איך מוז עס געבן פאר רביצין רויז, דעי ניגון נעמט מיך אויף א צווייטע פלאנעט, א יעדע מאל איך ווער אנגעצויגן די לעצטע פאר וואכן זייט דעי ניגון איז ארויסגעקומען צינד איך עס אן אין קאר און ס'כאפט מיר אן אזא רואיגקייט וואס איך האב פאר דעי ניגון קיינמאל נישט געפילט. איר וואויס, די ווערטער, אירע תנועות, איר הארץ, איר ווארימע נשמה, נעמט מיך פשוט אוועק פון דעם עולם, איך קען עס אפילו נישט מסביר זיין, איך בין ממש געווארן א חסיד פון איר דא. בכלל האט זי געברענגט א רעוואלוציע אין די אידישע וועלט וואס גייט פאר טויזענטע יארן ארום געשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אלס די ערשטע היימישע פרוי ארויסצוגעבן א זמר אויף א היימישע אידישע אויסגעהאלטענע וועג.
דא קומט אריין מיין אלטע ווייטאג אז ביי אונז האט מען אוועקגענומען אזוי סאך טאלאנט ווייל פרויען זענען נאר געמאכט צו האבן קינדער א יעדע יאר, אבער ברוך השם די לעצטע פאר יאר זייט אונזערע טעכטער האבן זיך אויסגעלערנט זיך נישט צו לאזן מער טרעטן האבן אונז די זכיה אביסל טועם צו זיין פון די גרויסע באהאלטענע טאלאנטן וואס הערשט ביי כלל ישראל, ליידער ליידער איז נאך דא אזוי סאך חסידישע מיידלעך און ווייבלעך וואס זינגען משוגע צו ווערן און וואלטן זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אסאך גרויסע שטערנס אין די גרויסע וועלט, אבער ליידער ניטאמאל ביי זיי אינדערהיים קענען זיי זינגען ווייל ס'פאסט נישט ביי די שבת טיש און אויב חס ושלום איינער ברימט מיט קומט גרויסע שטרענגע בליקן.
וויל איך דא בעטן די הייליגע רביצין און זי זאל פראבירן צו משפיע זיין אויף אנדערע פרויען ארויסצוקומען מיט נאך ווארימע ניגונים וואס דער עולם לעכצט אזוי שטארק דערנאך, און די רביצין זאל פליז ארויסגעבן א געהעריגע סידי.
א גרויסן שכוח רביצין.