שוין לאנג נישט געשריבן

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,787
יויש איך האב אזויפיהל וואס צו שרייבן הזמן יוכלו והם לא יוכלו. איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן, און אוואדאי נישט ווי צו ענדיגען. איך האב דא געליינט א יעדעס שנירל. כדרכי בקודש, נעם איך אלץ די טראלל מהלך, פון זאגן פונקט קאפויער. ווייל איך האלט בעצם קאפויער פונעם געווענליכן ציבור. ווי דער דג כשר ווי רשי'' ברענגט צו אין מס' ברכות דף סא ע''כ אז ער האט א רוקן ביין און שווימט אנטעקעגן דעם שטראם. "ראשו פחוס - דג ששוחה נגד הזרם, שצורת ראשו מאפשרת לו לחתוך את המים ולהתקדם נגד הזרם".

אבער בעוה''ר אדם האט געזונדיגט ע''כ האב איך נישט קיין צייט צו אטעמען און אנקאטשקענען די בלעטער דא. אדער אפשר איז טאקע בעסער אזוי. אבער עכ''פ על דא וודאי קא בכינא.

לענינינו: די קאנטרי סעזאן איז אין קראפט די שטאט איז שא שטיל, די מוחין זענען אפן. מען קען טראכטן פון עפעס אנדערש אויכעט. די וואך שבת איז געווען עטוואס פלאץ אין שוהל, ווייניגער קולות פון די קליינע קינדער וואס פארטרייבן דעם קליינטשיגעם ד' על ד' ווי דער גאנצע בילדונג קוועטשט זיך אריין ביים ערלי שבת מנין.

האב איך געקלערט צו מיר (איך בין איצטערט אין די קאפ פון די א געבליבענער) די לוזערס מאכן א יעדעם נאך פארן אין קאנטרי פארן שכן ער קען עס ניטאמאל עפארדן 35 טויזענט דולער נאך קעמפס ענד אלל. מען האט איהם פארא-יאר צוזאם געשטעלט פאר זיין חתונה. וואט די העל איז הי דואינג, וואטס ראנג וועט דיזע פיפעל?

משה, זיי זיך מחזק, אבער די ביסט חוזק די ביסט דא אין די פלאצסט. די וואלטסט ווען זייער שטארק געוואלט גיין, און ווען די האסט די כוחות הנפש פון דיין שכן, אפי' ווייניגער געלט ביסטו אויך דארטן, די ביסט דא און שטייסט און שעלטסט די אלע וואס זענען געפארן.

קאנטרי איז מעגליך אןַ אווער עקסטענשאן און א סטרעטש, מיט אן אחריות (למחצה, שליש, ולרבוע, בעצם 0 אחריות איז אויך גוט. נאר, איך וויל דא נישט ווערן באפאלן)

עס העלפט פאר קינד, און קייט. די עקרת הבית קען עס יוזען און דארף עס יוזן. דער מאן קען עס אויך זייער פיין יוזען. איך זעה מענטשען אין די קאנטרי. סטרעסט, א גאנץ יאר מען קען נישט מיט זיי רעדן. אין די קאנטרי איז עס א פנים חדשות א פלעדזשער צו רעדן מיט איהם, עס איז ניטאמאל די זעלבע מענטש.

פאר די קינדער די בייקס, די פרייהייט פון די אפענע פעלדער. צו זיך אויס בארדעווען ווי קינדער וואס קען זיין בעסער ווי דעם. מיר געדענקען די קאנטרי און די קעמפס פון ווען מיר זענען געווען אין די ווינדלען עס איז גאר גוטע געזונטע מעמאריס.

איך האב דיר געזאגט אלץ פארקערט פונעם ציבור. אינדזשוי דיין טאג פאר נאו. טאלק לעיטער אי''ה
 
לעצט רעדאגירט:
איינער זאגט מיר היינט אז ער פלאנט צו פארן אין קאנטרי ווייל ער האט נישט קיין כוח צו זיין אין שטאט און חוזק מאכן פון די אלע מענטשן וואס פארן אין קאנטרי ווען זיי קענען עס נישט עפארדן...
 
Back
Top