שבת getaway

חדשים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 21, 2024
מעסעדזשעס
119
רעאקציע ראטע
352
איך וויל אוועק פארן פאר שבתים במשך די יאר. איך וויל נעמען מיינע קינדער יעדע שבת צו א צווייטע פלאץ צו ארומווייזן די שיינע וועלט. איך זיך איידיעס ווי עס איז אינטערסאנט, קינדער פרענדלי, און עס האט א מנין. עני איידיע אדער טיפ וועל איך אפרישיעיטען.
 
זייער א גלייכע זאך! זאלן דיינע קינדער די דרויסענדע וועלט און די דרויסענדע אידישע וועלט.
דו זוכסט צו גיין מיט נאך אנדערע אזוי ווי א שבתּון סטייל אדער פּריוואט מיט דיין משפחה? און דו ווילסט אויך גיין אין א פלאץ וואו ס'דא מנין מיט עסן??
 
איך זיך אויך, לכתחילה א פלאץ ווי סאיז דא עסן,

עני העלפ וויל ביי אפרישיעטעט
 
זייער א גלייכע זאך! זאלן דיינע קינדער די דרויסענדע וועלט און די דרויסענדע אידישע וועלט.
דו זוכסט צו גיין מיט נאך אנדערע אזוי ווי א שבתּון סטייל אדער פּריוואט מיט דיין משפחה? און דו ווילסט אויך גיין אין א פלאץ וואו ס'דא מנין מיט עסן??
ביידע איז גוט. א שבת אזוי און א שבת אזוי. עס איז מער די ברייטקייט צו אלע מיני מענטשן און סעטינגס.
 
מקוה ישראל שול אין פילאדעלפיע. א צוויי שעה דרייוו בערך, איין גאס דערנעבן איז פארהאן א האטעל.
מקוה ישראל איז די עלטסטע קאנגרעגעשן און שול אין אמעריקע, א פארטעגעזישע קהילה מיט גאר א רייכע היסטאריע וועלכע ציהט נאך צוריק פון פאר די אמעריקאנער רעוועלוציע.
אינעם דערנעבענדיגן בית החיים ליגט איינע פון די גאר וויכטיגע אידישע פיגורן וועלכער האט געשפילט גאר א גרויסער ראללע אינעם אמעריקאנער רעוואלוציע ר' חיים סאלמאן ז"ל.
קענסטוך איינשרייבן אויב ווילסטו עסן דארט די סעודות, זיי וועלן דיר טשארדזשן א קליינע נישטיגע סומע אנטקעגן וואס דו גייסט באקומען דארט און די הערליכע עקספיריענס פון וועלכע דו און דיינע קינדער גייען דארט הנאה האבן.

אט איז א לינק.

https://www.google.com/url?sa=t&sou...wQFnoECFMQAQ&usg=AOvVaw3cBSWdUBsG-x9SJYzwlwik
 
איך וויל אוועק פארן פאר שבתים במשך די יאר. איך וויל נעמען מיינע קינדער יעדע שבת צו א צווייטע פלאץ צו ארומווייזן די שיינע וועלט. איך זיך איידיעס ווי עס איז אינטערסאנט, קינדער פרענדלי, און עס האט א מנין. עני איידיע אדער טיפ וועל איך אפרישיעיטען.
א דאנק פאר׳ן עפענען אזא ניצבארע שנירל
 
Ventnor City NJ
גאר א שיינער פלאץ צו גיין, ס'איז ביים ים, נעבן אטלאנטיק סיטי. קענסט דינגן א Air bnb וכדומה און קענסט פארברענגן דארט אין חב"ד. גאר א געשמאקער שליח, הרב ראפפאפארט. אויב וֹוילסטו עסן דארט איז כדאי זיך צו פארבינדן מיט'ן שליח.

אט איז א לינק

Chabad at the Shore - Chai Center
(609) 822-8500

Chabad at the Shore - Chai Center Ventnor City - Google Suche
 
קינגסטן ניו יארק.
בערך א צוויי שעה רייד אויף ניו יארק סטעיט טרווועי ביי עקזיט 19.
גאר א שיינער פלאץ, נישט ווייט פון האנטער מאונטענס און נאך אסאך שיינע פלעצער ארום. פארהאן א חב"ד דערנעבן און אויב מעלדסטו דיך גענוג פרי קענסטו אפילו אנשטיין אינעם בית חב"ד

אט איז א לינק

https://www.google.com/url?sa=t&sou...AQFnoECBYQAQ&usg=AOvVaw0xS45WtB9EJzyEFZDkQ5R6
 
Hanover NH בערך פיר שעה פון דאנעט.
אויך גאר א שיינע פלאץ צו באזוכן דורכאויס דעם יאר
פארהאן דארט א בית חב"ד וואו דו קענסט אויך עסן די סעודות שבת און א האטעל א גאס צוויי נעבן די האטעל.

אט איז א לינק צום בית חב"ד

Chabad at Dartmouth
(603) 643-9821

Chabad at Dartmouth - Google Suche
 
Wow, אזא אויסוואל! נשר הזהב יקחהו ישאהו על אברתו. יישר כח!
וואס טוט זיך מיט די 4-6 יעריגע קינדער? איך גלייב עס וועט זיין גאנץ שווער צו אינטערטעינען.
 
Wow, אזא אויסוואל! נשר הזהב יקחהו ישאהו על אברתו. יישר כח!
וואס טוט זיך מיט די 4-6 יעריגע קינדער? איך גלייב עס וועט זיין גאנץ שווער צו אינטערטעינען.
דו רעדסט אין די קאר? אדער דורכאויס שבת?
 
Wow, אזא אויסוואל! נשר הזהב יקחהו ישאהו על אברתו. יישר כח!
וואס טוט זיך מיט די 4-6 יעריגע קינדער? איך גלייב עס וועט זיין גאנץ שווער צו אינטערטעינען.
My greatest pleasure is to help people
But don't worry כ'האב נאך אסאך אסאך מער צו שרייבן דאס איז נאר א טיפּה מן הים וואו מ'קען אלץ ארום פארן אפילו נאר דא אין די נארט איסט
 
דורכאויס שבת
איך פלעג מיטנעמען א קליינע קעסטל קליקס, אדער עפעס וואס זיי האבן ליב צו שפילן, מיט צוויי דריי ביכלעך וואס זיי האבן זיכער ליב דורכצוגיין און זיך דערציילן איינע די צווייטע נאכדעם וואס אן ערוואקסענער דערציילט עס ערשט. אויך א נייע קלייניקייט פון דאלער סטאר וואס זיי וועהלן זיך אויס ״נאר פאר שבת״ געט אויך אביסל מנוחה ווילאנג די נייקייט וועפט אויס. צומאל טאנצן אויף די בעטן (אויב ס׳איז א האטעל) איז א מחי׳דיגע אינטערטעינמענט פאר זיי בפרט ווען מ׳מאכט די גדולה אז דא מעג מען & ס׳א גוטע וועג זיי צו מאכן מיד- פאר שינה בשבת
 
לעצט רעדאגירט:
דרך אגב:
1. זייער גוט ביזט א רואה את הנולד מיט די קליינווארג. פּלאנען פון פאראויס איז א געוואלדיגע מיטל צו פארגרינגערן די ״וואקאציע״
2. אויב דו לאזט נישט איבער די קליינע קינדער ביי א בעיביסיטער איז וויכטיג צו האבן א רעאליסטישע ערווארטונג, ווי די ווערטל גייט אויף ענגליש:
travelling with children is not a “vacation
Just a relocation 😉
(הכל ריוח וויפיל דו קענסט אויך הנאה האבן- אבער גרינג איז עס געווענטליך נישט)
 
וואס טוט זיך מיט די 4-6 יעריגע קינדער? איך גלייב עס וועט זיין גאנץ שווער צו אינטערטעינען.
נעם דיר מיט עטליכע ביכער, שפילצייגן מיט אבּאנטש נאש און פונקט אזוי וויכטיג אויך טאטע דזשעליס
 
Back
Top