אין די גמרא יבמות איז מבואר פונקט פארקערטבכלל די שידוך פון שלמה מיט בת פרעה וכו' האט לאו דווקא געהאט אפילו א מינדערע שייכות מיט ליעבע. עס איז געווען צום אלעם ערשטען א פאליטישע שידוך, כמנהג המלכים בכל הדורות.
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אין די גמרא יבמות איז מבואר פונקט פארקערטבכלל די שידוך פון שלמה מיט בת פרעה וכו' האט לאו דווקא געהאט אפילו א מינדערע שייכות מיט ליעבע. עס איז געווען צום אלעם ערשטען א פאליטישע שידוך, כמנהג המלכים בכל הדורות.
דער אבן עזרא ביי כי אשה כושית לקח זאגט אז די מדינים זענען ישמעאלים און זיי זענען געווען שווארץ ווייל זיי זענען געווען יושבי אוהל און דער זון האט זיי אזוי געמאכט דומה לכושיים,די גאנצע הנחה אז די מצריים, צידונים חיתיים וכדו' זענען שווארץ הייבט זיך דאך נישט אן בכלל, ווער זאגט דאס און אויף וואס איז דאס באזירט? עס איז דא אזא רש"י גראדע אז זיי זענען טונקעלער, דומים לכושיים זייערע שכנים, אבער דאס מיינט נאכנישט שווארץ.
אפגערעדט אז דאס אידענטיפיצירן בני חם מיט שווארצע אקראס די באורד איז אין להם על מה שיסמוכו בכלל (און פון די זעלבע מדרש / רש"י וועגן מצרים זעהט מען אז כנען איז נישט געווען אזוי, כאטש זיי זענען אויך געווען פון חם). לא אכחיד אז עס איז דא אזא מדרש וואס אנאליזירט שווארצע אלס בני חם, אבער פארשטייט זיך דאס איז נישט קיין סייענטיפישע פעסטשטעלונג - אדער א תורה'דיגע קבלה - נאר א לייכטער צושטעל להעריב על השומעים, באזירט אויף די שווארצע פעלקער געגלויבט צו זיין טייל פון די בני חם, ע"ז אמרו אין משיבין על הדרוש. אזוי צי אזוי איז דאס לפּחות מדרשות חלוקות (ווי מען זעהט פון כנען הנ"ל), און דער אבן עזרא אין פרשת לך איז מאריך אפצואווארפן די מיטאס.