שמעלקע מיט'ן שטן

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
679
רעאקציע ראטע
2,693



שמעלקע מיט די משפחה גרייטן זיך צו די ימים נוראים, שמעלקע גייט צו שטים לעסאנס קלארט זיך אויס די קול, פרובירט אוועק צו שטיין פון ניסלעך, ס'זאל נישט אנלייגן דעם קול, זאגט אן פארן ווייב אז פון יעצט ביז די האלאפטשעס שמח"ת זאל מען ניטאמאל אריין מישן ניסלעך אפילו אין די בלינצעס פונעם מיטוואך'דיגע נאכטמאל.

שמעלקע טוט אויספלאנירן דעם ערשטן נאכט פונעם נייעם יאר, האט ספעציעלע מנהגים פאר די סימנים, סימני מילתא הוא. יעדעס יאר איז שמעלקע מוסיף, פון פארשידנארטיגע עסן, מינים ממינים שונים, און אלעס צום גוטן מזל פארן קומענדיגן יאר, איינמאל איז עס סושי, משום סושית לראשך עטרת פז, ס'אנדערע מאל איז עס טשאק איי ראוסט, פאר א גוט אויג, איינמאל איז עס געווען גאלע, משום שנתגלה העטרה.


שמעלקע קומט אהיים צום ווייב מיט א געניעלן פלאן פון מאכן א גוטן סימן, און אין איין וועגס שוין צימישן דעם שטן. זאגט פארן ווייב אז יעדעס יאר רעדט דער רעבע ארום וועגן דעם כח פון פארמישן דעם שטן, מ'בלאזט צו אפאר איבעריגע תקיעות, תרועת, און בום! ר'איז פארמישט, פארדרייט.

היי יאר, זאגט ער פארן ווייב וויל ער האבן דעם זכות פון פארמישן דעם שטן. ער הייסט צו צוגרייטן א ריפ סטעיק וואסי דריי אינטשעס דיק כנגד שלשת אבות, מיט א ריזיגע ביין זאל ארויסשטעקן פון דער זייט אקעגן אילו של יצחק, און זאל ווערן געמאכט אויפן גריל מיט שווארצע ליינס וואס זאל דערמאנן דע אפרו של יצחק. און זאל זיין גוט פעט פאר א פיינעם פעטן יאר. און דאס מאל נישט ניצן דעם טשאק איי ראוסט וואס מ'מאכט יעדן ראש השנה, כדי מיט דעם אויך צו פארמישן דעם שטן.

שמעלקע איז מקפיד נישט צו עסן קיין בהמה פלייש אום ר"ה, נאר עוף, אחוץ ביי די ערשטע נאכט וואס דעמאלטס איז אן אויסנאם וועגן די סימנים, און אפילו דאן סערווירט מען אויך עוף פלייש צו מקיים זיין דעם עוף יעופף. אבער יעצט צום פארמישן דעם שטן, איז כדי משנה צו זיין פונעם מנהג.

שמעלקע זאגט אן פארן ווייב צו צישטעלן מיט א ברייטקייט גענוג און נאך, אז ס'זאל גענוג פאר אלע סעודות פאר יעדעם איינעם, אזוי ארום וועט זיין א שטארקע צומישעניש פארן שטן, און קען אפילו זיין אז דער שטן וועט באנקראטירן דערפון. און אין איינוועגס זאל עס מעורר רחמים זיין און מעורר זיין דע זכות אבות.

מ'האלט שוין ביי א' סליחות, שמעלקע דרייט זיך ארום מיט א שמייכל, דער בעל תפילה זאגט שוין דעם במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה, הט אזנך ממרום יושב תהלה... א סקרוך גייט דורך די ביינער, אבער שמעלקע שטייט שטאלץ א צופרידענער, א שמייכל אויפן געזיכט, פאר קיינעם נישט אויסגעזאגט דעם פלאן נישט גורם צו זיין אן עין הרע, קען שוין קוים ווארטן אויף ר"ה ביינאכט און נאכדעם אויף דינא רפיא ווען דער שטן וועט ליגען א אפגעחוזק'טער אן אפגעשמיסענער, און פון וועמען? פון נישט קיין צווייטער נאר פון שמעלקע אליין'ס.

דריי טאג פאר ר"ה, שמעלקע מיטן ווייב גייען ארום אין די פלייש געשעפטן אויסזוכען דאס בעסטע, רויטסטע, דיקסטע, פעטסטע, דריי אינטשיגע ריפן, שיעורי נודע ביהודה. נאך א טאג זוכן, האט מען שוין כמעט אלע, פעלט נאך אויס א דריי שטיקלעך, פארט אויף בארא פארק און געטראפן דאס איבעריגע, שמעלקע אבער נישט צופרידן, הייסט צוקויפן נאך משום וכל המוסיף מוסיפין לו, וכל המרבה הרי זה משובח,

ס'שוין ער"ה מ'שטייט אויף פארטאגס, די רוישיגע שטאטישע גאסן הערשט א שטילקייט, פיל מיט קארס און באסעס פארקירט אויף פילע גאסן, דער עולם קומט פון נאענט און ווייט צו הערן דעם רבין'ס קול ווי ס'בוקע רקיעים.

דע מקוה נישט צום דערקענען, א שטילקייט הערשט, נישטא קיין נייעס, קיין געווייקאכטס, נאר א גערויש פונעם וואסער ווי מענטשן שטראמען אריין און ארויס, דער שלעפט דעם האנטוך מיט א זריזות רעכטס און לינקס טריקן צו מאכן דעם רוקן. דער פון דער רעכטער זייט פרובירט אראפ צו ציען זיין אינטערהעמד אבער אן ערפאלג, ס'האנקערט זיך אין זיין לוז ביין, אזוי ציענדיג דערמאנט ער זיך, אז איינמאל אין מיטן זימער אין קאנטרי איז ער געווען צוהיצט אין מיטן א וואלי באל געים, און אינגאנצען פארגעסן צו עסן מלוה מלכה, האט זיך גלייך פארגענומען אז די קומענדיגע יאר וועט ער נישט פארפעלן זיך צו וואשן פאר מלוה מלכה יעדע איינציגע וואך. ווי נאר ער האט זיך מקבל געווען האט זיך דער אינטער העמד אראפ געלאזט מיט א שנעלקייט, אויף זיין הייליגען לייב וואס איז אנגעפילט מיט פרים הנשרפין, בשר שלמים, מיט לחמי תודה פון פיאלקאוו'ס.

דער פון די צווייטע רייע ציהט ארויף דעם הויזן מיט א שנעלקייט, דא קומט נאך איינער א היילגע נשמה אריין צו רייסן אין מקוה מיט א זריזות, זעצט זיך אנידער פינקט נעבן איינעם וואס קען אים נישט סובל זיין, האט א גערוך ווי איינער וואס האט זיך שוין נישט געטושט פאר עטליכע וואכן, ווארפט אראפ פוו זיך זיין רעקל מיט אן אנגעצויגענקייט,און איז מנדב יעדן פון זיין ריח ניחוח, טוט זיך אויס זיין העמד מיט די גרויסע ארבלען קיין אינטערהעמד גייט ער נישט מחמת עקסטערע דאזע פון קדושה וטהרה. אויסגעדארט, ממש אויסער יענעמס בלוט עסט ער כמעט גארניש, לויפט אריין אין מקוה, קניעט ביז דער ערד, ווארפט דריי הינדערט און צען ביי ביי'ס פאר גאט מיט זיין רעכטע האנט. קומט ארויס פונעם בור, קוים ווישט זיך אפ אבער מאכט זיכער צו משפיע זיין הייליגע מקוה וואסער פאר אלע ארומיגע. דער שכן זיינער וויל זיך שוין זעהן אינדרוסן ווי שנעלער, קניפט אריין דעם בארד מיט כוח, און יאגט ארויס.

דער עולם שטייט אין די רייע זיך צו וואשן די הענט. קיין טריקען האנטוך אינישט צום געפונען.
יא קאפע נישט קאפע, נאך פארן עלות, מ'קען נאך אריין כאפן א קאוועלע, ס'הערט זיך שוין דעם, פארכטיגן אשרי יושבי ביתך עעעוד יעהאלעליכה סעילא, דע לעצטע ביסעל הולכי נמושות יאגן אריין און שול מיט שנעלקייט, כאטשיג צו קענען מיט זינגען מיטן פארכטיגן קדיש.

שמעלקע מארשירט אריין אן אויסגערוהטער שיין געמאכט דעם בארד, אוסגעפיצט דעם הוט, קען שוין קוים ווארטן פארן עירבוב השטן ספעקטאקל, דאס מאל עט ער עם ווייזן אז נישט נאר פון אפאר תקיעות און תרועת, נאר אויך מיט א פיינעם שטיק בשר העט ער אויך פארלוירן ווערן. שמעלקע גוט פארגעקוקט דאס דאווענען פון די הייליגע טעג, קול איז קלאר, זינגט מיט מיטן נוסח, האפענדיג אז דאס יאר וועט ער קענען איבערנעמען דאס רעדל כאטשיג איין תפילה, כאטשיג איין ונתנה תוקף'ל.

דער עולם ענדיגט סליחות, אין דרויסן טאגט שוין אין גרויסן, הייבט זיך אן התרת נדרים געיעג. פון אלע זייטן גרופירט מען זיך, מ' הייבט אן מיט הויכע טענער, שמעו נא רבותי! נאכדעם פארט עס און איין צי ביז מ'לאנדעט ביי פורטם!! אזוי חזרט זיך עס איבער און איבער, פון אלע ווינקלען הערט מען ארויסשרייען שמעו נא, פורטם, הכל, מותרים, ס'דיןשלמעלה!!!

צוביסלעך מאכן זיך מנינים דע ווינקעל יענע ווינקעל מיט חזקות, ביז דע בית המדרש הייבט זיך אן אויס צו ליידיגן. און הארדווער סטארס הייבן זיך אן אנצופילן פונעם גרויסען ציבור יעדער זיכט א שארף מעסער'ל לכובד'מ נייעם יאר שארף אהנע פגימות לקיים החותך חיים לכל חי.

די רוישיגע גאסן ווירבלען מיט מענטשן, קארס, טראקס, פאפערייען, מיט בליציגע לעמפעלך, דער לויפט נאך אין גראסערי אריינכאפן נאך אביסעל עסן פארן יו" ט דרילינג, דער אנדערער צום שיך סטאר, אין בוטשער סטאר שטיפט מען זיך צו באצאלן אלטע חובות, ביים שניידער שטייען צניעות'דיגע פרויען אראפ צו לאזן כאטשיג נאך א האלבע אינטש בנוסף צו די פיר אינטשעס פארלאנגט ביי די צניעות קאמיטעען. נשים צדקניות לויפן ארום קויפן טיכעלעך מיט טורבאנן, צו צידעקן די קעפ, כדי אז דער מאן וואס האלט אין מיטן כבקרת רועה עדרו זאל ח"ו נישט ניכשל ווערן מיט אריין קוקן אינעם ווייבער שול וואס איז באהאלטן כיס בתוך כיס אינטער הולצערנע, גלאזענע, סחורה'נע מחיצות און ח"ו זעהן, ארויס שטעקן א שאטן פון א האר. דע מקוה'ס הייבן זיך אן אנצופילן, שער מאשינדלעך ארבייטן אן אויפהער. צוביסעלעך קומט די שטאט צו א טאטאלן אפשטעל, סיירענעס הויבן אן צו פייפן.

ביי שמעלקע אינדערהיים מאכט מען די לעצטע פארברייטונגען לכבוד יו"ט, ראש כבש, ראש דג, דאפעלט איז שטערקער, שנהי' לראש ולא לזנב'ל, עופות, מיט סושי, פצעי פאר פץ לו המבשר און פאר פצינו והצלינו ממים רבים ומיד בן נכר, אא"וו, פיל מיט סימנים רעכטס און לינקס אין אידיש, לשה"ק, ענגליש, און אפילו אונגאריש כמבואר בש"ע ובמטה אפרים. די גרויסע שטיקער ריפ סטעיק ליגט אויפן גרילל. ס'הויז שמעקט ווי פיטער לוגער מיט גאטליעב'ס אויסגעמישט, אזש ביז אינדרויסען אויפן גאס שפירט מען דעם ריח נחוח. ס'שמעקט ענדערש ווי א גרילל אינעם באנגעלוי קאלאני א זונטאג נאך שבת נחמו ווי איידער ערב ראש השנה פארן אריין ברענגן דאס נייע יאר.

דער שטן!

דער שטן דרייט זיך ארום אין די גאסן זוכענדיג וואס מ'קען מסר'ן, א לשון הרע'לע, א שמאלע געפאסטע קלייד, א רויטע פריצות'דיגע טורבאן, אן אומג'פילטערטע פאון, א קלייד וואסי נאר דריי מיט א דריי פערטל אינטש הינטער די קניען, אום אויסגעהאלטענע אינטער וועש, קלעבעדיגע אינגעל הויזן, טראגן מיטן עירוב, שטרימפ אהנע סיעמס, איינער האט געגעסן קענדיס אהנע מאשני הכשר, א קליין פיר יעריגע מיידל גייט מיט ני סאקס, אא"וו, סקענט אלעס אריין אינעם אום געפילטערטן כלי, מאכט זיכער אז ביים קומענדיגן ראש השנה זאל אלעס זיין גרייט.


שפאצירט אדורך די גאס ווי שמעלקע וואוינט שמעקט דעם פיינעם גערוך, און וואקט א צופרידענער, מיט זיין עבירות סקענער אין זיין האנט, פרובירט אויפצוכאפן ווי מער, אבער אזוי ווי ער וואקט דורך שמעלקע'ס הויז ווערט ער אביסעל צומישט, טראכטנדיג צו איז טאקע היינט ערב ראש השנה, אדער גאר ט'ו באב אין באנגעלוי קאלאני. אזוי שפאצירענדיג, באגעגענט ער זיך אן מיטן יצר טוב, שיין פריש אפגעשוירן, און פונעם פיאות טראפט נאך מקוה וואסער, אינעם ארעם האלט ער א בלוי און ווייסע ארטסקרויל ר"ה גמרא, דער יצר טוב פרעגט דעם שטן מיט א שמייכל וואס ער מאכט? דער שטן א צומישטער ענפערט מיט א האלבע שמייכל, אז ער גרייט זיך צו צים נייע יאר, אבער עפעס שמעקט צו גוט דא פאר אן ערב ר"ה, דער יצר טוב זעהט דעם צומישעניש פונעם שטן, המממ ס'גוטע געלעגנהייט עם אריין מישן נאך טיפער, און זאגט עם, ר"ה??? האסט נאך איבער א חודש! וואס דרייסטו דיך דא? גיי אין קאנטרי!


שמעלקע, פיין אויפגעפרישט זיצט אין שול מיט זיין לעדערנעם מחזור זאגט אחות קטנה קען שוין קוים ווארטן צו זינגען אחות גדולה אויף די פיינע נארהאפטיגע סימנים פארן נייעם יאר. מילא דער שכן זיינער גייט עסן פאר א סימן א שטיקל רויט עפל אין האניג זיצט ער דארט פאר רעדה'לט, אנגעצויגן קען קוים ווארטן דער גילו ברעדה זאל ווערן איבערגעדרייט צו א גילו בהאלאפטשעס. אבער אויף שמעלקע'ס טיש ליגט שוין אנגעגרייט ווי פסח מיטן קערה, סושי מכל המינים, עופות, קאטשקעס, בהמות, דקות, גסות, דגים, פירות וירקות, ס'גיסט זיך דארט ממש ווי סעודה שלמה בשעתו און דאס איז נאר לסימני מילתא, קענטס ענק שוין פארשטעלן די זאך אליין?? מ'ענדיגט שוין דאווענען מ'לשנה טובה'ט זיך, שמעלקע יאגט זיך אהיים, היי יאר איז ער זיך נישט געגאנגן שטיפן צו זאגן לשנה טובה פארן רבין, דער רבי וועט סייווי האבן א גוט יאר זאגט ער.

שמעלקע קומט אהיים וואונטשט יעדעם שיין אן, דודי מיטן ווייב ספעשל אריין געקומען אויף יו"ט, דער טיש שיין אנגעגרייט ווי פסח אויף דער נאכט הערליך, אלע סימנים ליגן אין שיינע כלים, שמעלקע יאבעוועט נישט קיין צייט מאכט קידוש תיכף ומיד, פיינעם רויטן וויין לעקט זיך אפ די שנויצן פונעם דעלישעס וויין, צוויי שיינע הויכע רונדיגע בארכעסלעך הערליך געפלאכטן, פיין ראפאגאש אלס נאר לסימני מילתא, אויף צו שניידן דעם בארכעס האט מען געקויפט א ספעציעלע גרויסע נייע שבת קודש מעסער אהנע פגימות, פארן אויפשניידן נעמט שמעלקע ס'מעסער אינעם האנט און ווי א שוחט/בודק פארט ער דורך דעם מעסער מיט זיין אצבע'דיגן נעגעל זיכער צו מאכן אז ס'טאקע ריין פון פגימות, נאכדעם מאכט ער א המוציא לחם מן, פאסט זייער אויף די ענדע מ"ם פון לחם זאלן זיך ח"ו נישט צאמכאפן מיטן מ"ם פון מן ממש ווי א בריסקער ליינט קריאת שמע. פארט דורך דעם גרויסן בארכעס פינקט ווי די שמיר אין די שטיינער פונעם בית המקדש, ס'פאלן הויפענעס ברעקלעך פונעם הארטן אפגעבאקענעם קראכעדיגן ראפאגאש קאפל פונעם בארכע, שמעלקע ווארט אפ יעדע ברעקעלע שלא יפול צרור ארצה דאס איז אנעקסטערע עבודה צאם צונעמען און מיטן גרויסען לעפעל אלעס צוזאם שארן, אזוי ווי די עבודה מיטן שאוועל צוזאמען נעמען די אש פונעם תפוח אויפן מזבח אין בית המקדש, שמעלקע פארטיילט גרויסע מויצעס טינקט איין אין האניג.

מ'הייבט אן אריין צו ברענגן די סימנים, קודם די עפל מיט האניג, טראדישן קומט ערשט.

זיסע מייערן, א זיס יאר.

מילגרוים פיל מיט זכותים און מאכן מיליאנען כמנין מילגרוים קערעלעך.

סקוואש, אז אלע שונאי ישראלים זאלן צו סקוואשט ווערן.

פאפקארן, ס'זאלן פאפן א באנטש בעיביס ווי פאפקארן.

ארבעס, נוטריקין הרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים לרחצה.

ראם באללס, זאל זיין אן התרוממות.

פייגן, אז די באנק זאל נישט ווייזן א פייג.

טייטלען, די שונאי ישראלים זאלן געטייטעט ווערן.

ענבים, אינז זאלן זיין ענווים.

טשעריס, גאט זאל אינז טשערישן.

בצים, ראשי תיבות, במהרה יבא משיח צדקנו.

סושי, סושית לראשך עטרת פז.

גאלע, אז דע אלע ברית'ן וואס מ'גייט מאכן פאר דע אלע ניי געבוירענע ארויסגעפאפטע זכרים זאל נתגאלע עטרה ווערן בהודה ובתפארתה.

שמאלץ העררינג, פאר שמאלציגע בשורות.

פעשן פרוכט, גאט זאל אינז ליעב האבן, אינז זאללן זיך ליעב האבן.

טחינא, דער באשעפער זאלל אויסהערן אינזערע תחינות. און אזוי ווייטער אן א שיעור.

ס'לעצטע מינוט פאר יו"ט האט שמעלקע ג'קענסעלט אלע טשיקן ארדערס משום ספק בראקל, צום נייעם יאר וויל שמעלקע זיך נישט אריין לאזן אין ספיקות, און אזוי ווי ס'טוט זיך אהין און צוריק כ"ק אדמור'ס, רבנים, דיינים שוחטים, בודקים, צדיקים, רב הצעיר'ס, מחמירים, מקילים, ראשי ישיבות, ועוד. און איינמאל האט שמעלקע געהערט ווי אפאר אידן טענהנן זיך וועגן דעם טשיקן שערוריא און ס'אפילו געשטאנן דארט איינער א מגולח (קען אפילו זיין [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]) און זיך געטענהט יא כשר נישט כשר. בהמות זענען זיכער כשר, זאגט שמעלקע, נו פארוואס זיך אריין לאזן מיט ספקות, ווען מ'קען דינען גאט מיט וודאות, שמעלקע וויל אריין מיטן רעכטן פיס, מיט א זיכערען אנהויב.

שמעלקע האט גאנץ הנאה געהאט פון דעם נייעם שערוריה, אזוי כאטשיג ביז ס'גייט דורך קען מען עסן רואיג בהמה פלייש. אפילו זיין ברידער יוסל האט שוין געזאגט אז היי יאר פלאנט ער צו ניצן לעבעדיגע קארפ פיש פאר כפרות, און נישט זיך אריין לאזן מיט ספיקות פון עופות טריפות, טמיאות, מיט אלע אנדערע פראבלעמען.


דער שטן דרייווט ארויף אין קאנטרי, אבער קיינער אינישט צום געפונען, קלערט ער אפשר איז היינט וויזיטינג דעי און דער עולם גריללט אין די פארקס? אבער דארט אויך נישט צום געפונען. דער שטן קלערט אז אין נעפענאק, ביי ר' יודלן אינישטא קיין וויזיטינג דעי, ס'אמעריקאנע זאך, ר'יודל האלט הייליג די מסורה, איינמאל אריין אין קעמפ איז שווער ארויס צו גיין פון דארט, נאר מיט ספעציעל רשות צעטליך פון דוד.

פארט דורך דע צוקראכטע גרינע ברידזש, קומט אן אין קעמפ, אבער פינטשי מיט איזי לאזן עם נישט אריין, מיטן תירץ אז ר' יודל האט זיי אנגעזאגט קיינעם נישט אריין לאזן. דער שטן דרייט זיך אהער אהין. די נאכט איז שוין צוגעפאלן און יעצט העט ער זיכער נישט קענען אריין גיין. נעכטיגט דער שטן איבער אין דרויסן פונעם קעמפ ווארטענדיג פארן פרי מארגן. אבער באלד אינדעפרי דערזעהט ער אז די קעמפ איז פארמאכט, קלערט ער, אפשר איז דע קעמפ געפארן אויף א טריפ, נע ס'קען נישט זיין, ר' יודל טריפס?? און אפילו אויב טריפס, וואלט ווען כאטשיג ר'יעקב שלמה אדער ר' חיים פסח אדער גאר דע נאכט וועכטער געדארפט דארט זיין, ר' משה גרין דע נוירס, נישט לאזן די קעמפ אויף הפקר!


דער שטן ווארט שוין אויס דארט ביז מיטאג, אולי וועט ער זעהן ר' יעקב שלמה אריין רייסן מיטן טרעילאר, ווארט און ווארט אבער אהן ערפאלג, א פארמאטערטער לויפט ארום דער שטן פון קעמפס צו קאנטריס צו פארקס, אבער אהנע רעזולטאטן, פרובירט נאך אויס אפשר ביים ציון, אבער דארט אויך ליידיג, נו טראכט דער שטן צו זיך אויב שוין במילא אין קרית יואל, פארוואס נישט אריין סטאפן אין גרויסען ס'מעדריש, ס'ווערט עם שווארץ פאר די אויגן ער זעהט אז ס'טאקע ר"ה היינט, מיט איין כעס כאפט ער זיין רויטן מאטאר ביציקל הייבט אן צו רייסן צוריק קיין וויליאמסבורג, טרעפיק אויפן וויליאמסבורג ברידזש , קומט אן שפעהט אין מיטן די צווייטע נאכט ר"ה.

דער שטן דערזעהט זיך אפגעשמיסן, יאגט ארויף צום בי"ד שטיבל, אבער די טויערען זענען פארמאכט פאר עם, הייבט אן קלאפן קומט דער שומר הפתח צום טיר, פרעגט עם וואס זיין באגער איז? ענטפערט דער שטן, אזוי ווי יעדעס יאר קומט ער געבן א באריכט פונעם יאר וואסי פאריבער, מיט אלע באשולדיגונגן ווי א פראקוראר, אבער דער שומר הפתח זאגט עם נישט צו וואגן אריין צו קומען נאר ווארטן ביז ער קומט צוריק מיט אן ענטפער.

דער שומר הפתח קומט צוריק מיט אן ענטפער, אז ס'ביינאכט יעצט ואין דנין בלילה, דער שטן א מידער נעכטיגט אינדרויסן קען שוין קוים ווארטן אויפן פארטאגס, אן אויסגערוהטער און פיל מיט ענערגיע קומט דער שטן צו קלאפן אויפן בי"ד שטיבל, אבער אן ענטפער קומט צו גיין אז יעצט איז א שעת רחמים, און זאל אויסווארטן ביז נאכן שופר בלאזן, כאטשיג ביז נאך חצות, דער שטן ווי א משלחת וחזרת, פינקט איין מינוט נאך חצות איז ער שוין ווייטער ביים שוועל פונעם בי"ד שטיבל, און דאס מאל שיקט מען עם א מעסעדזש אז ס'שוין דע צווייטע ראש השנה, און ס'שוין פארשריבן געווארן גאר א גוט יאר פאר אלע אידן.

דער שטן הייבט אן כאפן וואס דער שמעלקע האט מיט עם אפגעטוהן, און הייבט אן טענהנן אז ער איז פשוט פארדרייט געווארן און דער יצר טוב האט נאך מיטגעהאלפן, אבער ס'העלפט נישט קיין פודינו ומצילנו, א צייט איז א צייט און אזוי ווי האסט געשפעטיגט צו קומען אינישט געווען דא נאר אדוואקאטן אהנע פראקורארן, וואס זאלן זאגן געגנדיגע טענות און פערטיג, אבער דער שטן הויבט שרייען און מאכט א טענטרום, אבער אהנע ערפאלג, די בי'ד זאגט יושר איז יושר, ביזט נישט געקומען אין צייט, ביזט אין דיפאלט! ואין להשיב, פינקט אזוי ווי דו טענהסט אקעגן די אידן.

ס'הייסט אז ס'גענדיגט?? פרעגט דער שטן אן אנגעווייטוגטער, בי"ד ענטפערט עם אז ער קען צוריק קומען נאכדעם וואס שמעלקע עסט די האלאפטשעס שמח"ת אבער ביז דאמאלטס איז נישטא וואס צו רעדן. און דאן אויך נאר פאר רעארגעניזירן, וואס איז געווען איז געווען. יעצט הייבט מען אן א נייעם פעידזש.

א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע אידישע קינדער בכל מקום שהם, ובפרט פאר אלע מעמבערס דא אין קרעמל
 
אייזן!

דאס לעצטע מאל איך האב אריינגעטשעקט מיטן שטן איז געווען אויף א קארטל געים אלס יונגל . ער האט געהאט א לאנגע נאז מיט א שטעקן, בגדים פון מיטל אלטער, זייער ענדליך צו וויאזוי די דייטשן האבן אראפגעמאלן דעם איד.

גיט צו הערן ער איז אפ טו דעיט, חסידיק לייהט, דרייט זיך היינט אויף א רויטן מאטארביציקל מיט א סמארט פאון אן א פילטער...
 
ביז היינט האב איך געמיינט ער האלט זיך אָפּ פון ניסלעך ווייל ס׳בגימטריא ״חטא״

גוט צו וויסן אז ס׳דא בעסערע סיבות 😅

(און יעצט האסטו מיר געמאכט רילייזן אז אגוז =18 און חטא =17 לאל)
 
ביז היינט האב איך געמיינט ער האלט זיך אָפּ פון ניסלעך ווייל ס׳בגימטריא ״חטא״

גוט צו וויסן אז ס׳דא בעסערע סיבות 😅

(און יעצט האסטו מיר געמאכט רילייזן אז אגוז =18 און חטא =17 לאל)
גראדע איך האלט מיך אפ פון זינדיגען ווייל חטא איז בגמטריה אגוז און איך האב נישט ליב קיין ניס.
 
Back
Top