Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
די גמרא פרעגט דאך שוין די קשיא אויף א מעשה שהיה אויף וואס די תורה זאגט למען יאריכון ימיך.די מעשה קען נישט זיין אמת. שלוחי מצוה אינן ניזוקים.
אפילו אלע צייטונגען זאלן עס שרייבן, וואס איז מער באגלייבט, די הייליגע חז"ל אדער די שרייבערלעך און נייעס ברענגערלעך?
און פארדעם איז טאקע דא בחירה...די גמרא זאגט טאקע דארט אין קידושין (לט ע"ב) אז וועגן דעם איז אלישע בן אבויה ארויס לתרבות רעה
אלישע בן אבויה איז טאקע ארויס לתרבות רעה ווען אזאנע ווי @צוויי האבן איהם געגעבן אזאנע אפלאגעטישע תירוצים
מיין אידישקייט האט נישט מורא פון קיין קשיות. ס'שטומט נישט און ס'דארף נישט שטומען.
אבער ס'ציטערט פון באבע תירוצים!
און דאס איז א פשט וואס קיינער וואלט נישט געלערנט ווען נישט די מציאות שמייסט אין פנים
וואס הייסט ? מען מיז זיין א נאר און גלייבן ווייל מיט שכל קימט נישט אן מיט אמונהאון איך זאג נישט אז רעליגע איז נישט אמת.
אבער כדי צו גלייבן כלומריש מיט שכל מיז מען זיין אפלאגעטיש.
אויב דאס איז די פרייז פאר מיין אמונה. זאל זיין...וכבר אמרתי: נאר בלייבט נאר (איך זאג נישט אז אמונה איז נאריש, נאר די סטעיטמנט איז נאריש ודוק)
מעגסט טראכטן אזוי אז קיינער וואלט עס נישט געלערנט, עס ווייזט אויף שכל און קאפ וואס די טראכסט, און איך ווענדט נישט אפ די יא אדער נישט גערעכטיגקייט דערפון. דאך האט עס די גמרא געזאגט, און מיר נעמען אן די ווערטער פון חז"ל הייליג און טייער, און מיר בויען נישט קיין געביידעס דערויף מיט מסקנות וואס זענען אנדערש ווי אונזער מסורה'דיגע אמונה.און דאס איז א פשט וואס קיינער וואלט נישט געלערנט ווען נישט די מציאות שמייסט אין פנים
וואס מיינט אפלאגעטיש?און איך זאג נישט אז רעליגע איז נישט אמת.
אבער כדי צו גלייבן כלומריש מיט שכל מיז מען זיין אפלאגעטיש.
דורכגעליינט!מ'דארף נישט זיין א נער צו גלייבן
אבער א נער מיינט אז זיין אמונה אין רעליגע קומט פון שכל.
(אמונה איז א געפיהל. ונבנתה העיר האט אין ק"ש א הערליכן אשכול פארוואס איך גלייב)
סארי, אבער מיין פילטער בלאקירט דאס כעת.
און יא!
מיין אידישקייט האט נישט מורא פון קיין קשיות. ס'מוז נישט שטומען און ס'דארף נישט שטומען, אבער ס'שטומט שוין איינמאל.