- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
איך מוז נעמען א ברעיק פון רעגיולאר Brake of regular פאר א קליינער שנירל דורך וואס איך טרעף זיך אין א סיטואציע איצטערט. איך וואלט געוואלט הערן דעם דעת הקהל בנושא פון דעם קעפל.
איך האב גאר א נאנטער ידיד, לאמיר איהם רופן ראובן (איך האף אז ראובן גייט ליינען דעם שנירל און גייט רעאגירן), ראובן איז באמת א ידיד נפש כל חי. ראובן'ס גאנצער וועזן איז ממש נאר צו העלפן א חבר בעת ושלא בעת צר. סיי וואספארא טובה מען דארף פון ראובן קען מען זיך צו ווענדען ווען אימער, און וואס אימער.
בדרך אגב עס איז דא אזאנע סארט מענטשן וואס פאר די חברים וועלן זיי זיך ממש לאזן הרג'ענען, אבער די אייגענע שטוב פאר די אייגענע ווייב און קינדער וועלן זיי לאזן גיין אינ-דער-ערד אריין. אבער אונזער ראובן איז דוקא גאר א געטרייער מאן פאר זיין ווייב, און ווי אויך גאר א גוטער טאטע פאר זיינע קינדער.
חברים, הצלה, קאמיונעטי עקטעוויסט, דינט אלץ א טראסטי, און באורד מעמבער אין די לאקאלע ווילעדזש לטובת הכלל והפרט. (איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים למען אינאמיע).
אויך איז ראובן באוואוסט צו זיין קאנעקטעד צו א געוואלד מיט ביזנעסער. ראובן טוהט שדכ'ענען שמעון מיט לוי ווי ביידע קענען נהנה זיין איינער פונעם צווייטן און פארדינען אפאר גראשן דורך זיין שדכנות. די אלע זאכן טוהט ראובן מיט א געוואלדיגע איבערגעגבנקייט בלי תשלום גמול. און אינטערסאנט איז, ווען ראובן שדכנ'ט אן אזא געשעפטל שטייט ער ממש אויפ'ן קאפ פון ביידע צדדים אז זיי זאלן זיך ריקן פאראויס מיט'ן דיעל כאילו זיין קאמישען ווארט אויף די קלאוזינג פון די געשעפט וואס ער האט אנגע'שדכנ'ט. "און איך וויל נאכאמאל ארויסברענגען די נקודה אז ראובן אליינס פארדינט נישט קיין פיאסטער פונעם גאנצען געשעפט".
נאך א נקודה וואס איז וויכטיג פארן שמועס. אונזער ראובן איז דוקא א שיינער בעל-בתישער בעל פרנסה, ער ארבעט שווער פאר זיין דאלער און ער פארדינט פארהאלטנמעסיג שיין.
"ויהי", ווי רש"י הק' ערווענט שוין אז "ויהי" איז א לשון צער, עס מאכט זיך א מעשה אן א דיטעילס, א יעדער איינער ווייסט וואס עס האט פאסירט הארט בעפאר יו"ט אז איבער 100 אינגעלייט האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס אין א שלעכטע געשעפט. (נישט דאס איז די נושא סא גיי איך אין דעם נישט אריין, צו במזיד אדער בשוגג, יא געוואלט גנב'נען פשוטו כמשמעו, אדער פרובירט צו ראטעווען א קאמפאני, נישט נוגע דא צו אונז) און אונזער באקאנטער וואוילער עסקן ראובן איז ל"ע אויך אריינגעפאלן און פארלוירן א ריזיגער סכום. ראובן האט צוזאם געשלעפט דעם סכום פון אסאך אינגעלייט וואס קענען אים שוין יארן אלץ אן איש ישר און האבן אים ענ-טראסט מיט זייער געלט (רוב דערפון נישט קיין כשר געלט) והכסף איננו כי לקח אותו וכו'.
ראובן באקומט א רוף אין איין שיינעם טאג פון איינע פון זיינע אינוועסטירער און זאגט אים מיט א שמחה רבה. עס איז מיר אונטערגעקומען א מציאה, איך האב פיינעלי געטראפן א דירה נאה וואס איך גלייך מיט אלעס ארום. איך האב שוין נעגאשיעטעט מיטן סעלער, כולם יענו ויאמרו, מזל טוב לאמיר אריין אינעם קישור קאנטראקט, איך דארף א אראפלייגן א דאון פעימענט פון צוויי הונדערט טויזענט דאלער אין 10 טאג ארום. ע"כ בעט איך דיר זייער ראובן, די קומענדיגע חודש ברענג מיר ביטע צוריק מיין געלט וואס איך האב איינגעשטעקט. ב"ה זייער שיין פארדינט, איך קען דיך נישט גענוג אפדאנקען פאר מיר ערמעגליכן צו זיך איינהאנדלען אזא דירה נאה, ווען נישט דיר וואלט איך נישט געהאט דאס געלט צו אפי' קענען טראכטן פון קויפן, אבער אדאנק וואס איך האב פאר 15 חדשים צוריק אריינגעשטעלט דאס געלט ביי דיר, האב איך ממש פארדינט די 60% אויפן געלט און ב"ה מען קען גיין אין קאנטראקט בשטו"מ אין א מזל'דיגע שעה אן קיין עקסטערע שוועריגקייטן.
זיכער, ענטפערט ראובן מיט פאטאס. די חודש ענדיגט זיך אין ווייניגער ווי 10 טאג וואס די דיוועדענס ווערט צוטיילט. ביי די 12'טע טאג וועט דאס געלט זיין אי"ה ביי דיר. קאנגרעטולאציע צו דעם קנין. מזל וברכה. בשטו"מ. ביי די וועי, פאר ראובן לייגט אראפ, זאגט ער פארן אינוועסטירער "איך עקספעקט א שיינע פרעזענט... נע, איך מאך א דזשאוק, איך בין אזוי העפי אז איך האב געהאט די געלעגענהייט דיך ארונטער צו שטעלן אונטער דיין אייגענער דאך. גוד נייט, וויל טאלק".
ראובן, בטבע אלעס וואס ער טוהט, טוהט ער מיט אן או.סי.די. אופן. ראובן שיקט גלייך נאכן אויפהענגען די טעלעפאן אן אימעיל צום צענטראלן אפיס ווי מען אינוועסטירט דאס געלט, אז דער און דער ציהט זיך ארויס פון געשעפט, ער גייט אי"ה אריין אין א קאנטראקט און ער דארף האבן דאס געלט פארן דאון פעימענט. זייט וויסן אז לויט מיין חשבון קומט עים עקזעקטלי $203,563.23 ביטע שיקט דעם ווייער צו שמעון Account # 12345678 123 Main Street Spring Valley NY 10977 Routing # 021000021 און אימעיל סענט נאך באותו מעמד ומקום, נאך יענע פארנאכטס.
ראובן ליידט דאך פון או.סי.די. עס גייט אדורך דריי מינוט און ער באקומט נישט קיין ענטפער. פאר העבן'ס סעיק עס איז נאך ביזנעס שעה'ן, פאר ראובן איז דאס נישט קיין תירוץ, ווען ראובן וויל עפעס לטובת א צווייטן, ניטאמאל פאר זיך, וועט זיך די זוהן און די לבנה אפשטעלן, נישט קיין חילוק וואס עס טוהט זיך. צו וועם ער דארף אנקומען פארן צווייטן וועט ער עס טוהן אפי' ער זאל שטיין אונטער די חופה פון אן אייגן קינד. (לגוזמא לסבר את האוזן)
ראובן פארשטייט אויך עס איז עפטער ביזנעס שעות, בארואיגט ער זיך אליין זיין געוויסן. אוקיי עס מאכט סענס, טראכט ער אזוי צו זיך. ראובן קלינגט צוריק שמעון אפי' שמעון עקספעקט דאך נישט יעצט קיין קאל פון ראובן, אבער ראובן געוועלטיגט אויפן טעלעפאן און אויף די אלע וואס ער העלפט ארויס. העלא שמעון, איי עם סאו העפי פאר יו מיט די נייע דירה יו העוו נאו איידיע. עניוועי איז ער ממשיך און לאזט נישט שמעון אפי' ענטפערן, איך האב געשיקט אן אימעיל פון די ריקוועסט די אפיס האט גראדע נאך נישט געענטפערט, איך האב אים אויך געקאלט אפאר מינוט נאך דעם, ער האט גראדע נישט אויפגעהויבן. אבער זייט וויסן איי עם אן טאפ אף איט.
שמעון ענטפערט צוריק, ראובן אר יו אוט אף יור מיינד? עס איז דאך יעצט פארנאכטס, איך האב צייט פאר מארגן אינדערפרי, ווי וויל דיעל וויט איט אין דע מארנינג. ענטפערט צוריק ראובן מיט א מין בעל אחריות'דיגער שטימע אנגעפילט מיט אויטאריטעט, דו ווייסט דאך וויאזוי איך בין, אלעס מוז געשעהן אויפן פלאץ, אז נישט שלעפט זיך עס, און דאן ווערט עס קיינמאל נישט ארלעדיגט, וואס איז דיינס איז דיינס, יו קנאו וואט איי מין, יעס?
שור שור, ענטפערט שמעון, טאקע א פלעזשער צו דיעלן מיט דיר, טאקע פאר אט די פאקט. אבער דו פארשטייסט דאך אליינס אז די סארט אינוועסטמענט ווערט נישט געפירט פון די וועסטל טאש, עס האט אן אפיס מיט אן סי. עף. או. וואס עקספעקסטו, זיי זאלן זיצן 24 א שעה א טאג פאר דיר? רילעקס. יעה, יו אר רייט שמעון, א גוטע נאכט, וויל בי אין טאטש טאמארראו. טו מעיק א לאנג סטארי שארט, טאמאורא איז שוין געקומען און געגאנגען מן הסתם איבער 60-80 מאל זינט די מעשה. איך דארף אייך נישט זאגן וואס ווייטער. (צו שמעון האט זיך אן עצה געגעבן צו נישט ווייס איך נישט) אבער דא הייבט זיך אן די ריעל קוועשטאן. ביז אהער איז נאר די הקדמה.
ריוויינד 6-7 יאר. אנכי הק' האט זיך באקענט דורך א חבר מיינער וואס הייסט לוי מיט אט דעם ראובן. לוי, האט מיך קאנעקטעד מיט אונזער ראובן פאר א טובה/קאנעקשאן וואס איך האב געדארפט פאר מיינע געשעפטן. רעדענדיג מיט מיין יוגענט פריינד לוי, זאג איך, לוי וואלסטו אפשר געוואוסט ווער עס קען מיך קאנעקטן מיט א הייסע ריפערל צו יודל, איך וויל צו אים אנקומען, איך וויל אים סופלייען מיט די און די זאך, איך ווייס אז ער באצאלט מיט 12% מער וויפיל איך קען עס דעליווערן. דו ווייסט דאך יודל לאזט צו זיך נישט אזוי גרינג צוקומען, איך קען אויף דעם שיין פארדינען טאמער איך ווער זיין סופלייער. לוי ריספאנד אן טראכטן א סעקונדע, אויב איז דא איינער וואס קען עס דיר ארלעדיגן איז עס ראובן, ער וועט דעליווערן יודל אויף א גאלדענעם טאץ.
מיין חבר לוי קען זיך שוין מיט ראובן א לענגערע צייט. וויסן זאלסטו, ראובן איז א נשמה פון גאלד, ער האט ליב צו העלפן וועם און ווי ער קען אפי' דו האסט מיט אים גארנישט. נאר ווייל דו האסט א טיפה מזרע ישראל איז שוין גענוג סיבה אז דער ראובן זאל גיין פאר דיר אין פייער. כתוב וחתום בטבעת המלך, איך בין מחליט צו לייגן מיין בושה אין די זייט און גיין כאפן א שמועס מיט ראובן. לוי טוהט מיר די חסד ער קאנעקט מיך מיט ראובן, און היידא, די קאנעקשאן גייט ארויף אויף די רעלסן. ראובן האט מיר טאקע ארלעדיגט די קאנעקשאן סוקסעפולי, נאך אפאר וואכן הארעוואניע.
איך האב נישט פארשטאנען (איך פארשטיי נאך אלץ נישט) פארוואס זאל א מענטש זיך אזוי מוסר נפש זיין פאר א חבר'ס חבר. אבער מתוך הכרח האב איך נישט געפרעגט. דורכאויס די צייט וואס מיר האבן ממילא געדארפט רעדן מיט ראובן וועגן דעם דיעל און די לאדזשיסטיקס (איך פארשטיי נאך נישט עד היום פארוואס יודל האט נישט גענומען די לייצעס אין די האנט אליינס), דאן האב איך געהאט אן הרגשה (קען זיין א דאורייתא), אז ראובן איז מער ווי סתם א קאנעקטער, עס גייט מיר קאסטן אן אפותיקי און דערפאר לאזט ער נישט ארויס די לייצעס פון די געשפרעך, כדי ער זאל נישט ווערן אויסגעשפילט. אבער עס וואלט מיר מער געלוינט. איך האב עס נישט געטשעלעדזשט.
הוברר הדבר למפרע אז ער האט געארבעט פאר מיר א מענטש וואס ער הייבט נישט אן צו קענען. בחנם אן קיין שום מתנת יד, אפי' א קלייניגקייט האט ער נישט געוואלט פון מיר נעמען. "מיין באצאלונג וועט זיין ווען דו וועסט פארדינען פון דעם געשעפט ווי עס באדארף צו זיין". וואו, ראובן, האב איך מיט פאטאס געזאגט, איך האב נישט געקלערט אין מיין ווילדסטן חלום אז אין יארע 2017 זאל זיך טרעפן א אינגערמאן וואס זאל זיך אזוי אוועקגעבן פאר א צווייטע איד, ממש צום באוואונדערן. זענען מיר געווען אויפן טעלעפאן קאנסטענטלי ממש 5-6 שעה אין טאטאל א יעדן טאג, פון הויית הבלי הבלים, סתם מיך אויפגעהאלטן על לא דבר. אבער איך דארף דאך איצטערט צוקומען צו זיינע טובות, און אזא ביזי מענטש אז ער גיט זיך אפ מיט מיר מן הסתם איז עס וויכטיג פאר די פראסעס פון די קאנעקשאן און עס צו מאכן געשעהן. ליטערעלי די פאר וואכן האט ער מיך געקלינגען אין אלע מינע שעות פונעם טאג, 7 אינדערפרי און 11'ע ביינאכט, און אזוי גייט עס שוין אן זינט דאן. ווען ער האט נישט געהאט וואס צו טוהן האט ער מיך געקאלט מטכס עצה צו זיין אין זיינע געשפעטן, און סתם משוגע מאכן מיט קשיות אין געוויסע זאכן וואס איך בין באקאנט אין.
דאן האט זיך עס אנגעהויבן צו ריקן פאראויס צו טוהן טובות פאר אלע וואס ווענדן זיך צו אים.
דורכאויס אונזערע שמועסן איז פאר סיי וואספארא סיבה (עס האט בכלל נישט געדארפט קיין סיבה) אויסגעקומען צו שמועסן וועגן מערטשענט פראסעסינג קאמפאניס ווער עס איז גוט, ווער עס איז בעסער, פון פידעליטי, אמערי טשויס, הייטעק, סטרייפ, סקווער וכו', ווער לייגט שנעלער אריין דאס געלט, ווער לאזט סווייפן גרעסערע לימיטס, די פראסעס פון ווערן עפראווד. דאן איז מען אריבער ווי אזוי בענק אפערעיטן, ווען מען גיט ארויס א טשעק, ווי לאנג מען קען עס קאווערן, אלע שמועסן האבן זיך ארום געדרייט די סיסטעמס פון עלעקטראנישע געלט טראנזאקציעס.
מסיח לפי תומו, האב איך בטעות געמענטשענט אז מיין ק"ק טערמינעל קען איך ב"ה טשארדזשען איבער א מאה אלף א טאג און באקומען דאס געלט די נעקסטע צופרי. איך געדענק נישט וואס אין וואסערע קאנטעקסט איך האב פראוויידעט די פיס אויף אינפארמעישאן, אבער נא נא.. א קורצע תקופה דערויף האב איך געהויבן באקומען ריקוועסטס צו טוהן א טובה פאר דעם און פאר יענעם וואס ער העלפט אים דרייען געלט אין זיין ביזנעס ער זאל קענען אנגיין (למשל ער דארף באצאלן די מערטשענדייס אבער נאך נישט פארקויפט, האט ער דאך נישט דאס געלט איינצוקויפן, וויל ער סווייפן ביי מיר דאס קארטל איך זאל עים שיקן דאס געלט מארגן. איי סווייפ עס ביים סופלייער? די סופלייער נעמט נישט קיין ק"ק אויף האלסעיל, אדער ער באקומט עס מיט 15% ביליגער ווען ער באצאלט מזומן, ממילא לוינט עים מיר צו צאלן די מערטשענט פי פון בערך 3% און עס איז עם נאך אלץ ביליגער און האט נאך צייט צו באצאלן זיין קארטל נאך דעם וואס ער האט שוין פארקויפט די סחורה) עס איז דאך א זה נהנה וזה לא חסר וכו'.
אזוי א יעדע מינוט א נייע געשעפט, מיט א טובה פאר דעם און פאר יענעם, איך קען זיי טראסטן, ער איז אחריות, אויכעט באווארן זיך מיט אן אוטוראזעישאן פורם און א ריליעס פורם (פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז זאל עס ביטע נאכקוקן, צו לאנג צו מסביר זיין) אזוי משוגע געמאכט אז איך האב געמיינט אז נאך וואס איז שוין געטשארזשד געווארן בין איך פטור פארן טאג. א נעכטיגן טאג.. א נייער געדאנק, נאך א שאלה. די נעקסטע צופרי 6 אזייגער איז שוין דא אן או. סי. די. מעסעדזש ווען איך ווייער אריבער דאס געלט צו אים..
אזוי בין איך געווארן פארוויקעלט מיט זיינע טובות פאר אנדערע א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, אן האבן א רגע צו אטעמען און אינדזשויען מיין טאג אן אים אריינקאלן אדער אריין פאפן צו מיר אין אפיס. פארשטייט זיך אז א יעדעס מאל עקסטער האט ער געדארפט זיכער מאכן אז איך געדענק אז ער האט מיר געהאלפן מיט א קאנעקשאן וואס ב"ה האלט נאך אן עד היום הזה און מיר מאכן גאנץ פיינע זאכן, אין א יעדע קאנווערסעישאן עקסטער האב איך געדארפט הערן אז איך נעם נישט גארנישט דעפאר איך טוה עס נאר אלץ א טובה, און עס איז מיין פרעשור א יעדעס מאל (שוין 6-7 יאר) וואס דער קאסטומער ראובן'ס קאנעקשאן ווארט פון מיר אויף עפעס באקומט ראובן אן אלערט אז א נייער ארדער איז באשטעלט געווארן, און ער האט שוין באצאלט און די סחורה איז נאך אלץ נישט דא (געווענליכע בילס קענען באטרעפן פון 20 - 50 אלפים) און ממש ראובן שלאפט נישט ביינאכט ווייל איך ארבעט מיט זיין קאנעקשאן, און נאכאמאל, זאלסט וויסן איך האב גארנישט באקומען נישט פון אים און נישט פון דיר. פארוואס בין איך אזוי משוגע איך העלף די גאנצע שטאט? ממש נאר ווייל העלפן א צווייטע איד, ס'איז א מורא'דיגער חסד.
פאר איך גיי ווייטער מיט די תגובה וויל איך אייך ליינער בארואיגן איך האב נישט פארלוירן ביי אים קיין געלט, נישט ביי אינוועסטמענט און נישט ביי די טובות. איך האב קיינמאל נישט אינוועסטעד. און ווען איך האב געטוהן די טובה מיט קארטלעך וכו' האט ער מיר צוגעשטעלט די גאנצע סעקיורעטי מיט א דייטשע או. סי. די. פונקטליכקייט.
לייביש קענסט פליז יעצט טשארדזשן? ראובן איך בין אויף די אנדערע ליין, איך וועל דיך שארטלי צוריק קאלן. עס איז נאך נישט דורך 5 מינוט, נא לייביש ביזט נאך אלץ אויף די ליין? יא ראובן, איך וועל דיך צוריקקאלן ווען איך לייג אראפ. המממממ, אוקיי איך האב דען א ברירה, אבער קאלל מיך צוריק, פארגעס נישט אזוי ווי אייביג וואס דו קאלסט מיך קיינמאל נישט צוריק..
נאך 15 מינוט און דריי מאל קאלן הייב איך אויף. זעהסט לייביש, איך האב געוויסט אז דו גייסט מיך נישט צוריקקאלן. פארוואס ווען דו דארפסט א טובה פון מיר, ביז א מינוט איז עס א יא יא אדער א ניין ניין, איך שלעפ קיינמאל קיינעם נישט ארום, פארוואס ווען איך דארף עפעס פון איינעם שלעפט מען מיך ארום. אהההה, איך ארבעט פאר א ליווינג, איך האב געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן וואס האט געדארפט ערדזשענטלי מיין אטענטשען. פיין דאס מאל, אבער קיינמאל וכו'... ביי די וועי, דו מאכסט היינט הונדערטער טויזענטער דאללארן פון די שווערע ארבעט וואס האב אריינגעלייגט מיט יודל, איך האב גענומען אחריות, ער האט דיך נישט געוואלט טראסטן, ער האט געהערט אויף דיר דו ביסט נישט פונקטליך מיט געלט. איי וואוטשט פאר יו. איך האב עים געזאגט אז טאמער וועסטו אמאל האבן א פראבלעם מיט לייביש וועל איך קער נעמען דערפון. איך האב פאר דעם נאך גארנישט באקומען. איך ארבעט ווי א פערד פאר יעדענס טובות און איך פארדין גארנישט דערפון נאר עגמת נפש. מיין ווייב פרעגט מיך אייביג און לייגט אויף מיר פרעשור פארוואס איך טוה עס פאר דיר, וואס האב איך פון דעם. איך ענטפער איר אייביג לייביש איז א נייס גיי הי וואלד דא איט פאר מי עני טיים. און מיין ווייב פרעגט מיך, אזוי? וואס האט שוין לייביש דיר געגעבן פון די מיליאנס וואס ער מאכט פון דיין אחריות..
אזוי סקרוט ער מיך און מאכט מיך משוגע מדי יום ביומו שוין פאר זעקס יאר.
עט וואן פוינט גיב איך א זאג פאר ראובן. ראובן קענסטו מיר ביטע זאגן ווי אזוי איך קען דיר באצאלן פאר דעים וואנס און פאר אלל ענד שאט די פ אפ? נעה, ביזט משוגע? דאס איז א חסד איך האב ליב צו העלפן. איך פארשטיי ראובן, אבער דו האסט אויך ליב אז איך זאל הערן אז איך לייביש איז א סאקער 100 מאל א טאג. סאו זאג מיר א פרייז וויפיל די טובה קען זיין פאר א דזשאב וואס דו האסט באקומען בראוקערעדזש און לאמיך שוין אפ מיט דעם.
אהין און צוריק, אהין און צוריק, געט א קום ארויס אזא ריקוועסט: מיין קאר ליעס לויפט יעצט אפ איך דארף א נייע קאר. און דו זעהסט די גרויסען טראק (א פיקאפ טראק, סעקאנדערי קאר) וואס איך דרייוו, דאס האב איך באקומען פון איינעם, נישט קיין ליעס נאר א פיינענס און נאך דעם איז עס מיינס. און ער האט פון מיין טובה אסאך ווייניגער פארדינט פון דיר. אהא סא דו בעטסט פון מיר א נייע קאר, וואס עס מיינט אז דו דרייווסט יעצט א דינעלי זאל איך דיר באצאלן א דינעלי $1,500.00 א חודש? ניין, גראדע נישט קיין דינעלי, עס איז יעצט זייער טייער, כמעט $1,800.00. אבער די BMW C7 איז יעצט דא זייער א גוטע דיעל, ווייניגער ווי $1,300.00 פער חודש.
רבותי, די תגובה איז שוין זייער לאנג און איך קום נאך נישט צוריק צו די אנהייב. אבער עס איז יעצט 4:40AM (נישט געמערקט) איך דארף כאפן א שטיקל דרימל און אנזאמלען כוחות פאר די מארגענדיגע/היינטיגע טאג. איך וועל באלד צוריקקומען און ענדיגען איין אט די תגובה. אבער איך מיין מער ווייניגער ווייסט עטץ שוין ווי דאס גייט גיין.
המשך:
5:45PM 5/17/23
איך וויל נישט אריינגיין אין די קאר אישו, דאס איז נישט בכלל די נושא, אמור מעט ועשה הרבה, און אמור הרבה ועשה מעט איז אייביג געווען אזאנע און אזאנע, איך ווער בכלל נישט דערשראקן אז ער בעהט. איך ענטפער עס איז יותר מכפי יכולתי און איך פיהל בכלל נישט גילטי און עס גייט מיך בכלל נישט אן.
אבער וואו איך האב אריינגטרויטן אין א פרישער מאראסטישע סאמוטאכע, איז אזוי.
11:59 איך זעץ זיך ענדליך ארויף אויף די קיבאורד כדי צו קענען אריין גיין כאפן א קאווע. דזזזזזזזזזז די פאון דריזעלד, א נייער רויטע אנ-רעד Unread מעסעדזש און עס פאפט דארט ארויף א באר אויבן וואס ציהט מיין נייגער און כעס אינאיינעם.
ראובן שיקט אן ערדזשענט מעסעדזש וואס עס ליינט זיך אזוי: פליז קאל מי עס סאן יו העוו עי טשענס, איטץ א ביט ערדזשענט. Please call me as soon you have a chance it's a bit urgent. נא נאך שיין אז די פראגראמירער פון וואטסעפפ האבן פארשטאנען אז עס זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינס איז דער וואס ער פייפט זיך אריין, איך פארשטיי דו ווילסט דיך פארבינדן מיט מיר, אבער נאר אויף מיינע טורמס Terms און עס גייט מיך נישט אן וואס דו טראכסט.
און א צווייטער סארט מענטש קען נישט פעיסן די מציאות אז ער לעבט פאר זיך און פאר זיין משפחה, נאר פאר א יעדער וואס וויל עפעס פון אים ווערט זיין בע"ח אוטאמאטיש, און ממילא הייבט מען נישט אויף קיין טעלעפאנען ווייל ניין וויל איך נישט זאגן. אוואוידענס און פעסיוו, און אזוי האבן מיר טאקע געטוהן מיטן פונקט נישט אויפהייבן און מיטן אים נישט לאזן ליינען די בלויע טשעקס אז ער זאל נישט וויסן איך האב געזעהן און איך האלט נישט יעצט ביים ענטפערן. די רעכט איז געגעבן געווארן פאר א יעדע איינצעלענע מענטש מאז היתה מענטש למענטש.
שוין, האב איך דאך אנגעשטעלט אז די צוויי קליינע טשעקס וואס זענען מודיע דעם שיקער אז זיינע מעזעדזשעס זענען פשוטו כמשמעו דעליבעראלי Deliberately געווארן איגנארירט האב איך אויסגעלאשן, און לאמיר זיך אלע איינרעדן אז ער מיינט אז איך האב עס נאך נישט געליינט, און איך מיין דאך אוודאי אז ער מיינט אז איך מיין אז איך האב אים אויסגעפאפט.
איך עפן צוריק טעפטאק TapTalk היידא צום שרייב טישל, דער עולם ווארט @berlbalagulah און @דער גאלדענער אדלער, און נאך אנדערע, ווארטן שוין אויף די נייע פארזעצונג אן ריינע טעותים, אבער אז ראובן דריזעלט איז די ישוב הדעת טויט, און דאס שרייבן וואזוי עס קוקט אויס דאן, רח"ל,
דזזזזזזז נאך אפאר סעקונדעס שפעטער. איי דאונט קנאו איף יו סי מיי מעסעדזשעס סינס יור בלו סעטינגס פיטשער איז טורנד אףף I don't know if you see messages as your checks are not turning blue.
דזזזזזזזז מזל טוב, ראובן איז אויף די איי די סקרין פון די אריינקומענדע טרעפיק. גלייך פון טעפטאלק צום קליינעם רויטן טרייבל אראפ. אבער דא בין איך אריין אין מיין פעסיוו מאוד און ריספאנדעד מיט אן אוטאמעיטעד טעקסט ריספאנס, איי קענט טאלק נאו I can't talk now
פליז, איטס ערדזשענט, גאו אוט אויף יאר בעדרום ענד טעיק מיי קאלל (Please it's important leave your bedroom and take my call). דזזזזזזז שוין ווידער א קאל. (האלאו איך מעג ליינען, איך מעג האלטן אינדערמיט, וואס איז די טעראר?)
אוקיי גיוו מי טו מינוטס איי וויל קאלל יו בעק (OK, give me 2 minutes I'll call you back).
דזזזזז שוין צוויי מינוט, נא וואו ביסטו? פארוואס לאזטו מיך ווארטן. אר יו סליפינג אלרעדי (Are you sleeping already)?
ענדליך איך נעם שוין די גאר וויכטיגע קאל. זאג נאר, ווען איז דיין קאט אף טיים פאר סי סי פראסעסינג אז די געלט זאל נאך זיין אויף מארגן אינדעפרי אין מיין אקאונט?
שוין פארביי די שיעור פון ווארטן פון פליישיג צו מילכיג זינט דאן. א טוץ מיט קללות פון מיאוס'ע ווערטער וואס וויל גאט פון מיר. איך האבן יעדן געהאלפן א יעדער קאקט אויף מיר קיינער וויל מיר נישט העלפן. עודך כי עניתני. איך דארף מארגן אין מיין אקאונט צופרי 35 טויזענט דאללער צו דעקן בלא בלא בלא, די בע"ח פון די פארלוירענע געלטער רייסן מיר אראפ די טיר. די אלע עסקנים אין דער ערד זאלן זיי גיין, קיינעם קען איך גארנישט באקומען, און אזוי גייט ער אן פאר 5-10 מינוט. וואס דארף זיין מיין ריספאנס יעצט? איך שיק 35 טויזענט רייניש איז די געלט מער נישטא ווייל איך מאך דאך מיליאנען און איך בין אים שוין שולדיג איבער 100 אלפים אין קאמישאנס פון וואס איך פארדין א יעדע מינוט פון זיין קאנעקשאן א קנאפע 200-300 טויזענט דולר, 35 טויזענט מעג ער מיך געבן, רעדט ראובן האלבוועגס אריין אין טרייבל האלבוועיגס צו זיך. אוקיי איך הער, איצטער איז אינמיטן נאכט, גארנישט קען נישט געטוהן ווערן יעצט ממילא לאמיר רעדן אינדעפרי, אוקיי ראובן? א גוטע נאכט. אוקיי גרעיט, טענק יו, זעה אז די ווייער זאל נישט זיין שפעט איך זאל דיך נישט דארפן נאכלויפן פאר די געלט א גאנצען פארמיטאג, זינגט ראובן אראפ זיין געווענליכער ווייער ניגון. און א דייעל טאון (סעלפאונס מאכן נישט דייל טאונס, איך וויל נאר ארויסברענגען די אבראפטנעס Abruptness) רימעמבער די אמאונט איז $34,562.31 צו די געווענליכער אקאונט. פארשטייט זיך כלתה עלי הרעה איך זעה ווי דאס גייט. איך דעסייד נישט צו ריספאנדען ווייל איך געדענק נישט ווי איך האב אין די גאנצע שמועס זיך אינטערגענומען צו שיקן דאס געלט אויף בארג אדער קאמישענס....
דזזזזזזז וויי דאונט יו ריספאנד (Why don't you respond)?
וויפיל נאך אזאנא עפיסאודס Episodes זאל איך שרייבן אז איר זאלט פארשטיין טייערע ליינער וואס אזא חברותא'שאפט האט מיט מיר געמאכט במשך די 6 יאר וואס איך הייב אויף אויף ראובן'ס כמעט א יעדע פאון קאל און וויפיל צייט פונעם טאג און נאכט מיט נערוויזיטעט מיך דערנעווירן נישט קענען ארבעטן, נישט קענען שלאפן, נישט קענען וואוינען ווי א מענטש, ווייל ראובן איז דאס לעבן נמאס און יעצט ב"ה האט אים די רבש"ע געגעבן א סיבה וואס זאל פיולען זיין נעגעטיווער א.ג. הילף וואס ער טוהט פאר א יעדן איינעם שלא ע"מ לקבל פרס.
גלייבט מיר בשעת איך שרייב דערמאן איך זיך נאך אזאנע אינצידענטן וואס איז תסמר שערות אנוש.
אבער דא איז שוין געקומען א נייע מציאות וואס האט נאך נישט פאסירט עד הנה, ער האט זיך אריין געפארקט אין מיין ספרים שטוב ביז צוועלעווע, איינסע און געוויינט ווי א קינד בדמעות שליש אן גוזמאות אז נאר איך קען אים יעצט העלפן און ער גייט נישט אוועק ווי לאנג איך שרייב אים נישט קיין טשעק פון א מיליאן דאללער צו קענען פטור ווערן פון די נישט לעגאלע געלטער וואס ער האט דארט אריינגעלייגט. עס האט מיר נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו נאר צו ווערן אגרעסיוו, אים אנכאפן און ארויסקומען פון מיין הויז מיט קולות וברקים. א זאך וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געטוהן אין מיין לעבן. איך האב געפילט אזוי מין גילטי אז איך האב קיין מנוחה פון דעם נישט געהאט, ממש איך בין צורידערט געווארן.
איך האב זיך שטארק איינגעהאלטן אים נישט צו רופן דורכאויס דעם טאג צו מפייס זיין וכו' אבער איך האב אנגעהויבן צו ריעלייזן וויפיל רואיגקייט די חברותא'שאפט האט פון מיר אוועקגענומען און וויפיל ישוב הדעת דאס האט מיך געקאסט, ממש א בריאה חדשה בא לכאן.
קען איינער שערן אן עקספיריענס פון א מין חברותא'שאפט וואס האט געקאוזט אזויפיל פיזור הנפש און רואיגקייט אז ממש מיין אייגענע ד' אמות של רואיגקייט ווי ליינען אין שרייבן איז געווען מיט א געוויסע אומרואיגקייט אז א מינוט ארום גייט ער באמבארדירן (געווענליך בין איך געווען גערעכט)?
איך געדענק אמאל איז געווען אן ארטיקל אין די עמי מעגעזין פון אזא רילעשאנשיפ וואס מיין ווייב האט מיר דאס אנגעצייגט דאן. אויב איינער קען מיר צוצייכענען צו דעם.
תודה למפרע.