רייכער טאטע - ארעמער טאטע

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
611
רעאקציע ראטע
2,867
דאס איז די שיטה פון ראבערט קייעסאקי
ער איז אויפגעוואקסען ביי א געהעריגע עמך טאטע, וואס איז געוועהן זיין ארעמע טאטע זיין טאטע האט געהאט א דעגרי אין סייענס און א געהעריגע פול טיים דזשאב, אבער זיי האבען קיינמאל נישט געהאט גענוג געלט אינדערהיים.

זיין חבר׳ס טאטע איז געוועהן זיין רייכע טאטע דעי רייכע טאטע איז געוועהן א פשוטע פויער, אבער ביי זיי איז אלעמאל געוועהן געלט אינדערהיים.
ראבערט קייעסאקי האט געשריבען א בוך מיט די אלע יסודות וואס זיין רייכע טאטע האט עם אויסגעלערענט.

(איך גיי נישט דא דורך גיין די גאנצע דין ודברים וויאזוי אלעס איז ציגעגאנגען ס׳איז זייער אינטערעסאנט, אבער ס׳האט נישט עכט קיין געלטליכע ווערט)

1. עסעט ווס. לייעביליטי
א עסעט איז א זאך וואס ברענגט דיר געלט, א לייעביליטי איז א זאך וואס קאסט דיך געלט
קויף עסעטס (אינקאם ג׳ענערעיטינג ריעל עסטעיט, סטאקס, ביזנעס) און קויף נישט קיין לייעביליטיס (הויז, קאר, הלוואות)

2. ארבייטער ווס. ביזנעסמאן
גיי ארויס פון די ארבייטער מיינדסעט (דהיינו אז מען ארבעט מאכט מען געלט, וזהו) און גיי אריין אין די ביזנעסמאן מיינדסעט (מאך אז געלט זאל מאכן געלט)
(ס׳מיינט נישט אז זאלסט דיך אפזאגען פון דיין דזשאב, אבער מען דארף טוישען די מיינדסעט, אז מען קען נישט ארבעטען אויף צי ווערען רייך, נאר מען מוז אויפסעטען א וועג אז די געלט זאל ארבעטען פאר דיך)

3. קעש איז קעניג
עשירות איז נישט צי האבן א גוטע דזשאב, נאר עשירות איז צי האבען אינקאם ג׳ענערעטינג פאסיווע אינקאם.

4. גיי אריין אין ביזנעס
פארלאז דיך נישט בלויז אויף דיין 9-5 נאר די מוזט לכל הפחות עפענען א קליינע זייטיגע ביזנעס

5. גוטע חובות ווס. שלעכטע חובות
קאנסומער דעבט, חובות פון זאכען וואס ווערען פארניצט, (קרעדיט קארד, קאר לאון) איז שלעכט אין ניצט אויס דיין פארמעגען, און די ווערסט פארשקלאפט פאר די בענק.
עססעט דעבט, חובות וואס ברענגן אינקאם (צו קויפען א הויז אדער א ביזנעס) איז א כלי צי בויען רייכטום.

6. הייער א גוטע עקאונטענט
(פאר אונז אידען דארף מען עס נישט זאגען) נוץ אויס א יעדע לופהאול אין די טעקס סיסטעם, פאר דיין בענעפיט.

דער בעל מחבר
IMG_0369.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top