אז זיי זענען דער יציר כפיו של הקב"ה, דער איין איינציגסטער מאן (מלאך) אויף די וועלט, וואס פארמאגט א דעה אין הימל, און ער איז מקשר אלע בריאים פון די וועלט צום באשעפער. דאס מיינט אז אן אים וואלט חלילה נישט געווען קיין בריאה און קיין יצורים. זיי גלויבן, אז א חלק פון אמונת אלהי עולם, איז אויך צו גלויבן אין זיי און זיי צו הייליגן.

די רבי'ס זענען נישט קיין ליידיגגייערס, זיי ברעכן פון זיך שטיקער און דינען דעם אויבערשטן מיט יגיעה, מחשבה ושמחה. אבער אלס חלק פון זייער עבודת-השם, פארשטייען זיי די פליכט וואס דער אויבערשטער האט נעבעך ארויפגעווארפן אויף זיי, צו זיין דער משפיע ממקור עליו אל עדת צאת מרעיתם בהאי עלמא. טראצדעם וואס זיי זוכן דאס בכלל נישט און ווילן דאס נישט האבן, טייל פון זיי האלטן אז דער איש פשוט אויף מערב, איז אסאך גליקליכער פון זיי, אבער וואס קען מען נעבעך טון? - דער אויבערשטער האט זיי אויסגעקליבן פאר דעם פאך, צוליב זייער הייליגע נשמה, וואס דורות שומרי הברית האבן געארבעט אראפצוברענגען אויף די וועלט. דעריבער דארף מען זיך מבטל זיין צום דעת העליון.

מ'קען אנטאפן אזעלכע מענטשן. איך וואלט אריינגעלייגט אין דער קאטאגאריע האדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל ובנו מירושלים, וועלכע גלויבן אין זיך עד עומקי נשמתם. דער סקווירער איז האלבוועגס אזוי. באמת אין הארץ לאכט ער, אבער ער גלויבט אין די זכות אבות און אז עפעס ליגט אין אים, מצד אבותיו. הרבי מסלונים ירושלים חושב ככה, והאמת הוא שאביו כבר חשב ככה. ווער רעדט נאך פון דער מייסטער משוגענע'ר, מענדעלע פון בני-ברק. ער האלט דאך אז אן אים איז קיין בריאת-העולם נישטא. אנדערש פון די פריעדיגע דוגמאות, איז ער קיין עובד-השם אויך נישט, אבער די משוגעת ליגט ביי אים אין קאפ, אז ער איז מלך העולם און אלע רבי'ס זענען כקליפת השום נגדו. פארוואס? - ווייל אזוי!

נאכאמאל, די רבי'ס קענען זיין ערליכע אידן, וואס טובל'ן זיך חצות אין קאלטע מקוואות, זענען מוותר אויף תענוגי העולם הזה, אבער זיי גלויבן אין זיך באמת, נישט בלויז אלס ערליכער איד, נאר אלס חלק פון באשעפער אליין כביכול.

2. ערנסטע אידן רבי'ס:
דאן זענען פארהאן א געוויסע קאטעגאריע, פון ערנסטע מענטשן וואס זענען צופעליג רבי'ס. די דאזיגע קוקן זיך נישט אן אלס העכערע מלאכי'שע דמות, וואס איז דער מתווך צווישן גאט און דאס מענטשהייט. זיי זענען ערנסטע מענטשן, צדיקים, כל אחד כפום דרגה דיליה. זיי ווייסן און פארשטייען זייער תפקיד, צו פירן אן עדה אידן, מייעץ צו זיין, אויפנעמען און בעטן דעם באשעפער פאר זייער וועגן.

די דאזיגע רבי'ס האלטן זיך נישט בעצם העכער אין רוחניות'דיגן דמות פון אנדערע. הגם, זיי קענען פארשטיין אז זיי זענען אפשר חשוב'ער, מער געלערנט, בעסער געדאווענט, שענער אויסגענוצט די צייט, אבער נישט בתור הימל קריכער, נאר אלס איינער וואס האט אויסגענוצט זיינע יארן און כשרונות, און אצינד נוצט ער דאס אויס צו דינען זיין ציבור.

די רבי'ס טראגן מיט זיך א נאטורליכער חן, צוליב זייער ערנסטקייט פון איין זייט און זייער ענוה פון די אנדערע זייט. זיי קענען זיין אפילו בעלי-גאוה אויך, אבער ענוה מיין איך צו זאגן, אז זיי אנערקענען זייער שטאנד, נישט אלס העכערע מענטשן, נאר אלס ערנסטע מענטש וואס מען האט געשטעלט על הציבור. צווישן די רבי'ס ציילן זיך, האדמו"ר מבאבוב 45, ויז'ניץ שיכון, המשפיעים בידערמאן, זילבערבערג ועוד כהנה, רחמס"ט ב"פ זצ"ל וכמה מבניו. דער סקווירער שטייט אביסל צווישן די ערשטע מיט די צווייטע. איך וואלט אריינגעלייגט אין די קאטעגאריע דער רבי פון וויזניץ ווי"ב (זיין ברודער פון גיבערס וואלט אריינגעלייגט אין די פריעדיגע קאטעגאריע), און נאך פיל אנדערע רבי'ס וואס זענען אזוי. צווישן די רבי'ס פון די קאטעגאריע קענסטו אויך אריינשטעלן האדמו"ר מוויען ופאפא.

3. טעראריסטישע רבי'ס:
דאס איז א קאטעגאריע וואס איז ווערד א באזונדערע אפהאנדלונג. רבי'ס וואס זענען פשוט'ע בוליס. זיי גלויבן באמת נישט אין זייער הייליגקייט, זיי נעמען אפילו נישט אויף זייער שטאנד מיט אן ערנסטקייט און אחריות על הציבור. זיי זענען דא צו בוליען דעם ציבור און אנדערע מענטשן.

צופיל דארף מען נישט אויסשמועסן איבער די רבי'ס. זיי זענען אזעלכע וואס קוקן נישט אויף די טובה פון זייער אייגענעם ציבור און מיינען נישט לשם-שמים, נאר פשוט'ע כבוד תאוה וכסף, און צו באגראבן יענעם. דוגמאות זענען דא לרוב, דעריבער וועלן מיר נישט אנכאפן קיין נעמען, אבער וואס עס איז יא אינטערעסאנט צו זאגן, אז עס זענען פארהאן פיל רבי'ס, וועלכע שטייען צווישן די צווייטע און דריטע קאטעגאריע, למשל דער באבוב'ער און נאך אנדערע.


4. רבי'ס לצים:
דאס איז א קאטעגאריע פון רבי'ס, וואס זענען פשוט'ע לצים. זיי גלויבן נישט אין זייער הייליגקייט און העכערקייט, זיי ווייסן אויך אז זיי זענען ווערד א שטויס. זיי לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך און שטילערהייט מאכן זיי לצנות פון דער עולם קעלבלעך וואס גלויבן אין זיי.

איר זאלט נישט קיין טעות האבן, זיי קענען זיין גאנץ ערנסטע מענטשן וואס זוכן צו דינען דעם ציבור, אבער אלס חלק הרבי'טעווע, לאכן זיי זיך אריין אין די גאנצע געשעפט. זיי גלויבן נישט אין קיין קוויטלעך, טישן... זיי טוען אלעס פארמאל, אבער זיי לאכן א גוטס. איין רבי וואס איז געווען באקאנט דערפאר, איז געווען דער ברך משה. דער בעלזער איז אויך אזוי, כאטש וואס ער האט ערנסט אינזינען זיין ציבור. דער רבי פון וויזשניץ מאנסי איז שטארק אזוי און קוקט אויף דער גאנצער נושא ווי א פשוט'ער דזשאוק (איך קען א ביזנעסמאן פון זיבעציג יאר אלט, וואס איז געקומען צו אים זיך מייעץ זיין צי ער זאל שוין רעטייערן, האט ער אים געענטפערט, "קוק אויף מיר, איך האב קוים אנגעהויבן א נייע ביזנעס, און פאר דיר זאל איך זאגן אז דו זאלסט שוין רעטייערן?). דער מהר"א מסאטמאר האט א שמעק פון די קאטעגאריעס 2.3. און 4, ער איז אלעס אויף איין מאל.

דאס זענען די פיר קאטעגאריעס פון רבי'ס, מנהיגים וואס מיר פארמאגן היינטיגע טעג.
 
זייער ריכטיג, אין איך האב הנאה געהאט וואס דו ברענגסט משלים, טראץ וואס מען קען זיך דינגען אויף יעדע משל, יעדע חסיד וואס וויל שטעלען זיין רבי אין א אנדערע קאטאגאריע, ברענגט אבער די עטליכע משלים צוזאמען ריכטיג ארויס די יסוד.

די פערדע קאטאגאריע קען מען ציטיילען אין צוויי.
 
לעצט רעדאגירט:
קומסט אריין שיין, אבער דו פארפארסט אביסל. די ערשטע צוויי זענען טאקע צום קעפל, וויאזוי זיי קוקן זיך אליין אן, די צווייטע 2 איז וויאזוי דו קוקסט זיי אן... קיינער קוקט זיך נישט אן פאר קיין טעראריסט אדער סתם א לץ, אפילו אויב זיי טוען טעראר און ליצנות.

למשל וויזניץ מאנסי, ער קען מאכן א ווערטל ביזנעס, און עס נעמען אביסל לייכט, איך בין אבער זיכער ער טראכט ער ערפילט א וויכטיגע תפקיד אין לעבן. די זעלבע מהר"א, ער קען לאכן פון אלעס, אבער איך גלייב ער זעט זיך אלס ערנסטע רב וואס טוט פאר כלל ישראל א גאנצע טאג. סקווירא איז גלייב איך אינגאנצן דיין ערשטע קאטעגאריע. בעלז קען זיין ער זעט זיך אינגאנצן אלס סי אי או.
 
וואס געשעהט ווען דער פון קאטעגאריע 1 כאפט זיך אז ער האט געבולשיט א מענטש פלעין פאר זיין פערזענדליכע בענעפיט? ווען ער כאפט זיך אז ער האט געטון עפעס וואס א יוזל וואלט לכאו' נישט געטון? ווען א גאר נאנטער חסיד זיינע זאגט אים 'ביסט א ריזן בעל דמיון, און מיין דשאב איז דיר צו האלטן סעיף ווען דו גייסט צו קרום'.

צוריק גייט א קאזע. יעצט וועט ער אנהייבן מאכן גאנצע חשבונות און תורות אז ער איז נאכאלס יוזל.
אויב אזוי ניצן זיי אויכעט אביסל פון נאמבער 4? אביסל בולשיטן זיך, און אסאך בולשיטן יענעם?

אויב זיי זעהן איינער איז א טהרעט צו דעם אז זייער ספעציעלקייט זאל זיין אנערקענט, און זיי ווייסן גאנץ גוט אז זייערע שווענצן וועלן אפקויפן אלעס וואס זיי זאגן. וועלן זיי נישט ארויסווארפן א ווארט פון ביטול אויף יענעם? וועלן זיי נישט יענעם מרחק זיין פון די קהילה אפי' אויב יענער וועט זיך שפירן ווי אין חרם?
אויב אזוי, ס'וועט פאר זיי נישט זיין קיין אפהאלט פון ניצן נאמבער 3. אביסל טעראר, אביסל צוקלאפן און מקריב זיין אנדערע פאר די אייגענע הייליגער שטאנד.

ביי א ספעציעלן הייליגן מענטש איז דען דא עפעס וואס איז נישט ערענסט?! אפי' א ווערטל, אדער זיך אפרוען איז ערענסט. און זיכער איז אויך דא ערענסטע עבודות.
און אונז זעמער שוין ביי נאמבער 2.


ווייל א מענטש וואס דמיונט זיך העכער פון אנדערע איז זייער מסוכן! כ'קען מער ווי איין אזא נארסעסיסט פון די נאנט!
 
שיין געשריבן הגם מ'קען זיך דינגען אויף די משלים.

איך מיין אז אסאך האבן אנגעפאנגען מיט די פערדע קאטעגאריע אבער מיט די צייט באקומען זיי די צווייטע (און אפשר אפילו די ערשטע) און קענען אויך ווערן די דריטע קאטעגאריע מיט די צייט.
 
רב דאמב פון לאנדאן האט אמאהל געזאגט אז די רבי'ס הייבען אהן ווי פשוט'ע מענטשען זיי לאכען (שטילערהייט) פון זייער חסידים וואס כאפען שריים און פרעגען פיקוח נפש שאלות.
נאך אפאהר חדשים הייבט די רבי אהן טראכטען אז אפשר איז ער טאקע עפעס, און ביז אפאהר חדשים גלייבט ער שוין אינגאנצען אין זיך..
 
קומסט אריין שיין, אבער דו פארפארסט אביסל. די ערשטע צוויי זענען טאקע צום קעפל, וויאזוי זיי קוקן זיך אליין אן, די צווייטע 2 איז וויאזוי דו קוקסט זיי אן... קיינער קוקט זיך נישט אן פאר קיין טעראריסט אדער סתם א לץ, אפילו אויב זיי טוען טעראר און ליצנות.

למשל וויזניץ מאנסי, ער קען מאכן א ווערטל ביזנעס, און עס נעמען אביסל לייכט, איך בין אבער זיכער ער טראכט ער ערפילט א וויכטיגע תפקיד אין לעבן. די זעלבע מהר"א, ער קען לאכן פון אלעס, אבער איך גלייב ער זעט זיך אלס ערנסטע רב וואס טוט פאר כלל ישראל א גאנצע טאג. סקווירא איז גלייב איך אינגאנצן דיין ערשטע קאטעגאריע. בעלז קען זיין ער זעט זיך אינגאנצן אלס סי אי או.
ריכטיג וויזשניץ מאנסי איז אין די צווישען איינס אין צוויי קאטאגאריע, ווייל ער גלייבט באמת אין די כח וואס ער האט ווייל ער גלייבט אין זיין טאטע אין זיין טאטע האט אזוי געזאגט.

ער קען ענפערן מיט א ווערטל, אבער זיין תשובה איז געווען א תשובה, בלייב ארבעטען, ער האט נישט גענפערט ווי די ברך משה, פרעג דיין דאקטער.

אגב דער ברך משה (איך האב אים נישט געקענט) האט ליצנות געמאכט פון די שוואנצנים אבער נישט פון די חסידים, ער האט פארשטאנען אז עס דארף זיין א רבי ער האט אויפגענומען קבלת קהל און גענפערט נארמאלע שאלות, אין מיעץ געווען אפילו אין דאקטעריי, געדאווענט פאר זיינע חסידים, אין געפירט טיש.

וואס ווער עס האט אים געקענט זאגט מיר אז א זאך פון וואס ער האט נישט געהאלטען האט ער נישט געטוען.

ער איז לויט ווי איך פארשטיי און די צווייטע קאטגאריע, נישט געהאלטען אז ער פליעט און הימל, יא געהאלטען אז עס זענען דא אדער געווען אזאליכע אידען וואס זענען געפלויגען און הימל אבער ער האט פראבירט צו פירען לויט זיין יכולת, און ער האט געוואלט אז יעדער זאל וויסען וואס ער קען יא און וואס ער קען נישט.

די פערדע קאטגאריע ווי עס שטייט געשריבען, איז פירען רעביסטעווע און לאכען דערפון, דהיינו פאפען דעם עולם, אינדרויסען פירען ענפערען כאילו ער פליעט און הימל, פירען טיש, הנאה האבען ווען תמימי לב פארציילען מופתים, אין פריוואט לאכט ער פון דער וואס קומט צום טיש.

און עס איז דא אזאנע רבי'ס אויך.

אויך מיין איך עס זענען דא רבי'ס וואס זענען א געמיש פון איינס מיט דריי, דהיינו ער מיינט אז ער איז גאט, אבער גאט מעג זיין שלעכט.
 
איך וועל מיך דינגען אויף איין משל, דער סקווירער צדיק לאכט גארנישט, ער האלט באמת אז ער איז גט'ס מתנה צו די מענטשהייט.
מענדעלע האגער? איך האלט נישט אז ער מיינט עס ערנסט. איך האלט אפילו נישט אז ער איז רעליגיעז. איך האב פארברענגט מיט דעם רומענישער יארן צוריק פאר שעות און שעות, דער האט געגעסן כאילו אחזו בולמוס. און דאס איז געווען ביי של”ס.
מאטל זילבער איז מן הסתם קאטעגאריע א'.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט גענוי ווער גייט אריין אין וועלכע קאטעגאריע
און איך גלייב אז יעדער וועט האבן אנדערע אפיניענס אויף דעם
אבער די כנגד ארבעה בנים דיברה תורה איז זיכער זייער א קלארע נקודה
ישר כח @שדיים
 
ר"א האלט אז ער האט עפעס א שייכות מיט ר' שמעון, ער זאגט אז מען קומט צו אים צו די הדלקה איז עס פונקט / בעסער ווי זיין אין מירון

אויך, טראץ דעם וואס עס איז זייער אבוויעס צו יעדן איינעם זיין פערסאנאליטי טרעיטס, מען קען זעהן פון א מייל אוועק וואס עס טרייבט אים, מוז אבער נישט זיין אז ער אליינס איז באוואוסטזיניג דערצו. 'סעלף אווערנעס' איז א גרויסע מדריגה וואס נישט יעדער איז זוכה דערצו.
 
Back
Top