שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

א גוטן מיין טייערע חברים, איך בין דער וואס שרייבט אן די בית׳כסא׳ס אין ראדני, אויב האט איר עפעס א מחאה וואס איר ווילט מען זאל אנפירקלן קענט איר זיך מעלדן.
 
וואס נאך טוהסטו דארט? מים שלנו טראגסטו אויך אריין דארט?
 
רעדט נישט פון די גראך ווייל איך באקום PTSD דערפון😂😂
 
שלו' עליכם און ברוכים הנמצאים @יעדער דא אויפן סייט.
אזוי ווי איך זעה אז משטעלט זיך דא פאר, וועל איך מיך אויך פארשטעלן, איך בין נישט פון די וואס האבן א פראבלעם פון זעהן און הערן זאכן וואס זיי האלט פארקערט דערפון נאר פונקט פארקערט איך האב א ספעציעלע תאווה דערצו צו הערן נאך מיינונגען און וויסן אז איך בין אנדערש פון יעדעם יא יא ממש אזוי און גאר-נישט אנדערש
 
ווען מען קומט אריין אין א נייע בית המדרש איז אלעמאל דא דער געשמאקע אינגערמאן וואס קומט צי מיט א ברייטע שלום עליכם מיט א שמייכל, און איז באוואפנט מיט א קאפי און צומאל אפילו א דעיניש גרייט צי מקבל פנים זיין דער נייע איד.
אצינד בין איך דער נייער איד, גיב אהער דאס קאווע און דעניש...
------------

ווען כ'בין געווען קליין האבעך געהערט גאנצע טאג שרייען קולות וברקים וואלווי! טוה דאס וואלווי! טוה נישט יענס, וואלווי קולות ביים אויפשטיין וואלווי קולות ביים גיין שלאפן, האב איך פארשטאנען אז כ'הייס וואלווי

כ'בין אביסל עלטער געווארן און אנגעהויבן גיין און שוהל האביך וואך איין וואך אויס געהערט ווי דער עולם שרייעט קולות כגוונא, האביך פארשטאנען אז ביים ציבור הייס איך כגוונא.

ביי שבח בינ'ך נאך געשלאפן...
 
ביינונז האט מען געקענט כאפן א ציפ ביים זיך אינטער ברומען שומרי שאמבאס וקוראי עונג אויך, נישט נאר ביי שבח
 
ביטע באקענט זיך נישט מיט מיר.

ווען איר ליינט מיינע זאכן און איר זעהט מיר אין גאס האט איר בכלל מיר נישט געטראפן. דער עוקר הרים טרעפט זיך נישט מיט קיינעם און באקענט זיך נישט מיט קיינעם.

איך אין די אנדערע הענט פארברענג זייער אנגענעם מיט די מענטשהייט איך גלייך די מענטשהייט. די בריאה איז דאך מאן דכר שמי'.

דאס בעסטע זיך צו באקענען מיט עוקר הרים איז ביים ליינען מיינע זאכן. @הרים וגבהות זוכט ביטע נישט אויף נאר דא אין קרעמל.

א פרייליכען טאג
 
לעצט רעדאגירט:
אצינד בין איך דער נייער איד, גיב אהער דאס קאווע און דעניש...
------------

ווען כ'בין געווען קליין האבעך געהערט גאנצע טאג שרייען קולות וברקים וואלווי! טוה דאס וואלווי! טוה נישט יענס, וואלווי קולות ביים אויפשטיין וואלווי קולות ביים גיין שלאפן, האב איך פארשטאנען אז כ'הייס וואלווי

כ'בין אביסל עלטער געווארן און אנגעהויבן גיין און שוהל האביך וואך איין וואך אויס געהערט ווי דער עולם שרייעט קולות כגוונא, האביך פארשטאנען אז ביים ציבור הייס איך כגוונא.

ביי שבח בינ'ך נאך געשלאפן...
כגוונא האט זיך אנדערש געזאגט די וואך
 
העלא און שלום עליכם!

כ'בין געבוירן און ערצויגן געווארן טיף אינעם חסידישן חרוסת, זיך געדרייט ביי רבי'שע טישן און אויך אין פרעמדע פעלדער און ב"ה אן אפיקורס גמור.

Nice to (virtually) meet y'all
 
וואס מיינט דאס אן אפיקורס גמור?
אזוי ווי:
א גוי גמור קען זיין נאר א איד
חמץ גמור איז נאר מעשין מצות?
 
וואס מיינט דאס אן אפיקורס גמור?
אזוי ווי:
א גוי גמור קען זיין נאר א איד
חמץ גמור איז נאר מעשין מצות?
אן אפיקורס האט דאך דעם דין פון מורידן ולא מעלין, א חציו מאמין וחציו אפיקורס בלייבט הענגן אינדערמיט, ער וויל לכאורה מחמת איזה סיבה נישט הענגן אינמיטן א גרוב, ממילא זאגט ער אונז פונקטליך זיין שטעלע אינעם גרוב.
כנלענ"ד.
והוא רחום יכפר עוון וגו'
 
א אפיקורס אדער איז מען אדער נישט
וה"ה במאמין
עס איז נישט דא קיין חציו מאמין חציו אפיקורס
 
העלא און שלום עליכם!

כ'בין געבוירן און ערצויגן געווארן טיף אינעם חסידישן חרוסת, זיך געדרייט ביי רבי'שע טישן און אויך אין פרעמדע פעלדער און ב"ה אן אפיקורס גמור.

Nice to (virtually) meet y'all
אולי מיינט ער צו מרמז זיין אז ער איז אינגאנצן ג'מל'ט אדער געבוירן א ג'מל'טר. ווי מ'זעהט ביי עטליכע גרויסע לייט וועלכע זענען געבוירן ג'מל'ט און ווערן גערופן תמים אדער תם בערך די זעלבע לשון ווי גמור
 
Back
Top