Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וועלכע חתימה?וואס איך האלט אז ס'ארבייט די בעסטע און שנעלסטע, ווייסטו דאך שוין מסתמא פון מיין חתימה…
ס׳מסתם עפעס א טעכנישע פראבלעם אז מיין חתימה איז נישט וויזיבעל. עכ״פ, איך בין א חסיד פון סייקעדעליק טעראפי.. מ׳קען אנקומען דערמיט זייער שנעל (געווענליכע טעראפי איז א פראסעס פון יארן) און זיך צוריק טרעפן מיט די אייגענע ארגיענעלע ׳סעלף עסטים׳ וואס איז געווארן פארלוירן במשך די יארן.
דו קענסט נאר וויסן דיין עכטע ווערד אויב דו גייסט אויף 13 עוועניו און דו שטעלסט דיך ארויס צום פארקויפן און זעה וואס איז דיין גרעסטע ביד..
אויך א מהלך די לצנות מהלךדו קענסט נאר וויסן דיין עכטע ווערד אויב דו גייסט אויף 13 עוועניו און דו שטעלסט דיך ארויס צום פארקויפן און זעה וואס איז דיין גרעסטע ביד..
אויב איז מען עס מסביר מיט ווערטער איז עס שוין נישט ׳סעלף׳ עסטיעם. די זעלבע מוח וואס קען מסביר זיין די ווערד פונעם מענטש קען עס אויך תיכף אפפרעגן און מ'קומט נישט אן אין ערגעץ.
סעלף עסטיעם איז אריינגעבויעט בעומק הנפש פון געבורט. ווי לאנג מ'מאכט עס נישט קאליע מיט נעגעטיווע מעסעדזשעס האט עס יעדע מענטש נאטירלעך.
די הונגעריגע בעבי וואס וויינט מיט יאמערליכע קולות אז מ'זאל אים געבן זיין מילך צו טרינקען, איז 100% זיכער אז ס'קומטסעך אים. דאס איז די נאטירליכע סעלף עסטיעם וואס ווען מ'ווערט עלטער און מ׳הייבט אן רעדן און קאמיוניקעיטן און ער באקומט מעסעדזשעס אז ס'דא וויכטיגערע זאכן אויף די וועלט ווי זיינע באדערפענישן. "שא! מאמי, רעדט יעצט אויפן טעלעפאן!" ווערט די סעלף עסטים דערשטיקט… רח"ל.
אמת אז ווען דו האסט שוין סעלף עסטיעם איז דאס די חכמה וואס גייט מיך אן וואס יענער זאגט,פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז סעלף עסטיעם איז צו פליזען א צווייטן אז דו האסט אויך א מעלה מער פון דער אנדערער, סא קענסטו אויך פילן גוט.
אויף דעם פרעג איך דיר, ווער איז דער יענער אז דו זאלסט קערן אז ער האלט פון דיר אדער אז דו זאלסט דיך פילן גוט אז דו האסט אויך א מעלה?
אמת'דיגע סעלף עסטיעם איז אז איך בין פלעין גוט אנע מעלות, פונקט ווי א ניי געבוירן קינד
עס זעהט מיר אויס אז די סעלף עסטיעם איז סכנות'דיג לאו, מען דארף מיט אן אינדזשעקשאן אריינשפריצן גאר הויכע דאזעס כדי עס זאל זיין ביי א געזונטהייט לעוועל.זייער אסאך מענטשן דרייען זיך ארום מיט א לאו סעלף עסטיעם - נידריגע זעלבסט ווירדע!
יעצט וויל איך פרעגן פונעם עולם, וואס איז באמת די ווערד פון א מענטש?
עס איז הונדערט פראצענט דא א תקנהא דאנק!
און וויזוי היילט מען עס? מען גייט צוריק צו די מעשה ווי מאמי האט געשריגן, אדער ס'איז שוין נישט דא קיין תקנה?
מאך אן אפוינטמענט.וואו באקומט מען די אינזשעקשאנס? איך בין גרייט אהין צו לויפן.....