- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
סאטמאר'ע נייעס
*זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק א', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת הזמן החדש.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון האשה החשובה והישישה אלמנת הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
*מאנטאג פרשת אמור*
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן צבי האלענדער הי"ו.
ב"ר יואל אליעזר בלוישטיין הי"ו.
ב"ר יואל בר"ד פריעדלענדער הי"ו.
מען האט געזאגט תחנון צוליב דעם יום המר והנמהר ה' אייר כהוראת רביה"ק זיע''א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ' פסוק ב', דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לקראת זמן החדש, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' יואל ברא"ל בראך הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום צווייטן זאל שע"י ביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד 'הכרת הטוב' צוגעשטעלט דורך די וועד הפעולה שע"י העדה החרדית פאר די צענדליגער עסקנים און די נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון פאר די 'קיום התורה' קאמפיין שע"י קרן תמכין דאורייתא בנשיאות כ''ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, ווי עס איז פארטיילט געווארן צום דריטן מאל אויף יו''ט פסח אזויפיל ווי נאענט צו צוויי מיליאן שקל פאר קרוב צו צװײ טויזענט משפחות פון די עדה החרדית.
עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א און ארומגערעדט וואס עס מיינט פאר די עניי ארה''ק צו באקומען די חלוקה בדרך כבוד, און די געוואלדיגע זכיה פון מרים זיין די קרן התורה פון די רבנים ומו''ץ פון די עדה החרדית, און אויפגערופן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דעם דבר המעמד איבער די געוואלדיגע זכי' פון קענען שטיצן די בני העדה החרדית, ובפרט די רבנים ודיינים, און באזונדער מפליג געווען בשבח פון ידידו הגאון פוסק הדור שליט"א וועלכער האט מייסד געווען און שטייט אין שפיץ פון די וועד הפעולה מיט אירע אקטיוויטעטן, און איז מרים די כח פון די עדה החרדית לוחם צו זיין קעגן דעם שלטון הרשע בארה"ק.
רבינו שליט''א האט מיט א קורת רוח איבערגעקוקט די ליסטעס פון די אסטראנאמישע פסח חלוקה פון 2 מיליאן שקל, און די קאפיעס פון די טויזענטע טשעקס וואס די קרן האט פארטיילט פאר די צויי טויזענט משפחות, און באזונדער די שיינע תמיכה וואס איז געגעבן געווארן פאר די אריבער הונדערט דייני העדה החרדית, ועל צבאם הגאו"צ חברי הבד"ץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק וברכה פאר די עסקנים, דער רבי האט זיך באצויגן צו די ווערטער פונעם דיין שליט"א, און ממשיך געווען אז די עדה החרדית איז דער יסוד פון יהדות החרדית בעיה"ק ירושלים און קהילתינו הק' איז אייביג געשטאנען צו די רעכטע האנט פון די עדה החרדית און בפרט רבותינו הק' זיע''א האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו מחזק זיין די עדה החרדית, און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים וואס האבן גענומען אויף זיך א עול צו מחזק זיין די רבנים און חברי הבי''ד ומורי הוראות, און בכלל פאר די גאנצע ציבור דארט וואס זענען זיך מסתופף בצל פון די עדה''ח וועלכע פלאגן זיך צו שפייזן די געבענטשטע משפחות, און נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אז מיטן שטיצן די בני ארה"ק איז מען מקיים מצות ישוב ארץ ישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו אז די עדה החרדית זאל האבען א קיום און מען זאל עס נישט קענען צעברעכן, און פאר אלע עסקנים און נדבנים.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו וועם דער רבי האט ממנה געווען אלס יו'''ר הנהלה בארה''ב, און פאר העסקן הדגול ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ממשיך זיין מיט די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און געציילט ספירה פארן עמוד.