סעלף עסטיעם

אורות

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 9, 2024
מעסעדזשעס
678
רעאקציע ראטע
1,868
פונקטן
223
זייער אסאך מענטשן דרייען זיך ארום מיט א לאו סעלף עסטיעם - נידריגע זעלבסט ווירדע!

יעצט וויל איך פרעגן פונעם עולם, וואס איז באמת די ווערד פון א מענטש?
 
אויב איז מען עס מסביר מיט ווערטער איז עס שוין נישט ׳סעלף׳ עסטיעם. די זעלבע מוח וואס קען מסביר זיין די ווערד פונעם מענטש קען עס אויך תיכף אפפרעגן און מ׳קומט נישט אן אין ערגעץ.

סעלף עסטיעם איז אריינגעבויעט בעומק הנפש פון געבורט. ווי לאנג מ׳מאכט עס נישט קאליע מיט נעגעטיווע מעסעדזשעס האט עס יעדע מענטש נאטירלעך.

די הונגעריגע בעבי וואס וויינט מיט יאמערליכע קולות אז מ׳זאל אים געבן זיין מילעך צו טרינקען, איז 100% זיכער אז ס׳קומטסעך אים. דאס איז די נאטירליכע סעלף עסטיעם וואס ווען מ׳ווערט עלטער און מ׳הייבט אן רעדן און קאמיוניקעיטן און ער באקומט מעסעדזשעס אז ס׳דא וויכטיגערע זאכן אויף די וועלט ווי זיינע באדערפענישן. ״שא! מאמי, רעדט יעצט אויפן טעלעפאון!״ ווערט די סעלף עסטים דערשטיקט… רח״ל.
 
א דאנק!
און וויזוי היילט מען עס? מען גייט צוריק צו די מעשה ווי מאמי האט געשריגן, אדער ס'איז שוין נישט דא קיין תקנה?
 
טעראפי העלפט. צוריק צו גיין צו די מעשה איז בדרך כלל וואס מ'טוט אין סוב-קאנטשעס/אינער טשיילד טעראפי. וכידוע, איז דא פארשידענע מהלכים פארשידענע סארט טעראפי'ס.

וואס איך האלט אז ס'ארבייט די בעסטע און שנעלסטע, ווייסטו דאך שוין מסתמא פון מיין חתימה…
 
וועלכע חתימה?
ס׳מסתם עפעס א טעכנישע פראבלעם אז מיין חתימה איז נישט וויזיבעל. עכ״פ, איך בין א חסיד פון סייקעדעליק טעראפי.. מ׳קען אנקומען דערמיט זייער שנעל (געווענליכע טעראפי איז א פראסעס פון יארן) און זיך צוריק טרעפן מיט די אייגענע ארגיענעלע ׳סעלף עסטים׳ וואס איז געווארן פארלוירן במשך די יארן.
 
נו קיינער ווייסט נישט ווי מען טרעפט די ווערד? איין מהלך האט מען שוין געהערט פון החכם @בתוך עמי נו ווער איז נעקסט
 
וואס איז באמת די ווערד פון א מענטש ?
דו קענסט נאר וויסן דיין עכטע ווערד אויב דו גייסט אויף 13 עוועניו און דו שטעלסט דיך ארויס צום פארקויפן און זעה וואס איז דיין גרעסטע ביד..
 
דו קענסט נאר וויסן דיין עכטע ווערד אויב דו גייסט אויף 13 עוועניו און דו שטעלסט דיך ארויס צום פארקויפן און זעה וואס איז דיין גרעסטע ביד..
אויך א מהלך די לצנות מהלך
 
סעלף עסטיעם איז עפעס וואס דו קענסט שטייטלעך צוריק בויען.
צום ערשטן דארפסטו וויסן און אנערקענען אין דיינע מעלות. יעדער האט עפעס א טאלאנט, הייב אן איינזעהן אז דער טאלאנט וואס דו האסט האט נישט יעדער, אפילו די געלונגענע וואס דו קוקסט ארויף, און אויב יענער וועט דיר נאר פרעגן וויפיל אזייגער עס איז, אדער אז דו טרעפסט אין ביהמ"ד דער גרויסער מאכער און ער פרעגט דיך ווען איז די נעקסטע מנין, וועסטו פילן א מיליאן דאלער אז דער גרויסער מאכער האט גערעדט צו דיר. טראכט אז דו האסט א טאלאנט וואס ער האט נישט.

שנית, יעדער דארף אנקומען צו יעדן. ס'איז נישט דא קיין מענטש וואס ווייסט אלעס און קען אלעס. נישט קיין חילוק ווי געלונגען ער זאל נישט זיין און וויפיל געלט ער זאל האבן. על כן, דארפסטו וויסן אז ס'איז א גרויסע פאזעל און דו ביסט א שטיקל אין דעם פאזעל, ווען איין שטיקל פעלט הענגט מען עס נישט אויף אויפן וואנט.
 
פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז סעלף עסטיעם איז צו פליזען א צווייטן אז דו האסט אויך א מעלה מער פון דער אנדערער, סא קענסטו אויך פילן גוט.
אויף דעם פרעג איך דיר, ווער איז דער "יענער" אז דו זאלסט קערן אז ער האלט פון דיר, אדער אז דו זאלסט דיך פילן גוט אז דו האסט אויך א מעלה?

אמת'דיגע סעלף עסטיעם איז אז "איך בין פלעין גוט, אנע מעלות, פונקט ווי א ניי געבוירן קינד".
 
אויב איז מען עס מסביר מיט ווערטער איז עס שוין נישט ׳סעלף׳ עסטיעם. די זעלבע מוח וואס קען מסביר זיין די ווערד פונעם מענטש קען עס אויך תיכף אפפרעגן און מ'קומט נישט אן אין ערגעץ.

סעלף עסטיעם איז אריינגעבויעט בעומק הנפש פון געבורט. ווי לאנג מ'מאכט עס נישט קאליע מיט נעגעטיווע מעסעדזשעס האט עס יעדע מענטש נאטירלעך.

די הונגעריגע בעבי וואס וויינט מיט יאמערליכע קולות אז מ'זאל אים געבן זיין מילך צו טרינקען, איז 100% זיכער אז ס'קומטסעך אים. דאס איז די נאטירליכע סעלף עסטיעם וואס ווען מ'ווערט עלטער און מ׳הייבט אן רעדן און קאמיוניקעיטן און ער באקומט מעסעדזשעס אז ס'דא וויכטיגערע זאכן אויף די וועלט ווי זיינע באדערפענישן. "שא! מאמי, רעדט יעצט אויפן טעלעפאן!" ווערט די סעלף עסטים דערשטיקט… רח"ל.
If I may add, one practical way to build self-esteem is by listening to the messages we are telling ourselves. We often think, "You don't deserve this", "You're inadequate", "You're not enough", "People don't like you", "You're not talented enough", etc. Stop for a moment and recognize that these thoughts are what I have been trained to believe over the years, but they are not true, and they are definitely not what I want to tell myself. Instead, replace them with a positive affirmation

This is not easy work. You will have a voice inside you yelling, "You're just lying to yourself", "This is crazy", "You'll never grow from this", etc. Just continue to replace those negative messages with different, positive ones about yourself. It takes time, but if you keep doing it, you will see progress​
 
פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז סעלף עסטיעם איז צו פליזען א צווייטן אז דו האסט אויך א מעלה מער פון דער אנדערער, סא קענסטו אויך פילן גוט.
אויף דעם פרעג איך דיר, ווער איז דער יענער אז דו זאלסט קערן אז ער האלט פון דיר אדער אז דו זאלסט דיך פילן גוט אז דו האסט אויך א מעלה?

אמת'דיגע סעלף עסטיעם איז אז איך בין פלעין גוט אנע מעלות, פונקט ווי א ניי געבוירן קינד
אמת אז ווען דו האסט שוין סעלף עסטיעם איז דאס די חכמה וואס גייט מיך אן וואס יענער זאגט,
אבער בשעת דו ביסט לאו אין סעלף עסטיעם, די וועג עס צו באקומען איז צו נעמען אנדערע פאר דיין ראול מאדעל און דיך צוגלייכן צו יענעם מיט מעלות וואס דו האסט און יענער נישט, דאס וועט דיך מאכן פאר א שטיקל יש.
 
איך האלט נישט פון די מהלך אז סעלף עסטיעם קומט פון די מעלות וכדומה וואס מען האט. מען בלייבט סטאק אין די מיינד, און לאגיק קען אייביג קומען און עס אראפקלאפן. סעלף עסטיעם איז ווען דו ביסט העכער דיין מיינד. די מענטשנ'ס ווערד איז ווייל ער איז א human being, קיין שום מעלה מאכט אים נישט מער ווערד, און קיין שום חסרון מאכט אים נישט ווייניגער ווערד. די מענטש איז אזוי ווי די מאטאר פון די קאר. דאס אז עס איז דא שיינע סיעטס אדער אנדערע פיטשעווקעס מאכט נישט די מאטאר מער ווערד, עס איז ס"ה א גוטע add on.

עס איז דא א נאטורליכע דרייוו אין מענטשן אז פאר life force איז מען גרייט צו צאלן כל חללי דעלמא. האסט א קינד אין שפיטאל, אפילו אליהו הנביא קומט דיך זאגן אז עס גייט גארנישט אויסוואקסן פון אים, וועסטו צאלן אלע געלט וואס דו האסט ער זאל בלייבן לעבן. מען קען זיך טענה’ן א גאנצע נאכט אויף די לאגיק, אבער עס קומט נישט פון לאגיק. עס איז א gut פיעלינג וואס יעדער האט.
 
זייער אסאך מענטשן דרייען זיך ארום מיט א לאו סעלף עסטיעם - נידריגע זעלבסט ווירדע!

יעצט וויל איך פרעגן פונעם עולם, וואס איז באמת די ווערד פון א מענטש?
עס זעהט מיר אויס אז די סעלף עסטיעם איז סכנות'דיג לאו, מען דארף מיט אן אינדזשעקשאן אריינשפריצן גאר הויכע דאזעס כדי עס זאל זיין ביי א געזונטהייט לעוועל.
 
וואו באקומט מען די אינזשעקשאנס? איך בין גרייט אהין צו לויפן.....
 
Back
Top