- זיך איינגעשריבן
- מאי 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 141
- רעאקציע ראטע
- 531
ווי ערווארטעט פאר א פארום זייטל וואס פרובירט אוועקצושטיין פון צענזור אויף ווי ווייט מעגליך, וועלן כסדר אויפקומן פארשידענע נושאים וואס טייל באנוצער קוקן אן אלץ סענסיטיוו, אומבא'טעם'ט, און ווילן ניטאמאל וויסן אז שמועסן איבער אזוינע נושאים עקזיסטירן אין דעם קרעמל וואו זיי פארברענגען. פארשטייט זיך וואס ביי איינעם איז זיס און געשמאק איז ביי א צווייטן זויער און פארדארבן, וואס ביי איינעם גייט אריין אין דעם גדר פון "המסתכל בדברים אלו ראוי לו כאילו לא בא לעולם" איז ביי א צווייטן דברים העומדים ברומו של עולם און ער קען נישט צוקוקן וויאזוי מען איז מזלזל דערין מיטן מעקן און צענזורירן, וואס ביי איינעם גייט אריין אין דעם גדר פון הרחק מן הכיעור איז ביי א צווייטן באלערענד און וויכטיג. דער האט ליב טשולענט און יענער געפילטע פיש, כשם שפרצופיהם שונים כך דעותיהם שונות.
איין אזא משל איז די נושא פון אמונה באלוקים וואס חברינו @שמן למאור האט ארויפגעברענגט דא, אדער א טריגערינג נושא וואס @הק' לייביש שרייבער האט ארויפגעברענגט דא. עס איז גאר פארשטענדליך אז טייל מענטשען ווילן נישט זען די סארט דעבאטעס איבער גאט, עס שטערט זיי פשוט אין דעם חיי יום יום און זיי שפירן מה לי ולצרה הזאת, אנדערע וואלטן יא געוואלט מיטהאלטן די סארט שמועסן און זיי האבן א גרויס הנאה דערפון. ווידער אנדערע וואלטען געוואלט ארומשמועסן בעניני חקר המקרא (למשל פאר מיר פערזענליך איז דאס דורכטון די ענינים פון חקר המקרא א געוואלדיגע חיזוק, איך שפיר ווי עס גיבט אריין א נייע חיות אין אלע תחומים אין אידישקייט, ספעציעל אין ימים טובים און קיום המצוות). דאס זעלביגע איז אויך מיט זאכן וואס זענען נוגע דאס געשלעכטליכע לעבן, פארשידענע אויסדרוקן און שמועסן קענען זיין זייער טריגערינג פאר מאנכע אזויווי @פערל פיסקל האט שוין דא אנגעמערקט. און עס זענען זיכער דא נאך משלים וואס וועלן ארויפקומען אין דעם צוקונפט.
עס איז צום האפן אז די הנהלה וועט קענען אויסארבעטן בקרוב די שטאטוטן פון אונזער קרעמל אויך וואס מען וועט באזירן שטים רעכטן פאר אקטיווע מעמבערס און מען וועט קענען ארויסלייגן הצעות פאר תקנות וואס זאל זיין רצוי לרוב אחינו תושבי הקרעמל (יעדעם צופרידנשטעלן איז אוממעגליך אבער פרובירן דארף מען).
ביזדערווייל שלאג איך פאר אנצונעמען די עצות פון @שמן למאור @טעלעפאן און @בלי שם אז מען קען אפשר מאכן עקסטערע פארומס פאר די סארט ענינים און אנשטעלן אז די וואס ווילן נישט זען א ספעציפישע פארום זאלן זיך קענען אויסקלויבן אז די פארומס זאלן נישט ארויפקומן אויף זייער אקטיווע/אומגעענטפערטע שנירלעך בלאט און זיי דארפן ניטאמאל וויסן אז די אשכולות עקזיסטירן. אזוי אויך צו מאכן מערערע סארט טעגס וואס אנדערע קענען אנשטעלן צו איגנארירן/נאכפאלגן
איך האף אריינצוקוקן אין די אויבנדערמאנטע אפציעס און די קומענדיגע טעג. אויב עמיצער האט אנדערע געדאנקן, ביטע זיך אנרופן.

לעצט רעדאגירט: