שערן די האר

נייגעריגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 2, 2024
מעסעדזשעס
96
רעאקציע ראטע
204
קען מען אפשר הערן פון אינגערלייט וואס האבן אדער מצליח געווען איבערצורעדן די ווייב אדער האט די ווייב אים מצליח געווען איבערצורעדן אויפצוהערן זיך שערן די האר פון קאפ
וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?
וואס זענען די קאנסיקווינצעס?
וואס זענען די בעניפיטן?
איך רעד נישט און וויל נישט דאס זאל ווערן א הלכהדיגע דיסקוסיא צו ס'האט א מקור אדער אויב מזאל אדער נישט אויף דעם איז דא אנדערע שנירלעך
דאס איז ריין אויף מעשיות וואס האט אליין בייגעוואונט אדער אנדערע פראקטישע עניינים
א דאנק
 
מיין מעשה איז אז איך אין מיין ווייב ביידע ווילן אז זי זאל לאזן וואקסן די האר אבער פחד פון מיין אין איר מאמע, שכנים, קרובים האלט צוריק

איינער מיט א עצה?
 
וויפיהל יאהר נאך די חתונה?
זאל זי פראבירן עס לאזן וואקסען אביסל און זעהן וויאזוי ס'פיהלט און וואספארע קאמענטס זי באקומט חוץ אויב הערט זי פון פרענדס וואס האבן עס געטוהן אז סלוינט נישט

מיין ווייב האט געהערט פון א פרענד וואס האט עס געלאזט וואקסען זי האט נישט געפילט אז סלוינט זיך
סיי אין די זומער איז עס הייס און איטשי און אויף די שאוערס נעמען סאך לענגער
זי זאגט ווען זי וואלט עס אויפגעדעקט א גאנצע צייט אינדערהיים וואלט זיך עס געלוינט אבער ס'זאל נאר זיין אויפגעדעקט אין בעדרום און אויך נאר ביינאכט איט דאזענט פעי
אבער נאכאמאל דאס איז די מיינונג פון איין פרוי לאמיר הערן נאך
 
דיין ווייב׳ס פרענד איז גערעכט, סתם א קאפוויי די גאנצע האר, די בעסטע איז צו גאלן אן פערטיג, אפילו די היינטיגע לגבט חברה האבן עס שוין איינגעזעהן. ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן, אין די גוד אלד דעיז האט אפילו דער גוי פארשטאנען.
 
וואס זענען די קאנסיקווינצעס?
וואס זענען די בעניפיטן?
קאנסיקווינצעס? טאר זיך נישט ארויסשטעקן פון סנאד, נישט ליגן אין בית החייים פון דיין קהילה
בעניפיטן? עסטיך קענען שפילן דערמיט בשעת מעשה
 
טאמער איז עס נאר פאר שפילן בשעת מעשה לוינט זיך עס?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
 
קאנסיקווינצעס? טאר זיך נישט ארויסשטעקן פון סנאד, נישט ליגן אין בית החייים פון דיין קהילה
בעניפיטן? עסטיך קענען שפילן דערמיט בשעת מעשה
טאר זיך נישט ארויסשטעקן פון סנוד?

על פי הלכה מעג מען ביז אן אינטש

נישט ליגן אין בית החיים, סיריעסלי?!
דעיס איז דיין דאגה? קאם אן....

און יעצט צו די בענעפיטן,
1) פשוט אלס דיפאלט, אזוי קומט א פרוי אויסצוקוקן, מיט שיינע לאנגע לאקעלעך.
דו דארפסט האבן א סיבה פארוואס זיך יא צו שערן, נישט א סיבה צו לאזן וואקסן.

2) דיין פרוי זאל אויסקוקן שיין, נישטא וואס צו מאריך זיין, אינו דומה א זאמבי אפגעגאלטע קאפ, צו א נארמאלע אנגעפולטע קאפ מיט האר
 
א חבר מיינע האט זייער געוואלט זיין ווייב זאל אויפהערן זיך שערן, און זי האט מסכים געווען, אבער נאך א שטיק צייט ווען ס'שוין לאנג געווארן האט זי געציטערט איר מאמע זאל באמערקן. אינטרעסאנט צו זעהן די חילוק צווישן פארשידענע משפחות היינט: עס זענען דא וואס פארקוקן, און מאכן זיך נישט זעענדיג, (אזויווי איר מאמע האט זעט אויס געטון)
וויסנדיג אז היינטיגע צייטן לוינט נישט מאכן אן עסק ווייל ס'שטופט נאר ווייטער!

אנדערע משפחות זענען גאר שארף (עס ווענדט זיך אויך וואו מ'וואוינט)
איך ווייס א יונגערמאן אין קרית יואל וואס האט מצליח געווען מיט זיין אידענע און דערנאך האט זי עס צוריק אפגעשוירן צוליב די רדיפות אין מקוה
 
איך ווייס א יונגערמאן אין קרית יואל וואס האט מצליח געווען מיט זיין אידענע און דערנאך האט זי עס צוריק אפגעשוירן צוליב די רדיפות אין מקוה
ווען איז דעיס געווען? ווייל איך וויס פאר א פאקט אז ר׳ אהרן האט געמאכט א תקנה אז ממעג נישט אויסזאגן פאר וועד הצניעות אד״ג

(חוץ אויב דעיס איז נאר אין וומסב״ג)
 
אין קרית יואל'ע מקוה טהרה איז דא א עקסטערע בור פאר כלות און פרויען מיט האר
 
איז א שיינע שייטל פאר די בעדרום בכלל אינטערעסאנט? כטראכט אז ספילט ווי משפילט אויף א פלעי און ס'פארלירט די ארגינעלקייט
 
טאר זיך נישט ארויסשטעקן פון סנוד?

על פי הלכה מעג מען ביז אן אינטש
ווער רעדט פון הלכות נדה [מאן יימר ביז א אינטש?] איך רעד פון הלכות שכינים מה יאמרו הבריות'טע

נישט ליגן אין בית החיים, סיריעסלי?!
דעיס איז דיין דאגה? קאם אן....
יאפ קוק וואס ער שרייבט דא
דאס איז גראדע א גוטע קאנסענקווענס
 
און א מאן קומט בי דיפאלט מיט א בארד... און רוב פעלער א לאנגע...
ס'איז שטארק אין סטייל היינט אין די סעקולערע וועלט.

אפילו די וואס האבן נישט קיין גרויסע בארד, כמעט קיינער גאָלט נישט די בארד אינגאנצן. אחוץ אלטע זעצערס און אינגע הייסקול צענערלינגען.
 
Back
Top