- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 95
- רעאקציע ראטע
- 440
- פונקטן
- 53
מיין חבר יואלי, א שטיקל אויפגעקלערטער ווי מיין מאמע וואלט אים גערופן, האט איין שיינעם טאג אנגעהויבן ציען צו כפירה און אפיקורסות. ס'איז אוודאי נישט געקומען פון איין מינוט אויפן צווייטן. אנגעהויבן פון ישיבה האט ער שוין געגליכן צו פרעגן פראגעס וואס טריגערן די מגידי שיעור אדער סתם גלויבער און אלע סארטן קשיות האבן זיך געדריידט ביי אים אין קאפ.
ווי מער ער האט געהערט קשיות אויף אמונה, אלס מער האט אים געצויגן צו ווערן אן אפיקורס. ער האט זיך נישט באגעניגט בלויז מיטן טראכטן וואס מען טאר נישט, נאר ס'האט געברענט אין אים א שטילע רייץ צו ווערן א גענצליך לעגעטימע אפיקורס און געענדיגט מיט אלע שווערע געפילן. אפיקורסות האט גערעדט צו זיין הארץ און ער האט געזען דערין א שטיקל וועג פון שטויסן אויף זיין עבר און זיך שפירן קיל דערמיט.
אבער וויאזוי ווערט מען אן אפיקורס?
יואלי האט זייער שטארק געזיכט אן אפיקורס מיט וועם צו רעדן און זיך אויסלערנען וויאזוי מען קומט אן אהין. קרעמל איז נאך דאן נישט געשטאנען און ער האט נישט געוויסט ווי מען קומט אן צו א ריכטיגן אפיקורס. ווער וועט אים אויסלערנען וויאזוי מען ווערט א פולקאמער לייקענער?
איין שיינעם טאג האט זיך יואלי דערוויסט איבער א גאר גרויסע אפיקורס, אזאנס וואס יעדער איז מודה אז ער איז א ריכטיגער אפיקורס ווי אין די ביכער. דער אפיקורס מיט'ן נאמען משה, האט געוואוינט אין שכינות פון יואלי'ס געגענט. יואלי האט שווער געארבעט אנצוקומען צו דעם בארימטען אפיקורס און ער האט געוואלט מיטהאלטן וויאזוי דער אפיקורס פירט זיין לעבן.
ענדליך, נאכן מאכן אסאך ריסערטש, האט יואלי געלייגט א האנט אויף די טעלעפאן נומער פון משה דער אפיקורס און ער האט אים גלייך אריינגעקלינגען. ווען משה האט אויפגעהויבן האט אים יואלי אין קורצן ערקלערט אז ער וויל מיט אים רעדן און שיינערהייט האט יואלי געבעטן אויב ער קען קומען צו אים אויף א באזוך.
"זייער גערן". איז געווען דעם אפיקורס'נס ענטפער. "ווען ווילסטו קומען?"
יואלי האט שנעל געטראכט און באשלאסן א שבת וועט זיין די בעסטע צייט. אין א וואכנטאג קען מען נישט צופיל זען, אבער שבת... הו הא! געוויס איז מען דארט מחלל שבת אז ס'גייט א רויעך. דאס וויל איך זען...
פיין, אפגעשמועסט, און יואלי האט זיך גענומען ציילן די טעג...
געקומען איז דער שבת קודש צו גיין און צום אפגעשמועסטע צייט האט יואלי אנגעקלאפט ביים אפיקורס אין שטוב. משה האט געעפענט און אים שיין אויפגענומען. מען האט געברענגט עסן, טרינקען, און מען האט געשמאק פארברענגט.
יואלי האט א גאנצע צייט געהאלטן די אויגן אפען. ער האט געווארט צו זען ווי משה איז מחלל שבת, אדער איז כאטש עובר אויף א דרבנן, אבער גארנישט! משה איז געזעצן ביים טיש מיט א גרויסע וואלענע טלית קטן און געגעסן בלויז כשר'ע עסן... יואלי האט אנגעהויבן זיך צו ווינדערן אויב ער איז ביים ריכטיגען אדרעס... זיי זענען געזעצן דארט פאר א לענגערע צייט אבער יואלי האט בכלל נישט געזען דאס וואס ער איז געקומען צו זען...
מער האט זיך יואלי נישט געקענט איינהאלטן. בעפאר ער איז ארויס האט ער אפן געפרעגט פון משה:
"פארוואס עסטו נאר כשר'ס?"
- "ווייל איך הא עס ליב" פארשטייט נישט משה.
"און פארוואס גייסטו מיט א קאפל??" לאזט נישט יואלי נאך.
- "דאס קאפל שטערט מיר נישט" איז משה'ס קורצע ענטפער.
יואלי לאזט אבער נישט נאך. "משה, פארוואס צינדסטו נישט אן די לייט היינט???"
- "איך דארף נישט יעצט די לייט" זאגט משה "איך פארשטיי נישט די אלע פראגעס".
"איך הער, דו דארפסט נישט די לייט" פרובירט יואלי צו פארשטיין. "אבער צינד עס כאטש אן להכעיס"...
משה עפענט אויף צוויי אויגן און קוקט אויף יואלי מיט ווינדער: "להכעיס וועם?"...